בית פורומים אחים אנחנו

אנאליז: וויאזוי ארבעט די פינאנץ סיסטעם ביי די ארונים

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-4/9/2009 11:00 לינק ישיר 
אנאליז: וויאזוי ארבעט די פינאנץ סיסטעם ביי די ארונים

אין די לעצטע טעג ווייזט זיך ארויס א געוואלדיגער אפענער בילד ווי אזוי די ארונים פירן זייערע אינסטיטוציעס. און דער בילד איז זייער א קלארער אז מען קען דעם בילד אזוי שטארק פארגרעסערען און דאך וועט עס פון די קלארקייט נישט פארלירען גארנישט.

עס געדענקט יעדער וויאזוי די ארונישע גאוה האט געווארפען זאמד אין אלעמענס אויגען אז זיי האבען געבויעט די גרעסטע שוהל אין די וועלט, אין צוויי וואכען.

עס געדענקט יעדער אז אין "בלאט" פארגאנגענעם פסח איז געווען די שרייעדיגסטע קעפלעך וואס איז נאר פארהאן אז "קהל יטב לב" האט אפגעקויפט זייער בית המדרש אויף 14 הופער סטריט. און דאס איז געווארען איינמאל געחזרט און נאכאמאל געחזרט. זייערע קהילה פירער האבען זיך געלאזט אויף זעצען חיזוק ווינטשען פאר זיך אין בלאט פון די ארונישע קהילה פירער די בכל אתר ואתר פאר די גרויסע אונטערנעמונג פון דאס אפ קויף.

עס געדענקט איעדער די גרויסע גאוה וואס די ארונים האבען געווארפען אלעמען אין די אויגען ווען זיי האבען געעפענט זייערע מוסדות אין וויליאמסבורג. זייערע מיילער האבען געשפיגען פראזען: אזאנס צו עפענען אזעלכע גרויסע מוסדות אויף אמאל איז נאך קיינמאל נישט געווען. מיר האבען 19 באסעס. מיר האבען 10 כיתה א'ס און 8 כיתה ט'. ר' אהרן אליין האט כדרכו זיך גערימט אז דאס גייט זיין די בעסטע מוסדות, און עס גייט זיין אהער און עס גייט זיין אהין. הקיצור, אזאנס קענען נאר די ארונים באווייזען.

און נאר ווייל די ארונים האבען אזא רבין קענען זיי אזעלכע ווינדער באווייזען. ר' זלמן לייב האט נישט קיין געטרייע מענטשען, נאר ר' אהרן. ר' זלמן לייב האט נאר מענטשען וואס זענען דא צו "שטויסן" ר' אהרן, אבער חסידים, דאס האט נאר ר' אהרן. פיין. שוין געהערט איינמאל, מוזט עס נישט איבערזאגען אזויפיל מאל.

א יאר שפעטער, עודך. די ארונישע נארישע גאוה שיסט ווייטער ארויס פון זייערע מיילער. דאסמאל איז די קעפעל: ווייט עוועניו בילדינג, די "גרעסטע" ת"ת אין די וועלט. און ווידער האבען זיי געשאלט און געיובלט. מיר זענען די גרעסטע, מיר זענען די בעסטע, מיר זענען די שנעלסטע, מיר זענען די געטרייסטע, מיר זענען די געלונגענסטע, מיר זענען און נאר מיר זענען, נאר מיר קענען.

זיי קענען וואס קיינער קען נישט. קיינער האט נאך נישט געבויעט א בית המדרש אזוי שנעל, און דערצו עס איז די גרעסטע אין אמעריקע. קיינער האט נאך נישט געבויעט אזוי שנעל קיין נייע מוסדות ווי זיי. און קיינער האט נאך נישט אזא גרויסער בנין ווי זיי.

און ב"ה אלע ארונים זענען לעבעדיג. אנגעהויבען פון די נורסערי קינדער, ביז די בני שמונים, די ר' דוד הויערלעך און ר' יקותיאל הערשעלעך, ר' מאיר שטיינעלעך, אלע זינגען די זעלבע ניגונים. מיר זענען די גרעסטע, מיר זענען די בעסטע, מיר זענען די שנעלסטע, מיר זענען די געטרייסטע, מיר זענען די געלונגענסטע, מיר זענען, נאר מיר זענען און נאר מיר קענען.

