בית פורומים אחים אנחנו

הערות סאטמאר חלוקה - צווייטע טייל

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-3/9/2009 20:25 לינק ישיר 
הערות סאטמאר חלוקה - צווייטע טייל

דא וועט מען קענען שרייבן הגהות און הערות אויף די צווייטע טייל פון הרב פארמעגליך'ס ארטיקלען.

מנהלים, ברשותכם?




דווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-3/9/2009 20:38 לינק ישיר 

ב"ה ער איז דא צוריק מיט זיינע ארטיקלען



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-3/9/2009 20:40 לינק ישיר 

איך האב איין הגה, ווען מ'איז געגאנגען "באקלאפן און אנברעכן" שארמאשער רב שליט"א, איך שרייב דירעקט אנקלאפן און אנברעכן, ווייל אגאנצן טאג בעפאר האט זיך געקאכט אין ישיבה אז מ'גייט "אים באקלאפן און אנברעכן די ביינער", דאס איז געווען די פלאן, און אויף דעם ציל איז מען געגאנגען.

למעשה ווען מ'איז אנגעקומען אהין אין זקנים, א גאנצע מחנה מיט בויעס, האבן א גרויסער טייל געבליבן אינדרויסן, א טייל איז יא אריין אין ביהמ"ד און אנגעהויבן מאכן קולות, און דריי פיר בריונים (אפשר טאקע אביסל אומשולדיג ווייל זיי זענען נאר געווען שליחים פון זייער פירער) האבן זיך פיזיש ארויפגעווארפן אויף דעם גאון וצדיק שארמאשער רב שליט"א, אים אראפגעשלעפט די טלית אינמיטן שמונה עשרה, און אים אנגעהויבן שטופן און פרובירט אים אראפווארפן בשעת ער שטייט און איז שופך שיח פאר השי"ת, בשעת ווען די אנדערע עושי רצונו פון דעם סבלן העולמי די אומערצויגענע בחורים שטייען ארום און שרייען מיט באנומענע קולות, זיי האבן אים למעשה ארויסגעשטופט אן א טלית ביז אינדרויסן.

אין די טעג נאך די שוידערליכע איבערפאל און בזיון ת"ח האבן עטליכע רבנים וגדולי ישראל מוחה געווען אויף דעם געמיינעם אקט פון די לויזע אינגן, צווישן זיי הגה"ק מקאשוי זצ"ל, הגה"ק ממאנטעווידעא זצ"ל, און להבחל"ח אדמו"ר מוויזניץ שליט"א, אין די גאס האט עס געהאט א שרעקליכן מיאוס'ן אפקלאנג, ווי שטארק די חברה האבן עס פרובירט אנידערצושפילן און זאגן אז "דא איז שטיל".. איז עס נישט אראפ פון סדר היום, און אפילו די "אייגענע" מענטשן וואס זענען געווען געוואוינט צו הערן כסדר פון נאך א פארברענטע קאר און נאך א פראטעסט פארנט פון איינעם'ס הויז, נאך א הויז ווי מ'האט אין די שלאף צימערן אריינגעווארפן שטיינער אינמיטן נאכט, געשלאגן נאך א קינד צו אראפגעשטופ א בני יואל מיידל אויפ'ן גאדער, האט דאס פארט געגעבן א שטיקל טרייסל אויף א גרויסן חלק פון דעם ציבור.

האבן דעם סבלן העולמי'ס מענטשן אנגעהויבן לייגן דרוק אז ער מוז עפעס מוחה זיין, אלע רבנים זענען מוחה, ער מוז פשוט מחמת דעמעדזש קאנטראל עפעס טון תיכף ומיד, אין אנהויב האט ער בשום אופן נישט געוואלט זאגן קיין ווארט דערוועגן, ער האט דאך פאקטיש געשעפט נחת און "חיות דקדושה" פון דעם אקציע, אבער זעענדיג ווי אלע גדולים פארשרייען עס און די דרוק פון זיינע יועצים האט אים צוגעטרעטן, האט ער בערך א וואך נאך די מעשה נבלה געהאלטן א וואסערדיגע א.ג. מחאה דרשה ווי ער האט געזאגט "בחורים ראצערס...וכו'".




