בית פורומים כל העולם כולו

נאך א נפטר ביי פאלאק'ס לאט

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-31/8/2009 22:15 לינק ישיר 
נאך א נפטר ביי פאלאק'ס לאט

די זאליס האבן שוין ענדליך נאך א נפטר צו לייגן אין פאלאק'ס לאט.

אבער דערווייל מוז מען זיך נאך אביסל שלאגן אויף דעם נפטר. ווייל די סיטי מעדיקעל עקזעמינער גיט נאך נישט ארויס דעם קערפער, -און מ'פלאנט א גרויסארטיגע דעמאנסטראציע קעגן די פארשאלטענע סיטי

עס האנדעלט זיך אין די געפערליכע טראגעדיע וואס האט פאסירט נעכטן, א' כי תבוא, ווען מ'האט ליידער געפונען א חלל לעבן גאלדען פלאו, מ'ווייסט נישט ווער עס האט אים אומגעברענגט רח"ל.

אבער ארומקוקענדיג האט מען זיך דערזעהן אז ער איז דער ריכטיגער קאנדידאט צו לייגן אין פאלאקס לאט - די ארונים ווילן דאך אין נישט לייגן אין ביה"ח ישן נושן, וועט מען מאכן א מעכטיגע לויה און מ'וועט נאכאמאל שרייען גנבים גזלנים חמסנים !

אלעס איז שוין מער ווינציגער מסודר. די בני יואל געבן שוין די מקוה זייערע, אברהם הערש וויינשטאק, חיים שלמה וויינטשאק מיט יודעלע וויינטשאק האבן שוין אן הויכע בוצעס, און זענען שוין גרייט... אבער די סיטי איז פאר'עקשנ'ט.

מ'דארף איינרייסן אז די סיטי זאל ארויסגעבן דעם נפטר וועלכער ווערט געהאלטן אויף די זון שוין 19 שעה אינעם אומבולאנס.
און אלעס איז שולדיג דער סעגעדין (!)



ומכאן מודעה רבה לאורייתא.

אויב וועט מען חלילה נישט קענען לייגן דעם נפטר אין פאלאק'ס לאט, איז עס נישט אונזער שולד. מיר זענען גרייט, נאר די ארונים זענען שולדיג ! מיר וואלטן שוין געקענט האבן 2 נפשות, והקולר תלוי בצואריכם!


הכונו למערכה !


לייענט דא איבער דעם "עגלה ערופה" אין פאלאקס לאט




תוקן על ידי בשמחה_תמיד ב- 03/01/2010 06:34:44




תוקן על ידי בשמחה_תמיד ב- 03/01/2010 06:38:15




דווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-31/8/2009 23:11 לינק ישיר 

די פורים בית דין האט געשיקט א בריוו צום מעדיקעל עקזימענער'ס אפיס, שוין ארויסצוגעבן דעם נפטר...




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-31/8/2009 23:17 לינק ישיר 

איך הער אז דער שפיטיווקער נעמט יעצט כופר נפש דארט



דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
נשלח ב-31/8/2009 23:22 לינק ישיר 

אין יאשקע שטעלט יעצט צאם א קליפ, ווי די בחורים זינגען ושמחת בחגיך.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-3/1/2010 06:11 לינק ישיר 

SatmarHQ: BDE: R'Duvid Simcha Hochizer u"h(60's/Monsey) Lvaya 1:00 @ B"m Charidim KY, then to new chelko of KY Bais Hachaiyim. Bsiros Tovos!!



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-3/1/2010 15:12 לינק ישיר 


פון וועמען פונקליך טרייבט איהר דא ליצנות
פון דעם בר מינן ל"ע? פון מר. פאלאק? אדער פון ענק אליין...



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-3/1/2010 23:25 לינק ישיר 

SatmarBum כתב:
SatmarHQ: BDE: R'Duvid Simcha Hochizer u"h(60's/Monsey) Lvaya 1:00 @ B"m Charidim KY, then to new chelko of KY Bais Hachaiyim. Bsiros Tovos!!