נישט לאנג נאך די גרויסע פייערונגען, מען האט זיך שוין בארואיגט פון די שרייעדיגע בראשורען און פון די צענדליגער חנוכת הבית'ן, האט אנגעהויבען צוביסעלעך קורסירען קלאנגען אז דער מצב איז נישט פויגעלדיג ביי די ארונים. זיי זינקען אין חובות פון הויכע מיליאנען. מען האט אנגעהויבען הערען אז זיי זעצען אן זייערע אייגענע מענטשען מיט הונדערטער טויזענטער דאלארען און זיי באצאלען נישט קיין סופלייערס. עס האט אנגעהויבען ארויס צו קומען אין די עפענטליכקייט אז זייערע מוסדות אין וויליאמסבורג פירט זיך ווי א שיף אן א קאפיטאן. מען קריגט זיך ארום, און די הנהלה קען נישט נאכקומען צו צאלען די חודשליכע בילס וואס איז צו הויך פאר אזא נייעם מוסד.

נאך אלעם זענען זייערע יונגעלייט פונקט ווי אנדערע חסיד'ישע יונגעלייט, וואס פלאגען זיך בלויז צו קענען באצאלען שכ"ל יעדען חודש, און דא ווייל זיי האבען זיך אזוי גרויס געבויעט אין אזא קורצע תקופה וואס איז בכלל נישט אויסגעהאלטען בדרך הביזנעס, דעריבער איז נישט מעגליך נאכצוקומען די צאלונגען.

הכלל מען האט אנגעהויבען צו הערען פון דעם ארוני און פון יענעם ארוני, אז דער איז ארויס פון די הנהלה און יענער איז ארויס פון די הנהלה ווייל מען האט זיי אלע אנגעזעצט מיט שווערע הונדערטער טויזענטער דאלאר, און דעריבער זענען פארשידענע וויכטיגע לייט ביי זיי געווארען ברוגז און עס איז זייער נישט פויגעלדיג דער פינאנציעלער מצב.

איי וועט איר פרעגען, צו בויען מוסדות קען מען נישט דאך קוקען ביזנעסמעסיג ווייל אזוי האבען דאך חרדישע אידען אלעמאל געבויעט תורה ובתי חינוך, ממילא האבען זיי נישט געהאט קיין אנדערע אויסוועג, און וואס האבען זיי געקענט טאן?

צו ענטפערען דאס, וועלן מיר זיך אביסעל צוריקציען מיט א טריט צוויי. ר' אהרן און זיין גרופע האבען שוין לאנגע יארען אזוי געבויעט אינסטיטוציעס. למשל, ביים בויען די נייע ביהמ"ד אויף ראסס און בעדפארד. עס איז קיינמאל נישט געווען אויסגעהאלטען צו בויען אזא בנין און עס איז נישט אויסצוהאלטען אויפצוהאלטען אזא בנין. מען האט נאר געבויעט דעם ביהמ"ד, כדי צו בויען ר' אהרן. קיין שום אנדערע סיבות איז נישט פארהאן אויף אזא וואנזיניגע אונטערנעמונג וואס ברענגט נישט גארנישט. עס איז געווען אין פלאן צו נוצען דעם גרויסן היכל בלויז אויף ר"ה, יוה"ק, און שמח"ת. איז דען ערלויבט צו בויען א ביהמ"ד פאר "פופציג מיליאן" דאלאר נאר אויף אפאר טאג אין יאר? סתם אויסרייסען געלט פון נדבנים פאר פראפעגאנדע איז דען ערלויבט? און פון ווי וואלט מען גענומען דאס געלט וויפיל אזא געביידע קאסט אופצוהאלטען א חודש?

דאס עצם בויען די שול איז געווען א פארברעך דורכגעפירט פון ביליגע פארברעכער. יא, היינט ווייסט שוין יעדער פונקטליך פארוואס יצחק ראזענבערג איז געווען אזוי געטריי פאר סאטמאר, כאטש ער איז א מונקאטשער פון געבורט. יא, דאס ווייסט מען שוין היינט אז ער האט געמאכט אויף דעם ביהמ"ד מער וויפיל ש.ג. האט גע'ג...

