| נשלח ב-2/9/2009 08:32 |
|
| |
ממחרת בית פאלאק לאט
ממחרת בית פאלאק לאט
מען האלט שוין צוויי וואכן דערנאך איינער האט געוויינט, איינער האט געשריגען, איינער האט געלאכט איינער האט געטאנצן, און איינער האט אפילו געמאכט קולות מיט יאמערליכע געוויינען חמסנים...
איצט האלט מען שוין ממחרת, איז כדאי אביסל צו לייגען די גאנצע זאך און עס באשרייבען מיט קופערלעך.
עס איז דינסטאג אינדערפרי רז"ל דער "עכטער" סאטמאר רבי ריפט א מיטונג אין שטוב פונעם "עכטער" מעיאר פון קרית יואל, און ריפט דארט די "עכטע" ראשי הקהלה פון קרית יואל, און זאגט אז די סאסמאן קהלה איז אין דער ערד, מען צאלט שוין נישט די מלמדים פאר 4 חדשים, מלמדים סטרייקן, מנהלים זאגן זיך אפ, טיטשערס גייען אוועק, עס איז נישט דא קיין פעני, טשעקס מאכן בואי בשלום, א חורבן עולם, מען קלאגט איכה, וואס טוט מען דא?
די חכמי הכעלעם זיצן און דער ראש קומט אויף מיט א מורא'דיגע פלאן, אז די עיקר פראבלעם דא אז די קהלה איז א שיף אן א רידער, יעדער טוט זיך וואס ער וויל, מען הרג'עט זיך איינער מיטן צווייטן, די אינגע מיט די אלטע זענען צוריסען אויף טויט, פון די אנדערע זייט די אהרונים דא אין קרית יואל מאכן א לעבן, אלעס באלאנגט צו זיי, אפילו די גארביטש טראקס מיט די פייער לעשערס, די זאמד מיט די מיסט אלעס פירן זיי, און די זאליס זענען טיף טיף אין דער ערד.
אשר ע"כ קומט ער אויף מיט א באמבע פלאן אז מען גייט טוישען די סאסמאן נאמען (קהל ויואל משה בלע"ז), צו קהל יטב לב דסאטמאר... מען גייט גזלן און חמסנים דעם נאמען... עס ווערט גלייך באשטעטיגט דער עולם שמייכעלט פון איין עק ביזן אנדערן, מען נעמט אויף א פרעזידענט, ראשי קהלה, טובים, אפילו אן עכטער עהרן פרעזידענט... צווישען די אויפגענומענע איז ר' יוסף פנחס סטראלאוויטש פרעזידענט, און ר' עוזיאל פערלשטיין טובי הקהלה.
עס איז פרייליך מען וואונטש זיך לחיים, אין דער ערד מיט אלע פראבלעמען, ווי די בארלינער וואנט טראסקט אן א שאס, אלעס איז מסודר, די אהרונים גייען אונטער, די זאליס זענען על הגובה. דאס איז נאר אנהייב איז די מעלדונג, טאמער עס וועט נישט ארבעטן, וועט מען טוישן די נאמען פון ווילידטש אויך...
איין מינוט - פארגעסט נישט אז רז"ל איז נישט איינגעשטאנען אין זיין טאטען הויז אין קרית יואל, וואס ער האט אמאל פרובירט צו גנב'נען, און די ראשי הקהלה האבן דאס פארמיטען ב"ה, און מען האט ארויסגעווארפן די סאסמאן חברה, און איבער גענומען די הוי, אינמיטען ווען זיי האבן עס אנגעהויבען עס איינרישען פאר א תלמוד תורה. אויך איז כדאי צו באמערקן - אז דעמאלס האט משה פראדל געשיקט אן הזמנה פון התאחדות איבער די הויז, ראשי קהלתינו האבן גלייך געמאלדען אז זיי זענען גרייט זיך צו שטעלן צו דין תורה, מען איז איינגעגאנגען אויף א זבל"א, און נאך די ערשטע זיצונג, ווען דער שליש ר' אברהם ברוך ראזענבערגער שליט"א האט געזאגט אז דאס איז איין דין תורה מיט גאנץ סאטמאר, און מען דארף ברענגען שטרי בירורין, זענען די זאליס מער נישט צוריק געקומען.
