די גאנצע שטאט איז אין שאק פון די רשעות וואס די זאליס האבן נעכטן אפגעטאן!
דער נפטר ע"ה האט געקויפט בחייו קרקע אינעם בית החיים דקהל יטב לב דסאטמאר בייי ר' שלמה שמש ני"ו, און ער האט אים געזאגט אז ער וויל ליגן אינעם בית החיים, אזוי אויך האט ער געזאגט פאר זיינע ברודערס נ"י אין שפיטאל בתורת צוואה אז די זאליס פארדרייען אים א קאפ און טרינקען אים דאס בלוט, אבער וויל קלאר זאגן זיין ווילן אז ער וויל ליגן אינעם בית החיים דקהל יטב לב און דארט האט ער געקויפט קרקע, ובפרט אז זיינע עלטערן ע"ה ליגן דארט, און נישט אין פאלאקס מסרבים לדין בעק יארד.
אזוי ווי די זאליס זענען געוואור געווארן דערפון, האבן זיי אנגעהויבען איינלייגן וועלטן אז ער זאל צוריק ציען פון זיין צוואה, רז"ל אליין איז אים געגאנגען 4 מאל באזיכען אין שפיטאל די לעצעטע 5 וואכן, איבערהויפט האט זיך ארויף געזעצט אויף אים ר' שלמה לייב ווייינבערגער און שאול פערלשטיין.
ר' שלמה לייב איז כסדר געפארן צו אים אין שפיטאל און אים געטרינקען דאס בלוט, ער האט אים מסביר געווען אז ביי די אהרונים איז קרקע גזולה... און מען איז מחזק מוסרים... וכו', ער האט נישט נאך געלאזט, אבער דער נפטר האט ווייטער געזאגט פאר זיינע ברודערס אז ער וויל ליגן אינעם בית החיים דקהל יטב לב און נישט אין פאלאקס, שאול פערלשטיין האט אים געבעטען אז ער זאל קויפן קרקע ביי פאלאקס, אבער ער האט בשו"א נישט געוואלט.
איצט ווען ער איז ליידער נפטר געווארן, און זיינע קינדער אזוי אויך אלע זיינע ברודערס האבן געוואוסט פון די צוואה פונעם נפטר ע"ה ווי ער וויל ליגן, אבער דער שקרן ר' שלמה לייב וויינבערגער איז נעכטן נאכט אריבער צו די שטוב פון די אלמנה, און געזאגט אז די נפטר האט אים געזאגט אז ער וויל ליגן אין פאלאקס...
די משפחה האט זיך ארום געטענהט מיט אים אז עס איז שקר, אבער ער האט מסביר געווען פאר די אלמנה אין די קינדער, אז ער רעדט בשם הלישקע, אז עס איז גניבה גזילה צו גיין ליגן ביי די אהרונים, דער נפטר וועט נישט האבן קיין מנוחה, און וועט נישט קענען אנקומען אין גן עדן.
און דאס אז ער האט געלייגט זיין אייגען טאטען אדמו"ר פיאע זצ"ל אינעם בית החיים דקהל יטב לב אין נישט אין פאלאקס בעק יארד, דאס איז ווייל דאס איז נאך געווען פארן פסק פועם אפילאט... און דעמאלס איז נאך נישט געווען דער איסור גזל פונעם לישקע...
ענדליך 10 אזייגער האבן די קינדער זיך געבראכען צו ר' שלמה לייב, מורא האבענדיג פונעם לישקע פסק.
עס איז נישט דא די ווערטער ארויס צוברענגען די רשעות און אכזריות וואס די זאליס טוען צו יעדען גוסס, און קראנקען, וואס זיי חלמ'ען אז ער קען אפשר מסכים זיין צו ליגן ביי פאלאקס, זיי טעראזירען אויף אלע מיני אופנים אז מען זאל גיין ליגן ביי פאלאקס, ובפרט די טעראר און לחץ וואס זיי לייגן ארויף אויף די משפחות.
תוקן על ידי בשמחה_תמיד ב- 08/03/2010 05:41:24
 |
|
|