ראזניקעס און מאנדלען: ארום די נייע חלקה אויפן ביה"ח
די אשכול זאל זיין מוקדש פאר אלעס בנוגע קלייניגקייטן ארום דעם ביה"ח, דא זאלט איר אריינלייגן אלעס אפילו ס'האט נישט קיין קשר צום שמועס.
בקיצור א כל בו אשכול
----------------------------------------------
די ארוינים פראבירן צו פארקויפן לאקשן פאר ביליג, זעט אויס אז מוח וואשער שמואל ווידער האט שוין אנערקענט אז די גאס קויפט סיי ווי נישט זיינע געבעקסן און פאר די ארוינים דארף די געבעקס נישט זיין געהעריג אויסגעבאקן ווייל זיי קויפן דאס סיי ווי, קומט ער ארויס מיט פרישע מעשיות יעדע פאר מינוט.
ער האט פארקויפט אז די קליפ פון העסקן ר' יוסף וואלדמאן איז געפעלטשט, ער האט זיך נישט געראכטן אז נאך עטליכע כאפן דאס אויף און עטליכע האבן אפילו דעם חלק ווי מ'זעט הרה"ח ר' יוסף דאס אויפכאפן.
דערנאך האט ער ארויסגעגעבן א סטעיטמענט אז "דער בלאט גייט נאכאמאל צום דריק צוליב דעם וואס דער עולם האט דאס צעכאפט פון די געשעפטן", ער האט זיך נישט געראכטן אז דער עולם וועט פאר נייגער אנפרעגן אין די געשעפטען און די תירוץ וועט זיין "איך האב נאך גענוגע סחורה"
נאך דעם וואס ער האט זיך אומגעזען מיט א שרעקליכע שווארצע מצב, וואס טוט מען? דא איז מען באשמוצט אין די וועלט אז מחללי כבוד המתים און שפילן זיך מיט גופים פון בר מינן'ס פונקט ווי די כופרים און ארכילאגן, נישט נאר איז זייער קהלה באשמוצט נאר דער מישפאכא אינטערוויו געבער אליינס איז אויך באשמוצט, נאך דערצו זעט די וועלט אז זיי פארמאגן א ישיבה נאר צו האלטן די בחורים איינגעשפארט זיי זאלן זיך נישט דרייען אין די שארט קאט'ס וד"ל, תורה עובדה יר"ש? מאן דכר שמיי'? האט ער אויף אלע אופנים פראבירט אפצוהאלטן "דער איד" פון שרייבן וועגן די פרשה, איז ער אויפגעקומען מיט א פרישע מעשה: די אלמנה האט גערופן אין בלאט אפיס בעטן אז מ'זאל נישט שרייבן וועגן די מעשה האט ער געזאגט אז אויב "דער איד" וועט נישט שרייבן וועט ער אויך נישט... איי וואס באדערט פאר די אלמנה אז ס'וועט שטיין אין דער איד אז סאטמאר האט מקדש געווען א נייעם חלק צום ביה"ח? פרעג נישט קיין קשיות! מיט די פרישע מעשה האט ער געהאפט אז "דער איד" וועט אריינפאלן אין זיין נעץ, אבער אין דער איד אפיס דרייען זיך אידן וואס זענען אביסל קליגער ווי "יוסי בראך"... כדי אינטערצושטיצן זיין מעשה כאילו די אלמנה האט גערופן האט ער ארויסגעשיקט צוויי פיקטשער'ס פון די "פראנט קאווער" פון דער בלאט איינס וואס דערמאנט יא די פרשה און איינס נישט, ער האט זיך אבער נישט געכאפט אז די בילד אויפן צווייטען פיקטשער איז איבערגעדרייט (ער האט דאס פראבירט צו פארעכטן אבער זעט אויס זייער דעמעד"ש קאנטרא"ל יוני"ט איז שוואך).
דא האט איר ביידע.
און דא האט איר די סטראשע פון דעם מוח וואשער מיטן איבערגעדרייטען פיקטשער
למעשה זעעט אויס אז די זאלי'ס האבן זיך נישט דערשראקן און ס'גייט זיי גאנץ ווייניג אן וואס דער בלאט שרייבט
נ.ב. אויב זענט איר נייגעריג וואס שמואל ווידער ברעכט אויס אין "די ספעציעלע ביילאג" דארפט איר נישט ספענדען 2 דאלאר ס'איז א שאד די געלט, איר קענט דאס דאנלאדען דא אויף הייד פארק.
 |
|
|