| נשלח ב-31/8/2009 23:53 |
|
| |
יוזל בן מאריא וואלדמאן פירט א נייע מערכה
יוזל בן מאריא וואלדמאן איז נישט גענוג זיינע מערכות מיט סאטמאר, ער האט געפענט א נייער פראנט
דאס מאל די נייער מונקאטשער תלמוד תורה אין מאנסי
די פרטים אויף דערוואל
יוזעלע האט א תכשיט א בענאק א גרוש (וואס ער איז געווען א איידעם ביי קעלנער, א טויש שידוך), דער בענאק האט א יונגעלע, די מאמע זיינע האט אום אריינגעלייגט און די בעלזער חיידר אין מאנסי, יוזעל איז געגאנגען אין קאורט מיט א טענה (אודאי נאר מיט רשות פון בית דין) אז בעלזא איז נישט א פרומער חדר ממילא טאר מען די קינד דארט נישט שיקען, און ער האט געברענגט א ראיה פון די איסורים פון שנת תש"מ (אויף דעם איז איהם רביה"ק דער ברך משה יא גוט גענוג)
די שופט האט אויף איהם געעפענט א פאר אויגען, וואס הייסט אז בעלזא איז נישט ארטאדאקסיש און רעלידזשעס, עכ"פ און בקיצור די שופט האט געגעבען א אנדערע אפציע פון דריי חדרים: סאטמאר, פאפא, נייטרא (היינט מונקאטש)
ווי פארשטייט זעך קיין שום נאמאלער מוסד, וויל נישט האבין צו טוען מיט דעם וואס ראטעוועט גאנץ סאטמאר פון די מלכות הטעראר, סאטמאר און פאפא האבין אים אפגעזאגט מיט די תירוץ אז זיי זענען שוין פיל, מונקאטש האט אים אויכעט נישט געוואלט אנ-נעמען, האט ער געשריגען דיסקרימנאציע, היתכן פארוואס זאל מען נישט אננעמען זיינע געראטענע אייניקל
ווען מען האט איהם געזאגט אז ס'איז נישט דא קיין פלאץ, איז ער געקומען כאפן בילדער פון די קלאסען אז ס'איז יא דא פלאץ, און געלאפען צום שופט דערמיט, אצינדער ווארט מען צו הערן וואס דער שופט וועט זאגען
אויך האט ער אנגעשייגעצט דעם מנהל ברבים אויף דער גאס און געמאכט עפעס א פראטעסט פארנט פון דעם מנהל'ס הויז
ער פארשפרעכט א פולער מערכה אנטקעגן מונקאטש
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-31/8/2009 23:55 |
|
| |
גוט האסטו געטון האסט געשריבן בן מאריא, אזוי פארשטייען מיר אז די גאנצע מעשה איז אמת ווייל ער איז א גוי
|
|
|
|
| נשלח ב-31/8/2009 23:56 |
|
| |
אה! א פריש לופטל, אויב פילן ענק פאר וויכטיג אנצוהייבן א שמוץ קאמפיין מיט שקרים וכזבים קעגן ר' יוסף איז דאס זייער א גוטע סימן.
ר' יוסף איר האט געצילט אין פינטל, חזק ואמץ
|
|
|
|
| נשלח ב-31/8/2009 23:58 |
|
| |
עטגאסט איך פארשטיי נישט וויאזוי דו קענסט שרייבן אויף אים אזאנס ווען ער איז א חצוף קעגן א מרא דאתרא, עס שטייט אויף דעם גאר הארבע זאכן
|
|
|
|
| נשלח ב-31/8/2009 23:58 |
|
| |
און אויב איינער גלייב נישט וואס דער ווארט זאגער פון אהרן חרינער שר"י פארקויפט איז א כופר?
|
|
|
|
| נשלח ב-1/9/2009 00:00 |
|
| |
ביטע נישט פארדרייען די נושא פון אשכול, איבער דעם נושא פון אדמו"ר מהר"א איז דא גענוג אשכולות
|
|
|
|
| נשלח ב-1/9/2009 00:02 |
|
| |
וואס פארדרייסטו א קאפ? האסט דאך אים באטיטלט אלס יוזל בן מריא נאר לכבודו הרמה פון הגה"ק אהרן חרינער שר"י און אז ער זאל שעפן חיות דקדושה, פארדריי נישט דעם שמועס.