ווען די מעשה וואלט ח''ו געווען פארקערט וואלטען די ארונים נישט געקענט באערדיגען קיין 6 ב''מ אן קיין פערמיט

ביי די ארונים איז ב''ה נישט דער מושג פין מסירה, דארט ליגען שוין 7 מענטשן אן א פערמיט אין קיינער זאגט נישט קיין ווארט.
 (חוץ לויט די מתנחל'ישע בני זאלי'ס וואס לויט זיין ווען א נתבע געווינט א קעיס קעגן א הולך לערכעות ווער ער א 'מסור')



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-3/1/2010 23:30 לינק ישיר 

רעב יאנקל, דיין תגובה דארף דינען אלס דערמאנונג פאר די רשעי הקהלה פון מאנרא זאלן ח"ו נישט פארגעסן צו מסור'ן אז דער נייער ביה"ח האט שוין ליידער מער ווי די ערלויבטע צאל מתים ל"ע, האב איך גוט פארשטאנען?



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-3/1/2010 23:30 לינק ישיר 

איז דאס ר' דוד שמחה פון טאהש?

א איד א מתמיד עצום א ירא שמים מרבים, פארברענט וועלן ווערן די הענט וואס מישן אין די הייסע קוילן.

וואס פארא קשר האט דאס מיט א משעה פון גאלדען פלאו וואס האט פאסירט 6 חדשים פריער?



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-3/1/2010 23:39 לינק ישיר 

יא ליידער ליידער איז דאס אונזער חשובע'ר ר' דוד שמחה ז"ל, א מוסטער פון א איד, זאל ער מליץ יושר זיין.
די גאנצע קיגל דא איז געמאכט געווארן בייזוויליג דורך א אהרויני וועלכער פארטראגט נעבעך נישט אז נאך א איד געפינט א מקום מנוחה אין קרית יואל און שטעלט דאס צוזאם מיט א אלטע פרשה וואס האט קיין שום שייכות אהער.

ר' דוד שמחה האט יארן געוואוינט אין טאהש און האט אויפגעשטעלט א הערליך דור, אסאך אידן אין ניו יארק קענען אים צוליב וואס ער פלעגט פארידנגען דירה'לעך אין טאהש אויף שבתים וכדו'. ליידער איז ער געווען א שטארקע מיטגעמאכטע איד אבער פארט פול מיט שמחת החיים און סיפוק הנפש. זיין הויז האט אפגעברענט אין א פרייטאג צונאכטס עטליכע יאר צוריק (אנגעבליך דורך שבת ליכט פון געסט וואס זענען דארט איינגעשטאנען רח"ל). די הויז איז געבליבן האלב שטיין און די שטאט האט פון אים געפאדערט ער זאל דאס איינווארפן, געלט האט ער נישט געהאט, דעריבער האט די שטאט דאס אליינס געטון און האבן דערנאך געשיקט גרויסע ביל'ס און קנסות. באצאלן האט ער נישט געקענט, דעריבער האט די שטאט ארויפגעלייגט א לי'ן ער זאל נישט קענען צוריק אויפבויען ביז ער באצאלט, געלט האט הער ווייטער נישט געהאט, האט ער זיך געצויגן צו א געדינגענע דירה אין מאנסי.

ער האט נאך אלע מעשיות נישט נאכגעלאזט פון זיין התמדה.

ז"ל



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-3/1/2010 23:53 לינק ישיר 

"פארברענט וועלן ווערן די הענט וואס מישן אין די הייסע קוילן."

נישט שעלטן קיין אידן, פאקטיש איז ער נישט שולדיג אז מ'האט אים געלייגט אין א מקום וואס איז געגרינדעט געווארן דורכ'ן סירוב לדין תורה לעיני השמש. איך גלייב נישט אז דאס איז געווען זיין אייגענער רצון, נאכדערצו אז די שרייבסט אז ער איז געווען א פיינער איד.

זאל דער נשמה האבן א עלי'.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-4/1/2010 00:13 לינק ישיר 

די פאלאקס לאט איז געגרינדערט געווארן מיט איין ציל עוקר צו זיין די תורה הק' צו זיין מסרבים לדין.

נישט אומזינסט ליגן דארט נאר מאנגאס, און נעבעךס.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-4/1/2010 00:45 לינק ישיר 

נפל די שעלסט אימזינסט
ווייל דער אשכול איז שוין געפענט געווארען אינמיטן זימער, למעשה האבען ענק נישט באקומען יענעם נפטר פין גאלדען פלוי....
אין קווינסבאם האט אריינגעפעיסט זיין תגובה אין דעם אשכול.
בארואיג דיך.

סיי וויאזוי, אויב איז ער אזא חשוב'ע איד, ווי האבען זיינע קינדער זיך נישט געשעמט צו לייגען זייער טאטע אין א בית הקברות וואס איז געגרינדט געווארען  כדי מ'זאל קענען מסרב זיין אין קלאגען אין ערכעות???