אט דאס זעלבע האט זיך אפגעשפילט ווען זיי האבען געליעסט די לאט פון די פישמאנס פאר צוואנציג טויזענט דאלאר א חודש. זיי האבען בלויז געדארפט די שול, ווייל ר' אהרן איז א בעיבי וואס האט געקאפעט מיט די פיס אז ער דארף אויך א גרויסע שוהל. און אז ער קאפעט, האבען אלע קינדער געקאפעט. שוין, מען האט געדינגען א לאט אויף וואס מען גייט בויען א ריזיגע שול. די קינדער מיט'ן גרויסען קינד האבען געשאלט פאר פרייד. די גרעסטע ביהמ"ד אויף די וועלט און אויף אלע וועלטען. און מען האט דאס געבויעט אין צוויי מינוט. און דאס איז ארום געפארען אין אלע צייטונגען וואס האבען זיך נישט געקענט אפווינדערען ווי מעכטיג ר' אהרן איז. ר' אהרןס סטאקס זענען געפארען אזוי הויעך ווי דער סטאק מארקעט אין 2007 (פארן קראך).

ר' אהרן איז אזוי פרייליך געווען אז ער איז אריין געקומען ראש השנה קיין וויליאמסבורג וואס ער האט נישט געטון זייט ער איז רב אין מאנרא. אבער וואס טוט מען נישט פאר אזא נאבעלע קהילה וואס בויען מיך אזוי שטארק און מאכען מיך אזוי בארימט איבער די גאנצע וועלט, זאלען זיי אויך האבען די זכיה אויסצוהערען מיין הערליכע געקונצעלטע שטימע דאוונען און צאמוויינען.

איצט גייט מען אריבער צו דאס עפענען די מוסדות. בעצם האט קיינער נישט ארויס געשטיפט די ארונים פון די צענטראלע מוסדות. ד.ה. אז די ארוני קינדער זענען נישט ארויסגעווארפען געווארען פון די מוסדות, ארוני מלמדים און טישטערס זענען נישט געווארען אפגעזאגט און עס האט קיינער נישט געטשעפעט די ארונישע קינדער.

אבער נאך אלעם קען מען זיי פארשטיין ווייל זיי האבען דעמאלטס פארלוירען דעם קאורט אויף וואס זיי האבען זיך אזויפיל פארלאזט אז דורך די קארט גייען זיי צוריק באקומען אלעס אין וויליאמסבורג. די ארונישע מח וואשערס האבען אזויפיל פאלשע האפענונג אריין געלייגט אין אלע ארונים אז דער קארט גייט זיין דער וואס גייט זייער ר' אהרן צוריק מאכען רב הצעיר און רב דקיהלות הקדושות, אז ווען דאס איז נישט געשען, און דער קארט האט געפאסקנט פארקערט, זענען אלע ארונים אזוי אנטוישט געווארען, אז זיי האבען זיך געוואלט באגראבען פאר בושה. זיי האבען נישט געקענט מער קוקען אין די אויגען פאר די שונאים זייערע וואס פירען אן אלע אינסטיטוציעס פון סאטמאר אין וויליאמסבורג. דעריבער האבען זיי זיך אלע אלע אלע אויף געהויבען און ארויס גענומען זייערע קינדער, מלמדים און טישטערס פון צענטראל סאטמאר, און געעפענט נייע מוסדות.

און טאקע ווייל עס איז נאך נישט געעפענט געווארען אזעלכע גרויסע מוסדות אויף איינמאל, האט עס גערייצט ר' אהרן און זיינע ארומיגע בעיביס, צו ווייזען פאר די גאנצע וועלט אז ער קען יא, ער איז "סופערמען". ער קען באווייזען וואס קיינער האט נאך נישט באוויזען.