צוריק - ר' עוזיאל פערלשטיין גייט אהיים, ער רעדט מיט זיין טאטע שאול פערלשטיין, זיין טאטע וואונטש אים נאכמאל מזל טוב אויף זיין נייע התמנות, און דערנאך פרעגט ער אים ווי עס האלט מיט די אפקויף פון די 3 לאטס, ער זאגט אים אז עס איז גרויסע צרות, די חברה ברעכן זיך נישט און זיי בעטן א ביטערן פרייז, אבער אזוי פיל זאגט אים עוזיאל, אז טאמער איך שטארב וויל איך ליגן דארט, דאס איז מיין רצון און נאר דארט וויל איך ליגן, און נישט אין די ביה"ח הישן.... (כפי עדותו פון שאול פערלשטיין בהספדו).
די נייע "עכטע" ראשי קהלה וואס האבן אלעס איבער גענומען פלוצלינג, פאלט אויף זיי אזא גאר ריזיגע שווערן עול, שטייען אויף די נעקסטע מיטוואך אינדערפרי, גיסן זיך אפ נעגל וואסער, ווישען זיך אפ די פנים, מאכן זיך די צאן, און ויקץ זיי ערוועגן זיך און זעהן זיך מיט א געטוישטע נאמען, מיט א טיטול אן א מיטול, א זאק מיט חלומות דמיונות, חספא וחמסנים, גראבע און דארע קיען... אלעס בלייבט ביים אלטן...
אביסעלע ארויף, וועקט זיך אויף א איד ר' זלמן פאלאק, ער שטייט אויף פון שלאף, ער ריפט אן ר' אברהם בער יאקאבאוויטש, און זאגט אים די שלעפסט מיט מיר שוין ארום 2 חדשים, איך האב טאקע א דיפאזיט פון 210 טויזענט דאלער, אבער וויסן זאלסטו אז איך געב דיר נאר נאך ביז די ענדע AUG, צו קלאזען אויף די 3 לאטס, אז נישט איז דיין געלט פארפאלען, אברהם בער שטאמפעלט אהער און אהין, אז ער וועט רעדן מיט יודא אליעזר יאקאבאוויטש וואס נעמט קער, און מיט עוזיאל פערלשטיין די ריעל עיסטעט בראקער וואס פארהאנדעלט איבערן לאט, און נאך תירוצים.
די מעשה מיט די לאטס איז אזוי: די 3 שכנים וואלהענדער, פאללאק, רייכמאן האבן זיך צוזאם גענומען און געמאכט א בונד אז זיי פארקויפן נאר די אלע 3 לאטס אינאיינעם, וויבאלד אברהם בער איז געלאפען פון איינעם צום צווייטען אראפ האנדלען מיט יעדעם די פרייז, האבן זיי אפגעמאכט אז זיי דארפן 4.2 מיליאן דאלער פאר די דריי לאטס, אזוי האט ער נישט קיין ברירה און וועט מיזן אלע קויפן פאר דעם שרעקליכן טייערן פרייז.
די זאליס האבן זיך געזעהן אין א צרה די פרייז איז א שרעקליכע, האבן זיי פרובירט צוברעכן די בונד, אבער זיי האבן זיך געהאלטן פעלזן פעסט, זיך נישט גערירט, די זאליס האבן נאר געדארפט 1 לאט, וואס איז זיי איבער איבער גענוג, די 3 זענען אויך געגאנגען צו די נישט עכטע... קהל ר' דוד עקשטיין צו קויפן די לאטס, אבער ער האט זיי געזאגט אז אלע 3 אינאיינעם איז נישט ווערט קיין מיליאן דאלער, און פאר די פרייז זאלן זיי עס פארקויפן פאר א צווייטען.
אברהם בער האט בלית ברירה געבען א דיפאזיט פאר די 3 לאטס פון 210 טויזענט דאלער, נאר א ביינדער אז טאמער די זאליס פארלירען די סטעי אינעם אפעלאט געריכט דעמאלס גייט ער עס אפקויפן, למעשה האט פאסירט וואס האט פאסירט געלויבט צום רבוש"ע, די אפעלאט האט ארויסגעווארן די סטעי, איצט זענען די זאליס געבליבן אנעם בית החיים אין נאר מיט א ביינדער, מיט אביסעלע טינט דעראויף.... שאולי פערלשטיין בלייבט לחרפה, יעדער לאכט פון אים, מען קאלערט זיך פאר געלעכטער פון זיין דרשה, דער עולם ליינט איבער און איבער זיין דרשה מיט זיינע הבטחות, און מען דערמאנט זיך פונעם איראקער אויסערן מיניסטער... אלעס בלייבט ביים אלטען...
