איך וועל מיך פרובירן אריינצולייגן אין הער פארמעגליך'ס שיך און אראפגעבן אביסל היסטאריע פון די טעג וואס עס האט זיך אפגעשפילט איינס פון די ערגסטע קאפיטלען אין די היסטאריע.
א סקרוך נעמט ארום די ביינער ווען מען דארף אפילו שרייבן די ווייטאגליכע געשיכטע וואס האט זיך דאן אפגעשפילט, אבער הרשעים כים נגרש, די זעלבע וואס זענען היינט דא און לייקענען דעם אפענעם פאקט אז הונדערטער מאנרא בויעס זענען געשטאנען בשעת ווען עס איז געווען מתו מוטל לפניו ביים מקדש זיין די נייע ביה"ח פאריגע וואך און געזינגען און געטאנצען אויף די העכסטע טענער.
(ווי הגה"צ רבי שלמה לייב וויינבערגער שליט"א חבר הביד"ץ האט זיך אויסגעדרוקט די פאריגע וואך ווען ער האט פארשיקט א געלט גייער פאר די מאנרא ישיבה פון סאטמארן ביהמ"ד אויף ראטליזש סט. זאגענדיג דערביי אז אזא ישיבה טאר מען נישט שטיצן און יענער האט אים אנגעהויבן זאגן אז עס איז נישט אמת, די בחורים האבן נישט געזינגען (א בפירוש'ער בלאט...) האט רבי שלמה לייב זיך צובייזער און געשריגן "בעיני ראיתי, איך בין דארט געשטאנען, ווילסט מיר פארקויפן מעשיות?")
די זעלבע ווילן יעצט פארדרייען די היסטאריע פון די "פרשת שטיינער געווארפאכץ" אויף הרבנית הצדיקת ע"ה מחברתו הטהורה פון רבין זי"ע וואס איז געטון געווארן אויפן פערזענליכן אויפאדערונג פון דעם שוטה וגס רוח דער א.ג. סבלן ר' אהרן טייטלבוים.
איך האב אין מיין באזיץ גאר אסאך חומר און קראנטע אינפארמאציע אויף די דעמאלסטיגע פרשה. און איך בעט דעם חשובן מנהל צו פארשפארן דעם אשכול און נישט לאזן דא מגיב זיין ביז איך בין נישט פארטיג מיט דעם ארטיקל.
די פרשה האט זיך אנגעפאנגען ווען די בחורים מקורבים פון ר' אהרן האבן ביי א זיצונג באשלאסן אז מען קען נישט דורכלאזן מיט א שווייגעניש דאס אז די רעביצין ע"ה קומט ארויף יעדע דאנערשטאג נאכט צום ציון פון איר הייליגן מאן באגלייט מיט די גרעסטע קעפ פון די בני יואל פראקציע.
אנגעהויבן האט זיך דאס מיט פארשפארן דעם הויפט טויער אריין צום בית החיים וואס געפונט זיך הארט לעבן די מאנרא ישיבה מיט שווערע קייטן און שלעסער.
איין ליל שישי ווען די רעבעצין ע"ה איז ווי איר שטייגער אנגעקומען צום ביה"ח האט מען דאס געפונען הערמעטיש פארשלאסן, עס האט גענומען קרוב צו א האלבע שעה פאר אירע מקורבים אויפצושניידן דעם שלאס און עפענען דעם טויער פאר די רעבעצין.
אצינד חשובע ליינער איידער איך גיי ווייטער צו די 'קריסטאל נאכט' ל"ג בעומר תשמ"ט מוז איך דא געבן צו פארשטיין אז אונזער ר' אהרן איז געווען אינוואלווד ראשו ורובו אין יעדע טעראר אטאקע וואס האט זיך דאן אפגעשפילט אין קרית יואל, צענדליגער קענען דערויף עדות זאגן אז נאך יעדע געלונגענע טעראר אטאקע וואס זיינע בויעס האבן אנגעדרייט האט מען אים געקענט טרעפן מיט א שמייכל פון איין באק צו די צווייטע. און ווען פארשידענע מענטשן -אפילו חסידים- האבן אים פארגעהאלטן דערויף פלעגט ער ענטפערן מיט זיין באקאנטן לאזונג 'כבר היו לעולמים' אדער 'אזוי האט מען אלס געטון פאר מתנגדים' וכדומה.
עס לאזט זיך נישט גלייבן אבער עס איז פארט א פאקט אז די פאשקעווילן שרייבער פון יענע יארן און אפילו די טרויעריג באוויסטע שמוץ בלאט 'פנים אל פנים' (וואס מען קען רואיג זאגן אז דער בלאט איז היינט איר ריכטיגער ממלא מקום) פלעגט געמאכט ווערן אונטער זיין נאז, און ווען איך זאג אונטער זיין נאז מיין איך טאקע ביי אים אין די ישיבה, אבער נישט סתם ביי אים אין די ישיבה נאר טאקע ממש אין זיין אפיס, עס פארציילן די תלמידים פון יענע צייט אז די אפיס פון די פאשקעווילן שרייבער איז געווען פלאצירט איין טיר אוועק פון אונזער סבלן'ס אפיס (צו 'א פיס' ווי דער הגה"ק פלעגט דאס רופן...).
און אזוי פלעגט זיין מיט אלע אקציעס, די בחורים די טעראריסטן האבן אלץ געוויסט אז זיי האבן א באקוועם פלאץ און ר' אהרן'ס הארץ, און שענקט זיי פולע שוץ פאר אלע זייערע מעשים און שטיקלעך. עס איז באקאנט סטעיטמענטס וואס ער האט געלאזט פאלן כסדר בשבחם פון די טעראריסטן, און דאס איז פונקט גענוג אים צו קרוינען אלס 'פאלנער משוגענער' איך רעד שוין נישט פון די סטעיטמענטס וואס זענען נישט באוויסט.
אדרבא פרעגט א תלמיד פון יענע יארן ווער עס זענען געווען די מקרובים ביי ר' אהרן, ווי א גרעסערער טעראריסט אלס גרעסער מקורב, פינטל.
המשך יבוא בעזהשי"ת
תוקן על ידי רעיוואד ב- 31/08/2009 3:37:44