בית פורומים אחים אנחנו

וואס וואלט הגה"ק יא געברויכט צו טוען (אויב ער האט שכל)

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-3/9/2009 05:17 לינק ישיר 
סמל ההודעה וואס וואלט הגה"ק יא געברויכט צו טוען (אויב ער האט שכל)

ס'איז שוין ליידער אריבער 2 וואכן זייט די שרעקליכן טראגעדיע אין קרית יואל
מען רעדט און מ'שרייבט
מ'לייקענט, מ'טענה'ט זיך, מ'פארענפערט, און מ'פאר דריידט, וכו' וגו'

אבער!!!

יעצט נאך אלע וויכוחים בלייבט איבער די וויכטוג'סטע פוינט וואס קיינער האט נישט אויס געשמועסט, וואס באמת דאס איז די גאנצע שורש פון זיינע אלע דורך פעלער, און ווייזט פונקטלעך וויפל שכל ער האט, ווי ערוואקסן ער איז, און וויפל טויג ער אין אן פירן א קהלה

די שאלה איז:
ווי וואלט הגה"ק זיך געדארפט פירען און צו צו גיין צום די שרעקליכן טראגעדיע, אויב ער וואלט געהאט אביסל שכל,


וואס איך מיין איז:

 וואס וואלט הגה"ק געדארפט טוען "פאליטיש" און ארויס נעמען די מערסטע בענעפיט


מיטן אויס שמועסן דאס וועט שוין קלאר ווערן דעם גאנצען בילד ווער הגה"ק איז

מיין שכל זאגט אז:
ווען די חברה קדישא מאכט אן ערענסטע אן שטעל, זיי בעטען א נאמאלע סכום פאר קבורה געלט (און אפשר אביסל מער ווי ס'איז איינגעפירט אז פון א גביר נעמט מען פול פרייז...)
און מען געט עם א נארמאלע חלקה, און אלעס גייט אן געהעריג
און קהל פאדער אז דער דיין הגר"ג בערקאוויטש זאל עם מספיד זיין
(הגר"ג שליט"א איז דאך נישט פסול ביי די פרומע)
און מען זאגט עם אונטער פון פאראויס אז דער דיין זאל מעורר זיין די ציבור אויף די שעידליכקייט פון מחלוקות און שנאת חנם, (נישט ער זאל גראב רעדן פון די מחלוקה נאר ארום)
ווי וואלט דענסמאל אויסגעזעהן די בילד
זיי זענען נישט קיין חיות, און ליידער איז דער נפטר געווען א קרבן פון די מחלוקה וכו'
און די זאלי'ס וואלט געווען אפגעפאטשט אז קוים אריבער 2 טעג פון דאס איבערנעמען קהל יטב לב אין קרית יואל און שוין איז געשעהן אזא שרעקליכן זאך,

אבער אז מ'האט נישט קיין שכל
ווי קוקט אויס יעצט די בילד:
אהרונים אכזרים פיינוגען א משפחה אבילה, פוחזים וריקים שפילן זיך ארום מיט א נפטר, בחורים די זעלע חיות ווי אמאל
און הגה"ק  שטינקען זיך אן און גרויסן

און יעצט פארשטייט שוין יעדע מענטש אז א וודאי וואס מער זיך אפהאקן פון אינשי דלא מעלי איז וויכטיג און וואס מען קען נאר טוען צו ראטעווען סאטמאר דארף מען טוען , און  די בעסטע זאך פאר אידישקייט איז טאקע אז זאלי'ס האבן איבער נעמען קהל יטב לב אין קרית יואל,

נאך מער, זייער יעצטיגע מעשים איז די בעסטע און שטערקסטע הוכחה אז די מצוה פון זיי אפטיילען פון סאטמאר מוז ווערן ווי שנעלער, (און אויב ווילן מען אז סאטמאר זאל בלייבן סאטמאר דעלמאנס נעמט אויף מיין זון....  מתוך דברי הבעל ברך משה )
 

נ.ב.
יעדער איז געלאדענט דא צו שרייבן וואס וואלט הגה"ק געדארפט טוען, אז די בילד זאל אויסזעהן פונקט פארקערט?
אז די זאלי'ס זאלן זיין יעצט מיט די נאז אראפ, און די אהרונים סבלנים רחמנים און אנשי דעת וכו', און נאך געמאכט געלט אויך נישט פארלין די אלע מענטשען וואס גייען שוין נישט ליגען ביי זיי



דווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-3/9/2009 05:33 לינק ישיר 

good morning gala, what would have happened have the aroinishe party not reacted the way they did by every story.

lets not forget the biggest mistake they did by reacting the way they did to the first 6 kids which are now the bnei yoel, all because he didnt wanted to grant them a diffrent melamed.
the list is way too big.
but you make a great point.
ps. in this eshkol should bewriten all the retziches of the last 20 years



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-3/9/2009 05:34 לינק ישיר 

איך מיין זיי וואלטן אים געדארפט געבן א פלאץ וואס איז א בזיון למשל נעבן א נערווען קראנקער אדער א דראגעדיג ר' שאול וועט עס זייער באדערען אבער וואלט נישט געקענט זאגן מען האט אים נישט באגראבן,





דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-3/9/2009 05:34 לינק ישיר 

שאול פערלשטיין האלט דאך אין איין זאגן אז דער מנוח האט דייקא נאר דארטן געוואלט ליגן, נו וואס איז דען שייך געווען צו טאן?




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-3/9/2009 05:45 לינק ישיר 

פארפאלען. ר' אהרן און די אהרונים פארשטייען נישט קיין פאליטיק.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-3/9/2009 16:08 לינק ישיר 

סקאטמאלען כתב:

שאול פערלשטיין האלט דאך אין איין זאגן אז דער מנוח האט דייקא נאר דארטן געוואלט ליגן, נו וואס איז דען שייך געווען צו טאן?



הייסט עס הגה"ק לאזסט זיך יא פירען דורך ר' שאול

אז אפי' באמת אלץ שכל אויס, און פאליטק אויס וואלט ער געדארפט מאכן גאר עפעס אנדערש

נאר ווייל ר' שאול איז בעה"ב מוז הגה"ק מאכן שריטן אז ר' שאול'ס החלטה זאל צושטאנט קומען

אויב ס'איז טאקע אזוי, האט הגה"ק יא עפעס שייכות מיט חכמה,
אבער נאר "עפעס" ווייל ווען הגה"ק האט מער ווי עפעס, וואלט ער אלעס געפאלגט וואס ר' שאול האלט, און בעסער אפ געשניטען



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-3/9/2009 17:35 לינק ישיר 

nuchemrb כתב:
ps. in this eshkol should bewriten all the retziches of the last 20 years


אין הכי נמי דאס איז טאקע מיין כוונה

אז מ'זאל דא אנהייבן אויס שמועסן די גאנצע היסטאריע וואס וואלט הגה"ק געברויכט ביי יעדע פרט באזונדער צו טוען
- פאליטיש
- און ארויס נעמען די מערסטע בענעפיטס,

די אויפטוה פון דעם איז:
מ'פארבירט מסביר זיין וואס ס'איז ראנג מיט הגה"ק, און וויפל מ'איז מסביר פארשטייען זיי נישט
אפשר אז מען וועט צוגיין פון די אנדערע זייט, אז וואס וואלט ער יא געדארפט טוען,
וועט מען בעסער פארשטיין וואס איז שלעכט מיט וואס ער האט געטוען


לאמיר טאקע רעדן פון א צווייטע מעשה

צומות הגידין

ווען הגה"ק האט ווען שכל:
שטעלט ער זיך אויף און זאגט אז מיר זענען נישט קיין מלאכים, מיר טרייען די בעסט צו צושטעלן א שחיטה מהודרת בתכלית הכשרות, מען לייגט אריין אין דעם אסאך געלט און כח, וכו' וגו'....
אבער ליידער האט זיך געמאכט א  קליינע פראבלעם, נישט ח"ו אז מ'דארף כשר'ן די כלים, נאר א פראבלעם וואס באמת פאר א סאטמארע ערליכע מהודר'דיגע שחיטה טאר אזא זאך נישט דורך גיין גלאטיג, די רבי (פעטער) זי"ע האט אונז אויס געלערנט אז מ'טאר נישט זיין צופרידן אז מ'איז גוט מען דארף שטענדיג ארבעטען אז מ'זאל זיין נאך בעסער און בעסער, דער פראבלעם  איז ב"ה גענומען געווארן אין די הענט אריין, גלייך האט מען געסטאפט נעמען פון דעם קאמפאני, ביז מ'וועט ריכטיג דורך טוען די זאך, ומכח דעם התעוררות האט מען אנגעהויבן אפי' נאך מער מדקדק זיין אז אפי' ביי די עופות וואס טרעפט זיך בכלל נישט דעם שאלה, האט מען אלץ מער זהירות און מער הידור געלייגט א שטערקערן עין פקיחא,
און דער באשעפער זאל ווייטער געבען סייעתא דשמיא אז מ'זאל קען ווייטער אנגיין מיט די עבודת הק' פון העלפן ערליכע אידן צו עסן כשר פלייש בתכלית ההידור.... בב"א