לאמיך נאר דא מפסיק זיין א מינוט - דעם פארגאנגענם מאנטאג פרשת במדבר איז נפטר געווארן ר' הערשל זילבערמאן ע"ה פון א"י, וואס ער איז געווען די פאריוואטע פיסאכלאג פון רז"ל, ווען רז"ל האט געהאט א שווערע מינוט ווען ער פלעגט ציווילדערוועט ווערן און כאפן אן אטאקע, - למשל ווי פארלירען די בית החיים - פלעגט מען שנעל רופן ר' הערשל און ער פלעגט אים גראד שטעלן, טאמער עס האט נישט געארבעט פלעגט ער שנעל קומען צו פארן קיין אמעריקא און זיך אראפ זעצען מיט אים אין אים נארמאל מאכן – שפעטער וועל איך מסביר זיין ווי עס איז נוגע.
ויהי ממחרת דארנערשטאג פארטאגס, דער איד גייט צום דריק, עס שטייט נישט קיין ווארט אז מען האט געטוישט די נאמען פון די סאסמאן קהלה, פארוואס? ווייל משה מאנראער מיט שלמה מיכל ראזנער און נאך, האבן זיך אויפגעוועגט די נעקסטע טאג פון חלום, אין זיך דערזעהן אז מען האט פורים געמאכט, און יעדער לאכט פון זיי, האבן זיי פארפירט אז מען זאל נישט טוישען דעם נאמען. בינו לבינו האט שוין דער איד געדארפט גיין צום דריק, איז געבליבן לעת עתה שרייבט מען נישט דערוועגן.
זייטיג - א אינטערסאנטע זאך איז יא געווען אין דער איד, די מילטעסטע פעטש איז געווען א ריזיגע קאלערדיגע עד, אז א אינגערמאן ר' דוד משה מענדלאוויטש האט זיך פארהערט גאנץ ש"ס, און שטייט דארט אידערמיט אזוי: עמד על הבחינה אצל הרבנים הגאונים הצדיקים מגדולי דורינו שליט"א, וזכה ליכנס פנימה ולהתברך אצל כ"ק מרן רבינו עט"ר שליט"א... יא לאכט נישט עס שטייט נישט אין דער בלאט... נאר אין דער איד! רז"ל פארהערט נישט נאר א ברכה גיט ער, פארוואס? אם... אה... פרעגט ר' שימעלע...
אין קרית יואל פאנגט שוין אויך אן ליכטיג צו ווערן אין א אידיש הויז פאסירט א שרעקליכע אומגליק, ל"ע, דאס ארגסטע וואס קען נאר זיין ה' ירחם.
המשך יבוא
תוקן על ידי רבי_יונה ב- 02/09/2009 8:56:23
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-3/9/2009 20:35 |
|
| |
הערה וואס איינער האט מיר געשיקט אין תיבה אישית
נאך א זאך איז כדאי צו שרייבן, אז איצט איז רז"ל געווען אין קרית יואל, יא אין דער קרית יואל וואס ער און משה פראדל פלעגן סטראשנען אז אט אט נעמט מען אלעס איבער, די רבי וועט אהיים קומען פון פלארידא און ער וועט פארן אויף קרית יואל, מען וועט ווייזן, עס קומט א באמבע... ארויסווארפן פון קרית יואל די אהרונים, און אלעס געבן פאר די זאליס... אלע בניני המוסדת, ביהמ"ד הגדול, מתיבתא, בית רבינו זצ"ל, בית החיים, וויליטדש... אלעס אלעס... יא יעצט איז רז"ל שוין אנגעקומען אויף קרית יואל און...?