און מען האט אזוי געפאמפעט פון די נייע מוסדות אז מען האט זיכער געקענט מיינען אז עס איז זיי געלונגען ארויס צו נעמען אלע קינדער פון צענטראל סאטמאר. שמואל ווידער האט יענע שטיק צייט אנגעטאן פארן בלאט יעדע וואך "די רעזשוואלקע", דאס הייסט, די ערשטע פעידש איז געווען געלייגט אין די ברייט, די קעפלעך זענען געווען געשריבען מיט אזעלכע גרויסע אותיות, אזש די גרעסטע אין די וועלט. און ר' אהרן מיט אלע זיינע בעיביס האבען פאר זיכער געוויסט אז אויב דער בלאט וועט אנטאן א רעזשוואלקע, און נאך דערצו שרייבען די גרעסטע אויתיות, איז דערנאך מיט צענטראל סאטמאר. און דאס איז נישט קיין מעשיות. אזוי שטארק זענען זיי זיכער געווען.

און אזוי ווי זיי האבען נישט געקענט באווייזען ארויסצונעמען פון צענטראל סאטמאר, נאר א דריטעל קינדער, האט ר' אהרן בע"כ געמוזט זאגן היסטארישע ווערטער ביי איינע פון די צענדליגער חנוכת הבית'ן, אז ער איז טאקע נישט די גרעסטע, אבער די בעסטע יא.

דאס אז א רבי זאל זאגען אויף זיך אז ער איז די בעסטע, קומט פאר אין יעדע כיתה א'. אין כיתה א' איז איינע פון די הויפט שפילען, אז איין יונגעל שפילט רבי און די אנדערע קינדער זענען די צוקוקער. און דארט פאסט, און עס איז אפילו קלוג און "קיוט", אז דער "רבי" זאל זאגען אז ער איז די בעסטע. אבער אין כיתה ב' פאסט דאס שוין נישט. דארט מוסרט שוין דער מלמד פארן "רבין" אז עס פאסט נישט זיך צו רימען. אבער אונזער ר' אהרן שפילט רבי און רימט זיך איינמאל און נאך אמאל. הכלל, איז ער די בעסטע. איר הערט די גאנצע וועלט, ער איז די בעסטע.

דעמאלטס האט מען אנגעהויבען מיט נייע סארט וועגען וויאזוי אנצוזעצען מענטשען. פארפאלען, מען האט באוויזען צו טאן עפעס וואס עס איז נאך נישט געטאן געווארען קיינמאל, ווייל עס איז פשוט נישט מעגליך, מוז דאך די הנהלה אויך טאן וואס איז נישט מעגליך. קיין פעדעראלע רעזערוו באנק זענען זיי נישט, און צו שאפן צענדליגער מיליאן דאלער קען מען אויך נישט, זענען די ארונים אויף געקומען מיט א נייע סארט וועג: מען וועט אן זעצען די אייגענע מענטשען, און אויב מעגליך, פרעמדע אויך.

זיי האבען אנגעהויבען בעטען זייערע יונגעלייט אז זיי זאלען ארויס נעמען א "האום עקוויטי ליין אוו קרעדיט". און דאס זאל גיין פאר די נייע מוסדות און די הנהלה וועט באצאלען די חודשליכע פעימענס. און מען האט אויף זייערע מוחות גענוצט דעם "לחש" אז משה וועט פלאצן. און אויף דע געלעגנהייט האבען די אלע שעפסעלעך געווארט, און זיי האבען ארויס גענומען האום עקוויטיס אויף זייערע הייזער.

יא, עס איז אזוי אנגעגאנגען פאר פיר חדשים. די מוסדות האבען באצאלט די פעימענטס. אבער נאך פיר חדשים זענען צענדליגער יונגעלייט געווארען ללעג ולקלס פון זייער אייגענע הנהלה. זיי האבען זיך אויס געלאכט פון די אנגעזעצטע און זיי האבען געקענט גיין שרייען און וויינען צום "יצמח פורקניה". עס איז נישט געווען צו וועם צו רעדען. אפילו שפעטער ווען עס איז געווארען דארטען א ערנסטע קריגעריי און די הנהלה האט אויף א וועג געסעטעלט מיט די בענק, האבען די צענדליגער יונגעלייט פארלוירען זייער קרעדיט ליין און זייער קרעדיט איז געווארען אנגעזעצט.