דאס וואלט הגה"ק געווען געדארפט זאגן ווען ער ווען שכל

און די עולם וואלט געשפירט, אז יא ב"ה אונז זענען מיר אין גוטע הענט מען קען ראהיג עסען פון די נייע שחיטה ווייל מען גייט נאך יעדע פראבלעם, מ'נעמט ערענסט יעדע פראבלעם, מ'זיכט צו בעסער מאכן, מער וויפל מ'דארף, וכו' וגו'

אבער ניין!!! מען האט דאך נישט קיין שכל

הגה"ק שטעלט זיך אויף און זאגט
 
אלע האבן דעם פראבלעם
א באמבע, WAH אלע

קודם צווינגט ער אז אפיציעלע חתימות זאל חתמ'ענען אז ניין, נישט אלע האבן דעם פראבלעם,
און דאס מיינט אז הגה"ק איז מודה ביי עם איז דא דעם פראבלעם
און פון די אנדערע זייט האט מען רבנים חתמ'ענען אז די צווייטע חלק פון זיין דרשה איז אבי געזאגט, ווייל ער מוז דאך עפעס זאגן


און וואס שפירט די ציבור,
- זיין ציבור איז פשוט, מען גייט אין פייער, נישט קיין חילוק כשר צו נישט
- די המון עם טראכט לאמיר שטיין אויף די זייט, עפעס איז נישט גלאטיג דא, ער באהאלט עפעס פון עולם, אז ער שטויסט מיז זיין אז עפעס שרעקליך קומט פאר, און די גאנצע שחיטה מהודרת פארלירט די משמעות פון מהודרת בכשרות, צו מהודרת = מעכטיג, ריזיג, שטארק, גרויס, בעסטע, שענסטע, געלונגענסטע, וכו' וגו'











דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-3/9/2009 18:04 לינק ישיר 

יועץ_פרטי כתב:

סקאטמאלען כתב:

שאול פערלשטיין האלט דאך אין איין זאגן אז דער מנוח האט דייקא נאר דארטן געוואלט ליגן, נו וואס איז דען שייך געווען צו טאן?



הייסט עס הגה"ק לאזסט זיך יא פירען דורך ר' שאול

אז אפי' באמת אלץ שכל אויס, און פאליטק אויס וואלט ער געדארפט מאכן גאר עפעס אנדערש

נאר ווייל ר' שאול איז בעה"ב מוז הגה"ק מאכן שריטן אז ר' שאול'ס החלטה זאל צושטאנט קומען

אויב ס'איז טאקע אזוי, האט הגה"ק יא עפעס שייכות מיט חכמה,
אבער נאר "עפעס" ווייל ווען הגה"ק האט מער ווי עפעס, וואלט ער אלעס געפאלגט וואס ר' שאול האלט, און בעסער אפ געשניטען


איך ווייס נישט ווי די קומסט דא מיט קאמפליצירטע פשטלעך, ס'אט קיינער געזאגט אז ר' אהרן זאל קענען צווינגען צו באגראבן יעדע נפטר אויף דער וועלט דוקא און די מאנראער ביה"ח, ממילא אז דער מנוח האט נאר געוואלט ליגן אין א נייע ביה"ח, כפי עדותו פון זיין טאטע בהספדו לפני מטתו, איז ר' אהרן דא אינגאנצן אומשולדיג.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-3/9/2009 18:18 לינק ישיר 

הגה"ק האט ערלעדיגט, און מייסד געווען דעם נייעם ביה"ח מיט זיין התנהגות ביי די פרשה

וואס שרייבסטו:
שאול פערלשטיין האלט דאך אין איין זאגן אז דער מנוח האט דייקא נאר דארטן געוואלט ליגן,
נו וואס איז דען שייך געווען צו טאן?