ער זיצט אין ברעכט זיך קאפ, און זעט ווי ער האט גארנישט געקענט גנב'ענן אין קרית יואל, אלעס איז געבליבען ביי די אהרונים, און ער איז געבליבען מיט משה פראדל א לויזער.
|
|
|
|
| נשלח ב-3/9/2009 23:39 |
|
| |
לאז אפ דיין תיבה אישית אין שרייב ווייטער די ארטיקעל
|
|
|
|
| נשלח ב-7/9/2009 22:05 |
|
| |
עס איז 6 אזייגער אינדערפרי, א שרעק, דאס ווייב פון ר' עוזיאל פערלשטיין ע"ה טרעפט אים ליידער ליגן אפען קאטש נישט בין החיים, זי ריפט היסטעריש די חברה הצלה, וואס קומען צו לויפן אין איילעניש, ליידער איז שוין נישט געווען וואס צו טאן, ר' עוזיאל איז ליידער טראגיש נפטר געווען ה"י, איבערלאזענדיג א שטוב פון 9 יתומים ל"ע, די צער און בראך דערפון איז נישט מעגליך צו באשרייבן.
די שווער פונעם נפטר ר' יוסף פנחס איז גלייך אריבער גערופען געווארן דורך די חברה הצלה, און האט זיך ליידער דערוואוסט דעם ביטערן בראך, די הצלה איז געבליבען דארט פרובירען צו טאן וואס נאר מעגליך, 8 אזייגער האט ר' יוסף פנחס אנגערופען דעם משמש ר' אברהם יושע ני"ו, אז זיין איידעם איז נפטר געווארן און ער זאל אים צוריק ריפען וועגן חלקה, טהרה, פלאץ וכו'.
די הצלה האט אויך געזאגט פאר ר' יוסף פנחס אז מען דארף באקומען דעם טויט שריפט פונעם טאן אוו מאנרא, וואס אן דעם קען מען נישט באגראבן, וואס ביי די טאן דארט עס געווענדליך 5 6 שעה, און אזא פאל ווי דא קענען זיי נאך פארלאנגען אז מען זאל טראגן דעם גוף צום מעדיקאל עקזעמינער, די איינציגסטע וועג ארויס איז אז מען ריפט די ווילדזש פאבליק סעפעטי וואס זיי קענען גלייך געבן א טויט שריפט.
גלייך האט ר' יוסף פנחס געהייסען ריפן ר' משה לייב וויטריאל, וואס האט געזאגט אז ביז א האלבע שעה וועט ער האבן די פאפירן גרייט, וכך הוה, און ווייניגער ווי א האלבע שעה האט עס ר' יוסף פנחס געהאט אין די האנט.
די הצלה האט איבערגעדעקט דעם נפטר מיטן ווייסן ליילעך, און אים געלייגט אויף די ערד ווי די מנהג איז, און זיי זענען אוועק געגאנגען, איבערלאזענדיג אז די חברה קדישא זאל איבערנעמען.
- איך וועל נישט אריין גיין ווער ר' עוזיאל איז געווען און זיין פערזנדליכע לעבן, וואס מענטשן זאגן אז ער האט אסאך געהאלפן אידן וכו', און איך וויל נישט אוועק מאכן די בראך וואס איז שרעקליך, איך וועל נאר ארויסברענגען אפען שפיץ פינגער וואס איז נוגע דא. אז ער איז געווען פון די אנפירערס פון די מהרסים סאסמאן קהלה אין קרית יואל.
גלייך ווען עס איז אנגעקומען די ביטערע בשורה צו ראשי קהלתינו הק', איז געווען א שנעלע מיטונג צווישען ראשי קהלתינו הק', וואס מען טוט דא, עס איז גענומען געווארן אין באטראכט די זאכן
1) אזוי ווי דער נפטר דנן איז נישט קיין מעמבער בקהלתינו הק', נאכן נישט באצאלן זיין מעמבערשיפ פאר די לעצטע 4 יאר, וואס על פי שטאטוטען דקהלתינו אז מען צאלט נישט 1 יאר פאלט מען ארויס פון זיין א מעמבער.
2) דער נפטר האט נישט געקויפט בחייו חלקה אינם בית החיים.
3) די טאטע פונעם נפטר איז פון די גרעסטע רוצחים גנבים מסרב לדין והולך בערכאות, נגד קהלתינו הק'.
4) די טאטע פונעם נפטר קלאגט אינעם גוישען געריכט קהלתינו הק', קעגן די בית החיים דקהלתינו.
