ביי די מעכטיגע אסיפה ביים מהר"א האט מען מחליט געווען אז א קאר פיקעטינג איז דער בעסטער אפשען.
אזוי ווי מהר"א פארט אויף לאנדאן, און אפילו ער וועט שוין צוריק אויף דאנערשטאג און וועט נישט האבען גענוג כח צו האלטען א דרשה, און געוויסע דרשנים האבען אויך נישט געוואלט קומען ווען שמואל ווידער האט זיי גערופען צו רעדן צוליב דער בלאט פון דער וואך ווי ער האט געלייקענט די געפערליכע מעשים וואס עס איז אפגעטוען געווארן לעיני השמש און זיך נאך בארעכטיגט, אזוי ווי דער גנב וואס האט געשריגען איך האב בכלל נישט געגנבעט און דערנאך האט ער געשריגען איך האב נאר געגנבעט קליינעקייטען.......
האט מען מחליט געווען צו מאכען א קאר פיקעטינג