טוט מען גארנישט!!!

נישט מען ערלעדיגט ס'זאל זיך עפענען א נייעם ביה"ח, און מ'שפילט אריין פאר די זאלי'ס די זאך

און אז מ'טוט יא!!!
מ'מאכט אזאנע מעשים אז דעם נפטר זאל מען באגראבן ווי ר' שאול האט מחליט געווען

פארשטיי איך נישט אנדערש נאר אז הגה"ק פאלגט אביסל וואס ר' שאול הייסט

אדער און אנדערע ווערטער זאגסטו אז אביסל שכל צו פאלגן ר' שאול האט ער אויך נישט
נאר ר' שאול דרייט הגה"ק ביי די נאז אז צו סוף מאכט הגה"ק וואס ר' שאול וויל



תוקן על ידי יועץ_פרטי ב- 03/09/2009 18:17:12




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-3/9/2009 18:20 לינק ישיר 

סקאט,

דו פרעגסט אפ דעם גאנצן בלאט, וואס איז מען ביזי מיט א טראפעלע טינט, פארוואס לייגט מען אים אראפ פאר אזא קאלטבלוטיגער אינג וואס רעכנט זיך נישט מיט זיין קינד, פארוואס שרייט מען אז די זאליס ווילן מיט מסי"נ נישט גיין צו די"ת?

ר' שאול האט נאר געטוהן וואס זיין זוהן האט געוואלט

און פארוואס האט הצלה זיך אזוי ארומגעשפילט מיט אים?????????





תוקן על ידי א_צווייטער ב- 03/09/2009 18:16:52




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-4/9/2009 02:44 לינק ישיר 

אז מען גייט צוריק אביסל (אביסל אסאך), זעט מען ווי פון די ערשטע מינוט, האט זיך הגה"ק געפירט מיט ווייניג שכל, וואס דאס קאסט אים אליין אפ זייער טייער.
נעמט צום ביישפיל, די הכתרה פון זיין ברודער כ"ק רבינו שליט"א, אלס רב פון וויליאמסבורג.
ווען ער זאל קומען צו די הכתרה, זיצן אויבן אן, זאגן א שיינע דרשה און מכתיר זיין זיין ברודער -
וואס וואלט דאן געווען?
ער וואלט זיך ארויס געשטעלט אלס מנהיג פון סאטמאר. זיין ברודער וואלט געבליבן רב אין וויליאסבורג (און ווי מיר ווייסן, וואלט ער זיך באגנוגנט דערמיט און זיך מכניע געווען אונטער זיין גרויסער ברודער) - און ער וואלט געווען דער, וואס איז ווייטער דער יד ימינו פון דעם רבי'ן דער ברך משה זי"ע. ער וואלט ווייטער געפירט דעם רבי'שן הויז און אלע וואלטן געפאלגט וואס ער זאגט און זיך געפירט צו אים מיט גרויס כבוד.
ווען ער פירט זיך אויף דעם אופן, וואלט זיין ברודער קיינמאל נישט געהאט אזא גרויסן עולם, ווי ער האט אים געבויעט דווקא דורכן פייניגן און רודף'ן און ווייזן זיין ווילדן אמת'ן פנים.
און דער עיקר, נאך די פטירה פון טאטן, וואלט אין אזא פאל, געווען נאר איין סאטמארער רבי, און אלע וואלטן זיך אונטערטעניגט צו אים מיט גרויס כבוד.
קומט אויס, אז דווקא מיט דעם, וואס הגה"ק איז נישט געווען ביי זיין ברודערס הכתרה און זיך קעגן געשטעלט צו דעם - דווקא מיט דעם האט ער אים מכתיר געווען אלס צוקונפטדיגער סטאמארער רבי...



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-4/9/2009 02:50 לינק ישיר 

somebody get  the "milchemes yosef" tapes from yosel valdman, he is a laughing stock on it. just post it here without any editing.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > אחים אנחנו > וואס וואלט הגה"ק יא געברויכט צו טוען (אויב ער האט שכל)
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר

bholext