5) דער נפטר איז געווען פון די גרעסטע אנפירערס קעגן קהלתינו ומרא דאתרא אין קרית יואל, און עס שטייט אין די שטאטוטען אויב איינער ארבעט קעגן די אינטערעסן פון דער קהלה ווערט ער אויסגעשלאסען פון די קהלה.
6) דער נפטר איז געווען פון די אנפירעס פון די סאסמאן מוסדת, וואס אויף דעם איז דא א פסק פון מרן רבינו בעל ברךך משה, והרבנים הגאונים הצדיקים חברי בדי"צ העדה החרית, ובראשם מרן בעל מנחת יצחק זי"ע גאב"ד, ומרן בעל עטרת יהושע זי"ע ראב"ד.
לענין וועל איך דא אראפ ברענגען בלויז קורצע אויסצוגען פונעם אזהרה חמורה פון בדי"צ העדה החרדית.
ומכאן מודעה רבא לאורייתא ואזהרה חמורה בכח תורתינו הק', כי חלילה מלתת יד למעל הזה, וכל שכן שחלילה לסייע באיזה אופן שהוא לכל מוסד או מפעל שנותן יד במישרין או בעקיפין להחליש או להרוס ח"ו את מוסדות הקודש שהקים צדיק הדור ומגינו רביה"ק זי"ע.
אנו קוראים לכל אלה שהתקוממו ח"ו נגד הקהלה קדושה או מוסדת הקודש הנ"ל, שיחשבו היטב עד כמה גורמים סכנה ליהדות הצרופה, ויחזרו בתשובה וכו'.
עס איז אונטער געשריבען דורך הרבנים הגאונים הצדיקים, רבי משה ארי' פריינד, רבי ישראל משה דושינסקי, רבי ישראל יעקב פישער, רבי בנימין ראבינאוויטץ, רבי אברהם דוד הורוויץ זצוק"ל.
אין מרן בעל מנחת יצחק זי"ע שרייבט צו
ומתוך חרדה ההני קורא ומבקש בכל לב שיתבננו בעוד מועד לתקן המעוות ויחזרו מצעד חמור זה.
אויך איז דא אן עקסטערע מכתב קודש פון רבי משה ארי' פריינד זי"ע צווישן וואס ער שרייבט אזוי:
והוא פריצת גדר שמהרסים בזה המוסדות הק' שהקימו עוד רבינו זי"ע, ומרן אדמו"ר שליט"א ממשיך דרכו ושיטתו הק' ואינו משנה זיז כ"ש, ומי שחולק עליו עובר על לא תסור וגו'.
ע"כ בקשתי בזה בכל לשון של בקשה שכל אלה שיש להם יד במעל הזה ימשכו ידיהם מזה.
בקיצור נישט רעדעדיג איז די נפטר ע"ה געווען פון די מענטשן.
נאך א לענגערע דין ודברים ביי 9 אזייגער האבן ראשי קהלתינו הק', ארויסגעבען די החלטת הקלה, אז לפנים משורת הדין וועט מען לאזן בערדיגען דעם נפטר אינעם בית החיים בקהלתינו הק', און מען וועט בעטן בלויז דעם פרייז וואס מען בעט פון יעדע נפטר ל"ע.
- די פרייז פון 10 טויזענט דאלער קרקע געלט, וואס טאמער מען קויפט נישט בחיים קיין קרקע קאסט די קרקע לאחר מותו די פריייז.
- זיין טאטע שאול פערלשטיין דארף איינלייגען ביי א שליש 50 טויזענט דאלער, אז ער וועט אונטער שרייבען שטרי בירורין ביי א בי"ד זבל"א ביז 30 טאג, און ווען ער שרייבט גיט אים די שליש צוריק די 50 טויזענט דאלער.
ר' אברהם יושע האט אנגעריפען ר' יוסף פנחס, און אים איבערגעגבען די החלטת הקהלה, ר' יוסף פנחס האט אים געזאגט אז ער זאל אים געבן א האלבע שעה און ער וועט אים צוריק ריפען.
