בית פורומים כל העולם כולו

וויפיל געלט די זאליס פלעגן בעטן פאר קרקע ?

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-31/8/2009 03:11 לינק ישיר 

עס איז כדי צו פארציילען, איין  קליינע עפיזאד וואס האט זיך אפגעשפילט ממש לעצטענס, פאר וואכען בעפאר די נועם המידות'ניקעס האבן ארויס געטראסקעט ר' שלמה שמש הי''ו

עס איז ליידער נפטר געווארען א יוד, וואס האט צילוב געוויסע אומשטענדען ,האט ער  זיך אביסעל אפגענויגט, פונעם דרך התורה והמסורה,

און היות אז  זיין טאטע איז פון די גרויסע בני יואל שישקעס, און איז געווען פון די ''שטוב מענטשען'' ביי רבינו הקוה''ט בעל דברי יואל זי''ע, האט ער זיך פארבינדען מיט זיין ידיד נאמן זריעלללללל, אז מען זאל זיין זון אוועק לייגען און בית החיים און קרית יואל,

ער האט עכ''פ נישט געוויסט אז דער זריעלללללל האט מיטן בית החיים, וואו ער האט מיט די ביליאנען  מעשיות וואס ער איז אליינס געווען דערביי,

אזוי זריעלללל האט זיך געשעהמט צו פארציילען פאר זיין ידיד, אז מען האט אים ארויסגעקאפעט פון די חברה קדישא בשן ועין, האט אים ער אים אנגעהויבן נעמען פאר א רייד, מיט תריצים און באבקעס, אד''ג

דער יוד האט געזען וואס זריעל טיט מיט אים, האט ער זיך פארבינדען מיט ר' שלמה שמש,
ר' שלמה האט אים קלאר געמאכט, אז און קרית יואל קען זיין זון נישט ליגען, אבער און ניו זשערסי קען ער ליגען, נאר אויב ער באצאהלט $12000 אפ פראנט,

דער יוד האט אמאל געהאט א סאך געלט, ער פרעגט צו געבן פאר די שטוב פון רבינו הקוה''ט זי''ע שווערע טויזענטער א יאר, אבער היינט איז ער נעבאך א עני ואביון מגזלו, האט ער זיך אנגעפאנגען בעטען וואו א גזלן, אז מען זאל א ביסעל נאך לאזען מיט די געפעפערטע פרייז, אבער ר' שלמה שמש האט אים קלאר געשטעלט אז ער האט ער האלטען א באפעל פון  שאול (פערלשטיין) תחתית, מיט דער יודא לעזער יאקאבאוויטש, נישט נאך צו לאזען מיט די פרייז,

 

 (דעם בית החיים און קרית יואל האבן זיי שוין נישט געהאט, און דער ווייסער אברהם בער, האט געהאלטען און איין וויינען אז די קאסע איז יבש, דעריבער זענען די זאליס געווען אונטערען דרוק צו מאכען א פאר דאללאר)

וואס טיט מען דען נישט ווען מען איז אויף צרות?

עמעציער האט אים גע'עצה'עט אז ער זאל זיך פארבינדען מיט ר' שלום אליעזר פראנקעל הי''ו, ער איז נישט אזא רשע וואו די צוויי אויבען דערמאנטע כלבים,

ער האט אזוי געטאן, ר' שלום אליעזר האט אים געזאגט, אז ער מיז מברר זיין אוין ער איז געווען א שומר שבת צו נישט, און ער וועט אים צוריק ריפען ביז א פאר מינוט,


ר' שלום אליעזר האט געקאלט דעם נפטר'ס לענדלאר, און דער לענדלאר האט אים קלאר געשטעלט אז דער נפטר איז געווען א שומר שבת,

ר' שלום אליעזר האט תיכף צירוק געריפן די משפחה און געזאגט אז פאר 3000 דאלאר קען אים באגראבען שוין יעצט,

(אפי' אויף א נארמאלע פלאטץ, די זאליס האבן אים געוואלט לייגען צוווישען די חולי נפש, און נאך געוואלט דערפאר 12000) וכך הוה ער ליגט טאקע דארט,

און פארשטייט זיך אז די זאליס האבן עס נישט געקענט אראפשלינגען, האבן זיי אנגעהויבען טראמפייטערען אז דער נפטר איז נישט געווען קיין שומר שבת......

