דאס האב איך געמיינט צי שרייבן, קען זיין אז איך האב עס נישט אזוי גוט מסביר געווען.
אז זיי קענען נישט אנקומען צי די"ת "מיט מיין נאמען" אין זאגן די נעמען זענען קהל יטב לב אין קרית יואל.
איך דערמאן זיך יעצט פאר ווער עס געדענקט נאך (נישט פאר די קווינס בחורים יעצט ווייל זיי זענען נאך געווען דעמאלס אין די ווינדעלען) ווען די זאלי'ס האבן געהייסן אינטער צי שרייבן די כתב התחייבות בשעיבוד הגוף והנפש, אז מען איז זיך מחייב אז מען וועט נישט רופן ח"ו צי "דין תורה" (דעמאלס האמיר נאכנישט געוויסט אז גיין צי דין תורה איז ביי זיי אזא גרויסע עבירה), ווער עס האט נאך די צעטעל ווערט געבעטן עס ארויפצילייגן.
אין דעמאלס האט מען געמאכט די א' שמות אסיפה. אפאר טאג נאכדעם האט זיך הגז"ל אויפגעשטעלט האלטן א דרשה אין בנין עסטרייכער, אין געזאגט אז דיין פילאפף האט אים געזאגט אז אסאך אידן וואס זענען דארט געווען (ביי א' שמות אסיפה) זענען געקומען וויינען בדמעות שליש אז זיי האבן נישט געוויסט אין זיי ווילען צריקציען אין צי אים אליין איז אויך געקומען אפאר אידן וויינען, אין ער האט זיי געגעבן א שטיק צייט צריקצוציען.
ס'איז שוין אדרוך קנאפע 8 יאר פין דעמאלס ווייסט איינער ווי די אידן וואס האבן געוויינט מיט די דמעות שליש זענען אמגעקומען???
ער האט געהאט א פאר גוטע זיצן אין גרויסן בית המדרש אין קרית יואל, ביי מזרח וואנט, און אויך אין ווייבער שול. ער האט זיך געגרייט אויף א גרינגע הכנסה פון הונדערט טויזנט דאלאר. אין די יעצטיגע עקאנאמישע צייטן מיינט עס גאר אסאך. ער האט שוין געבויט אויף דעם געלט גרויסע זאכן.
יעצט איז געקומען ר' דוד עקשטיין און געלערנט אלע זאליס בלק, זיי צוגענומען די זיצן.
די זאלי שוטים זענען די געלעכטער פון שטאט. ר' דוד האט שוין פונלאנג געווארט אויף א געלעגנהייט אז זיי זאלן אים געבן א סיבה פארוואס זיי צו צונעמען די זיצן, ווייל שוין א שיינע פאר יאר וואס קהל איז אויסגעלאפן פון זיצן און א שטארקע הכנסה האט זיך אפגעשטעלט.
מען שמועסט אז מען רעדט דא פון אן עקסטערן אינקאם פאר קהל פון 2 מיליאן דאלאר.
דאנקע שעין!!!
נשלח ב-7/9/2009 16:29
אויך פון מענדל שווימער האט קהל באקומען א פעטע נדבה, דורכ'ן צונעמען זיינע זיצן, און ער האט פארמאגט גאר גוטע זיצן אין שול.
דער ראפינירטער ר' דוד מאכט עס גוט. ער לאזט די זאליס שפרונגען און "צוריקשיקן" בריוו, מיט די פאנטאזיע אז ר' דוד איז אינטערעסירט צו פירן מיט זיי א בריוו געפעכט, בשעת אונטער די קאליסן פילט ער אן קהל'ס אויסגעליידיגטע קאסע.
א שאד נאר אז די זאליס האבן נישט ארויפגעלייגט מער מענטשן אויף זייער "קהל יטב לב"