דערווייל איז געווארן 10 אזייגער, ר' יוסף פנחס האט צוריק געריפען ר' אברהם יושע און געזאגט אז ער איז מסכים אויף די זאכן, ער וועט איינלייגען די 50 טויזענט דאלער, נאר ער ווייסט אז זייין מחותן שאול, וועט אויף גארנישט מסכים זיין, ממילא טראכט ער טאמער מען קען איצט שנעל מאכן די טהרה און לווי' אזוי ווען שאול קומט אן 11 אזייגער מיטן פליגער פון ארגענטינא זאל ער שוין אנקומען צום באגראבן און טרעפן א פארטיגע זאך, ר' אברהם יושע האט אים געזאגט אזא זאך איז נישט מעגליך ווייל טהרה אליין נעמט אן ערך פון א שעה, דאס מיינט אז פאר 12 צייט קען מען נישט מאכן די לווי', ממילא איז אזא זאך נישט שייך.
בינו לבינו האבן שאול קינדער געקאלט ר' יוסף פנחס מיט די ארגסטע קולי קולות אז ער זאל דאס נישט טאן, אויך אברהם בער יאקאבאוויטש מיט ליפא'לע קרויס האבן געקאלט און געווארענט ר' יוסף פנחס אז זיי וועלן דאס נישט צו לאזן, ר' יוסף פנחס האט זיך דערזעהן אין א ביטערן קלעם נישט וואוסענדיג וואס צו טאן, האט ער קודם געבעטן אז די חברה קדישא זאל שוין קומען נעמען דעם נפטר, די חברה קדישא האט געזאגט אז זיי האבן א פראבלעם וואס צו טאן, ווייל זיי ווייסן נישט ווי מען גייט אים לייגען, זאל מען אים אויפיקען ווי אהין זאל מען אים טראגן?, למעשה איז מען אויפגעקומען מיט א המצאה אז מען וועט שיקן די הצלה טראק - וואס מען האט נאך קיינמאל נישט געטאן – אויפיקען דעם נפטר, כדי אז ער זאל נישט דארפן ליגן נעבעך אין שטוב פון די אלמנה און די קינדער.
די הצלה טראק איז אנגעקומען גענומען דעם נפטר, געפארן צום בית החיים לעבן די טהרה שטיבל, אנגעצינדען די עיר קאנדישאן אפען העכסטן, די טהרה שטיבל האט נישט קיין עיר קאנדישאן, מען האט געשטעלט שמירה, און מען איז געשטאנען און געווארט און געווארט וואס צו טאן ווייטער.
און אן אנדערן ווינקל נעבן קרית יואל, רז"ל טייטלבוים דאווענט מיט די 65 סאסמאן בחורים, אין ווען ער טרעט אויס שמונה עשרה, זאגט אים אריין יודעלע וויינשטאק אין די אויער אז עס טוט זיך מיט די קבורה, עס איז א פראבלעם די אהרונים בעטן דין תורה זבל"א, רז"ל ווערט רויט פאר כעס די הענט און פיס ווארפן זיך אים, ער זאגט אים אז ער זאל זעהן די בעל תפלה זאל זיך נעמען שנעל יאגן, יודעלע זאגט פארן בעל תפלה ער זאל זיך נעמען פליען, גלייך ביי קוה טוט ער שוין אויס די תפילין, א כפרה מיטן תהלים היינט, פארשטייט זיך פון די אנדערע זייט א שמחה, אז ער דארף נישט זאגן די דרשה פאר די בחורים ווי געפלאנט ווייל ער יאגט זיך, אזוי איז ער געבליבן מיט זיינע עמי הארצות פסוקים גרייזען אין בויך, און די בזיונות זענען נישט דא.
ער לויפט שנעל ארויס פון ביהמ"ד, ער ברענט ווי א באריקע, די בחורים מיינען אז ער איז אראפ פון זינען, ער גריסט קיינעם נישט צוריק, כאפט זיין טילעפ אין די האנט לויפט שנעל אריין אין קאר, קנאקט צו דעם טיר און לאזט ארויס א קללה אויף די אהרונים, הייסט דעם דרייוווער יודעלע פארן ווי שנעלער, יודעלע ציטערט דריקט אראפ דעם פעדעל גיט ארויס קללות קעגן די אהרונים און פארט ווילד שנעל.
ווי אהין פארט ער? ווי פליעט ער?
בינו לבינו ויבוא לבן הארמי שאול פערלשטיין פליגער לאנדעט מיט א קראפט.
המשך יבוא!
תוקן על ידי רבי_יונה ב- 07/09/2009 22:27:37
 |
|
|
|
|
|
 |
|
|
|
|
| מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
|
|