דא האט איר איין עפיזאד, וואו ''יושרדיג'' און וואו מענטשליך, די זאליס האבן זיך אויפגעפירט, פאר זייערס א מענטש,




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-31/8/2009 19:31 לינק ישיר 

ווען ר' ישראל מרדכי גראסמאן ע"ה איז נסתלק געווארן, איז ער געווארן דער ערשטער מענטש מטמין צו זיין אויפן ביה"ח דקרית יואל, נעבן רביה"ק.

כאטש ער איז געווען אן אנגעשטעלטער אלע יארן, און איז געווען א איד משכמו ולמעלה, האט מען דעמאלט בימים ההם אין תשל"ט פארלאנגט די פאנטאסטישע סומע פון 25 טויזענט דאלאר קבורה געלט.

יא, 25 טויזענט דאלאר פאר א מעמבער, פאר א חשוב'ען איד א מרביץ תורה אלע יארן, אן דעם איז נישט געווען וואס צו רעדן.

מ'קען פרעגן ר' משה בצלאל בוידעק ני"ו, וועלכער איז געווען ערב צו באצאלן, און נאר אזוי האט מען אים מקבר געווען.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-1/9/2009 05:57 לינק ישיר 

ר' ישראל מרדכי גראסמאן איז געווען א געוואלדיגער תלמיד חכם כידוע, דער מנחת אלעזר האט זיך מיט אים געטשאטשקעט.  איר וואלט געמעגט שרייבן הרה"ג ר' ישראל מרדכי גראסמאן ז"ל.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-1/9/2009 19:50 לינק ישיר 

נאר קלאר צו שטעלן:
נישט הג''ר ישראל מ' גראסאמן ז''ל אין נישט ר' ישראל מ' וואלדמאן ע''ה זענען נפטר געווארען בשעת די  זאלי'ס זענען געווען בעה''ב אויפן ביה''ח.

דאס פארלאנגען גרעסערע פרייזען פאר א חלקה אין ביה''ח, ספציעל פאר איינעם וואס נישט קיין מעמבער וכ''ש אויב  יענער איז א מהרס וכדו' האט שוין עקזיסטירט זינט דעם עפענונג פינעם ביה''ח, דאס האבען איינגעפירט אינזערע ראשי קהילה (רוב פין זיי זענען שוין בעלמא דקשוט)  נאך בשנת תש''מ ווען רבינו שליט''א איז נאך אפי' נישט געווען רב אין ק''י.

נאר, די 9 יאר פין תש''ס ביז תשס''ח, וואס די זאלי'ס האבען זיך משתלט געווען אויף אלע נכסי הציבור בגניבה, צווישען זיי דער ביה''ח, האבען זיי גיט אויסגניצט דעם מיטל פינעם ביה''ח אין ארויסגעפרעסט שווערע געלטער פין משפחות אין די שווערסטע מאמענטן כאדם העושה בתוך שלו.

אין יעצט ווען די ביה''ח איז ב''ה ציריקגעגאנגען ''צום אלטען'', זאל ער נישט שרייען אז חברה  קדישא שלעפט ארויס געלט פין מענטשן אין די צייט וואס זיי זענען גארינשט בעסער - אדער גאר ערגער געווען, והדברים ידועים.

האסט טענות? קום צו די''ת!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > כל העולם כולו > וויפיל געלט די זאליס פלעגן בעטן פאר קרקע ?
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר
לדף הקודם 1 2 סך הכל 2 דפים.

bholext
2009 © כל הזכויות שמורות לבחדרי חרדים. קטגוריית אקטואליה וחדשות: עשרות פורומים הכוללים חדשות נעייס, מה קורה בחצרות חסידים, חדשות מחסידויות שונות בארץ ובעולם, דיונים בנושאי אקטואליה, פוליטיקה, בטחון ועוד.