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-4/1/2010 03:24 לינק ישיר 

הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר





נשלח ב-4/1/2010 01:40 לינק ישיר 
אהרונישע השחתה און בזיון נפטרים האלטן אן

נעכטן איז ל"ע אוועק פון די וועלט גאר א חשוב'ער איד הרה"ח ר' דוד שמחה האכהייזער ע"ה, אין בליענדן עלטער פון 60 יאר, נאר א ביטערע מחלה ל"ע.


דעם נפטר האט מען מקבר געווען אין בית החיים דקהל יטב לב אין קרית יואל, אין די נייע חלקה.

די אהרונים האבן דאך א מנהג, אז יעדעם יחיד'ס בלוט איז הפקר אויב קענען דערפון ארויסקומען אפילו די מינדענסטע טובה הנאה, פאר זייער עבודה זרה. זיי וועלן זיך נישט צוריקהאלטן צו טרינקען יענעמס בלוט.

האבן זיי טאקע אנגעהויבן א שמוץ אטאקע קעגן הר"ר דוד שמחה ע"ה. נוצנדיג ווערטעראפגעשליסען און אפגעריסען. 
דערצו האבן זיי מבזה געווען זיינע קינדער און משפחה שרייבנדיג: פארשטייט זיך אז עס איז געווען א חסד של אמת, עס איז נישט געווען ווער עס זאל זיך אום קוקען אויף אים נעבעך. 

און נאך א גאנצע טוץ מיט לשונות, וואס איך גיי נישט דא נאכשרייבן.

פארשטייט אז ס'איז שקר וכזב, אמת אז ר' דוד שמחה האט ליידער מיטגעמאכט יסורים, אבער ער האט דאס מקבל געווען, און ווייטער עוסק געווען בתורה שעות לאנג, אזוי ווי זיין גאנץ לעבן.

אויסער דעם האט ער זייער א חשוב'ע משפחה פון קינדער און איידעמער, און חס ושלום אז איינער זאל טראכטן פאר א רגע אז זיי האבן זיך נישט אומגעקוקט וכדומה. זיי האבן פשוט געמאכט זייער החלטה ווי אים צו ברענגען לקבר ישראל, אן זיך דורכרעדן מיט ר' אהרן טייטלבוים חסידים און היידפארק שרייבערס.

נעבעכדער איז דער רא"ט וואס האט ערצויגן אזעלכע חסידים.



דווח על תוכן פוגעני








תוקן על ידי SatmarBum ב- 04/01/2010 03:27:26




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-4/1/2010 04:48 לינק ישיר 

עס כאפט א שמייכעל צו זעהן ווי יעדער נעבעך און מאנגא וואס ווערט באגראבען אין די מסרבים לדין פאלאקס לאט, ווערט ביי די זאליס א גאנצער קדוש, איצט איז דער בעק'ניק האכהייזער נעבעך, ווי יעדער האט אים געקענט א צובראכענער אפגעשליסענער איד, איצט איז געווארן אגאנצר רבשכבה"ג.

טייל פון די אלטע טיטלען

ווי א אמאליגע צדיקת נישט פון אונזער דור (מאנגא 4)

דער דעם רבין זי"ע געטרייסטער הויז בחור יארן לאנג (קאהן)

געלעבט מיט די גרעסטע מסירות נפש (מאנגא 1)

דער גרעסטער מקדש שם שמים אין דור (באנדא)

די הייליגסטע נשמה פונעם דור (מאנגא 3)

דער גרעסטע בעל חסד אין דור (פערלשטיין)

א מוסטער פארן גאנצער דור (מאנגא 2)

וכו' וכו'



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-4/1/2010 21:11 לינק ישיר 

איך האב קיינעם נישט געשאלטן און איך וועל איבער'חזר'ן וואס איך האב פריער געשריבן

"וויי פאר די הענט וואס מישן די הייסע קוילן" אזוי האבן חז"ל געזאגט 'הוי זהיר בגחלתן שלא תכווה'.

מיטן שרייבן מאנגוי אפגעשליסענער וכו' פאר די עוולה פון ווערן באערדיגט ביי די זאלי'ס און נישט ביי ענק, פארשעמט איר אייער אייגענע חינוך



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > כל העולם כולו > נאך א נפטר ביי פאלאק'ס לאט
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר
1 2 3 4 לדף הבא סך הכל 4 דפים.

bholext