תוקן על ידי פימפנאטער ב- 31/08/2009 23:58:01
|
|
|
|
| נשלח ב-1/9/2009 00:15 |
|
| |
Pelin12 איז גערעכט, אין דעם אשכול זאל מען נישט שרייבן קעגן אדמו"ר מהר"א, האלטס ענק איין!
|
|
|
|
| נשלח ב-1/9/2009 00:34 |
|
| |
פימפעטאטער
קענסט שרייבען קעגען מהר"א וויפיל דיין האנט באגערט און ביז די הענט וועלן דיר וויי טוען, ס'קימערט מיר גאר ווייניג, ס'איז נישט מעלה או מוריד כי הוא זה
די נקודה איז נאר, אז אין דעם אשכול קומט נישט אריין מהר"א בכלל, און קיינער האט נישט געשריבען כופר, אדער וועגען גלייבען אין מהר"א
|
|
|
|
|
| נשלח ב-1/9/2009 00:34 |
|
| |
איך וויל נאר פארשטיין איין זאך. וואס למשל דערציילט דער צונאמען? וואס טוט אויף א צונאמען? ווען די ארונים האבן גערופן דער שראמאשער רב מיטן צונאמען "מישמאשער? איז ער געווארן אויס מתמיד? איז ר' אהרן געווארן דער גרויסער מתמיד אויף זיין פלאץ? צי ווען מען האט אנגעהויבן רופן ר' זלמן לייבן מיט'ן צונאמען "זאלי", איז ער געווארן אויס רב? ער האט מיטאמאל פארלוירן מענטשן? דאס זעלבע איז מיט ר' אהרן ווען מען האט געגעבן דעמאלט דעם צונאמען "אהרוני, איז ער געווארן וועגען דעם אויס קרית יואלער רב?
צי למשל אויב וועל איך איצט שרייבן אויף ר' אהרן, ארי בן דשעיניפער, גייט עפעס געטוישט ווערן? פארוואס גייט מען צוריק צו די זעלבע שטותים פון אנרופן איינעם מיט א צונאמען?
|
|
|
|
| נשלח ב-1/9/2009 01:49 |
|
| |
אהרן חרינער איז נישט קיין צינאמען
א צינאמען הייסט א שפעט נאמען וואס האט בכלל נישט קיין באדייט
אהרן חרינער איז א נאמען פון א מענטש וואס איז געווען רב און אראד און ווי באקאנט האט ער חרוב געמאכט די שטאט,
און ווי באלד ער ציט אסאך ענדלעכע שטריכען צו דעם אויבען דערמאנטער ריפט מען עם מיט די עכטע נאמען פון יענעם מענטש,
ואתחם הסליחה
|
|
|
|
| נשלח ב-1/9/2009 02:03 |
|
| |
און למשל ווען א קעפל זאל זיך ליינען "אהרן בן פסל" וואלט עס עפעס געמיינט?
דער אשכול ווייזט נאר ווי פארלוירן און צובראכן די כת הטעראריסטן זענען אז זייער ישיבה איז נעבעך נתפרסם געווארן ללעג ולקלס אויף די גאנצע וועלט דורך א געמיינע ווידיאו אויף יו טוב, און זיי האלטן אז דאס האט דער חשוב'ער עסקן הרב הצדיק ר' יוסף וואלדמאן ארויפגעלייגט, דער איד וואס האט געראטעוועט קרית יואל פון די הענט פון די שלעגערס און טעראריסטן, דער איד וואס האט עווענטועל געהאט א חלק חשוב אין אפראטעווען גאנץ סאטמאר פון עפרא לפומיה'ס און פון שלעגערס.
טאמער מיינט איר אז מיט אזעלכע געבאקענע מעשיות און שקרים וועט איר קענען שטיל מאכן הרב יוסף וואלדמאן שליט"א, האט איר א גרוסע טעות, ער האט פון ענק שוין געכאפט וויפיל מ'קען איינעם אריינגעבן, און ער איז נאר שטערקער געווארן, דער מציל ומושיע איז דא ווי א לייב צו קעמפן פאר זיינע אידישע ברודער להציל עשוקים מיד עושקיהם, ער איז "העיר טו סטעי" בעזרת השי"ת.
|
|
|
|
| נשלח ב-1/9/2009 02:04 |
|
| |
דאס איז בעצם אן אלטע זאך, אז די אהרונים האבן זייער ליב צו געבן צונעמען און אזוי טראכטן צו געווינען די מלחמות.
און אז מען רעדט שוין פון צונעמען פארציילט מען א מעשה, אז סאשע האט אמאל געסטראשעט ר' אהרן אז זי גייט העברעאיזירן זייער לעצטע נאמען אויף תמרי... האט ר' אהרן געענטפערט "אבער איך וועל עס שרייבן אויף אידיש, טאמארי!" (אזוי ווי הגר=האגער) (פארשטייט זיך דאס הייסט נישט א צונאמען)
|
|
|
|
|