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-3/9/2009 21:55 לינק ישיר 

ב"ה מען קען שוין אויף ביזוי תלמידי חכמים אויך זאגן כבר הי' לעולמים (מען האט צובראכן א קאר) ווער געדענקט נאך טאלי גראס......
וואס כידוע איז דאס דער היתר וואס ר' אהרן ניצט יעדעס מאל ווען א שייגעץ שטיק ווערט געטון ביי זיינע בויעס
אין אנדערע ווערטער עבר ושנה נעשית לו כהיתר




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-3/9/2009 23:13 לינק ישיר 


דא האט איר דע לינק צי שיקען געלט פאר פארמעגליך'ס ארטיקלען

https://cms.******.com/us/cgi-bin/?cmd=_render-content&content_ID=marketing_us/send_money




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-3/9/2009 23:14 לינק ישיר 

איך זע אז סגייט נישט דע לינק איך וועל פארבירן נאכאמאל



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-3/9/2009 23:15 לינק ישיר 

https://www.******.com/



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-4/9/2009 03:42 לינק ישיר 

פאר סעיפטי ריזענס זאל זיך קיינער נישט דרייען נעבען א ארוני היצטערט, זיי שוימען און ברענען פאר כעס אויף די נייע סעריע וואס פארמעגלעך האט אנגעפאנגען



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-7/9/2009 00:01 לינק ישיר 

איך האף אז פארמעגליך וועט נישט זיין ברוגז ווייל איך וויל עם נישט אויפרעגען אבער ער זאל מיר מוחל זיין איך מיין אז דע שטיקעל וואלט געדארפט שטיין אביסעלע מער רעספעקט איך לייג עס דא אריין מיט מיינע הגעות וואס איך הטב עס געהערט פין אפאר מענטשען מן הסטם איז דאס נאר א פארזעענישט מיר זענען דיך מחזק גיי אן .

אזוי וואלט געדארפט שטיין

אין יאר תשמ"ט ל"ג בעומר איז די גאנצע ישיבה געגאנגען אין מיטען די נאכט צום ציון און געטראסקעט הונדערטער שטיינער אויף די טייערע סאטמארע רעביצין הרבנית הצדיקת ז"ל און אירע חשובע בייגעלייטערס אין די גאנצע קאראוואן וואס זענען געקומען צום ציון הק'. דער ציון האט אויסגעזען ווי א שלאכטפעלד ווען הונדערטער בחורים דרייען זיך דארטען און שרייען קולי קולות, און דאס איז אויסער די שטיינער ווארפעריי אויף די טייערע רעביצין ע"ה און אירע מסירות נפשדי'גע באגלייטער'ס וואס איז וואס האט זי געטיען זי איז געקימען זיך אויסוויינען איר ציבראכן הארץ ביים קבר פין איר הייליגען מאן בכלל ווי נעמט מען די ווערטער צי באשרייבן די חוצפה פין א ראש ישיבה צי לאזען די בחורם טיען אזאנס אפי' א קעגען א פשוטע פרוי כל שכן אויף די טייערע רעביצין ע"ה די אלמנה פין זייער אייגענע רבי ז"ל וואס זייער אייגענע רבי ז"ל האט געזאגט אויף איר אז צדיקים פין אמאל קענען זיך לערנען פין איר די מידות צדקה וחסד אין ווי באקאנט האבן זיך גרויסע רבנים ווי למשל הגה"ק ר' יענקעלע מ'פערשעווארסק ז"ל אין דע מנחת יצחק ז"ל אין דער ירושליםער רב ר' משה ארי' ז"ל איך נאך האבן געשיקט קוויטלעך צי איר ס'איז נישט צים באשרייבן דע בושה אז דעס האט געקענט ליידער פארקימען אין סאטמאר.




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > אחים אנחנו > הערות סאטמאר חלוקה - צווייטע טייל
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר

bholext