און ווי א טאג עס גייט דורך, ווערט מען מער און מער געוואר אז זיי האבען אויך נישט געקענט באווייזען צו עפענען אזעלכע גרויסע מוסדות פאר יונגלעך און מיידלעך אלע קלאסען אויף איין מאל. בעסער געזאגט, מען ווערט יעדען טאג געוואר, אז אזוי צו עפענען מוסדות, קען יעדער. צו עפענען מוסדות התורה, צו בויען א שול אין צוויי מינוט, דארף מען נישט האבען סייעתא דשמיא. מען דארף נישט זיין א אדם גדול אזאנס צו קענען דורך פירען.

מען דארף זיין א "קראק", א גנב, א באטריגער, איינער וואס קען קוקען אין די אויגען פון זיינע בעלי חובות און לאכען פון אים אין פנים. מען דארף זיין אזא סארט מענטש וואס פייפט אויף דין תורה און אין די זעלבע צייט קענען שרייען פאר אנדערע אז מען דארף גיין צו דין תורה (פארשטייט זיך נאכען פארלירען אלע קארטס).

צו עפענען אזעלכע מוסדות אויף אמאל דארף מען זיין א אום אחריותדיגער פארשוין וואס באצאלט נישט פאר קיין ארבעטער, באצאלט נישט קיין רענט, קראכט טשעקס, באצאלט נישט פאר קיין סופלייערס, און נאר האפען אז עס וועט נישט ארויס רינען צו די שונאים. און ערגסטענס פאל אויב וועט עס יא ארויס רינען צו די גאס, אויב וועלען די בעלי מלאכה יא ארויס קומען אין דער עפענטליכקייט שרייען גנבים, גזלנים, וועט שוין שמואל ווידער אויף קומען מיט א ספין, און דער עולם וועט עס שיינערהייט נאכזינגען ווייל זיי זענען דאך זיינע שעפסען, און עס וועט "ווייטער זיין שטיל". און דאס איז דער עיקר. עס זאל זיין שטיל.

די צוויי בריווען פון די פישמאן ברודערס און פון דעם בעל מלאכה וואס האבען געשריבען פאר די ארונישע קהילה, וואס זענען ערשינען די וואך אין די גאס, צייגט פונקטליך אן ווי אזוי זיי האבען באוויזען צו בויען א בית המדרש אין צוויי מינוט און מוסדות אין צוויי שעה. עס צייגט אן פאר ווער עס האט נאר א קאפ אויף זיין פלייצע, ווער עס פירט די ארונים און ווי אום אחריותדיג זייערע פירערס זענען.

איך וועל ציטירען פון די פישמאן ברודערס בריוו. זיי שרייבען דארט ווערטער וואס ציפט און ברענט:

שרייבן זיי אז דאס וואס עטץ האטס מפרסם געווען אז איר האט אפגעקויפט די שטח פון אונז, איז ..."וממש עושים חוכא וטלולא מאתנו ומאנשי קהילתכם". אין אידיש: איר מאכט א געשפעט און א געלכטער פון אונז און פון ענקערע מענטשען.

די פישמאן ברודער האבען דא אנטדעקט אמעריקע. דער בלאט מאכט חוזק פון זייערע מענטשען. גוט מארגען ר' יונה. זיי זענען ענדליך ארויפגעקומען אז די ארוני פירער מאכען חוזק פון זייערע מענטשען. אזוי?

איין ביטערען טעות האבען אבער די פישמאן ברודער געמאכט: זיי, די ארונים, וועמען זיי רופן אן "ומאנשי קהילתכם", ווילען ווערען צו שפאט און צו א געלעכטער. זיי ווילען אז שמואל ווידער זאל יעדע וואך ארויס קומען מיט אזעלכע הויך שטאקיגע געבעקעסען. איין וואך האט שמואל ווידער באוויזען איין צו רעדען פאר אלע ארונים און פאר ר' אהרן אליין אז מען האט שוין אפגעקויפט די לאט פון די פישמאן ברודערס. נו, די פאטאנזיע האט אנגעהאלטען פון פסח ביז איצט, חודש אלול.

וויפיל איז ווערט צו הייבען די מאראל פון די ארונים אויף קנאפע זעקס חדשים? דאס קען מען אויס רעכנען אזוי: צו טראגען די שעפסען מיט ר' אהרן צו סקייעטריסטען כדי זיך צו הייבען זייער געקלאפטען מאראל, וועט אפקאסטען פאר זעקס חדשים, איבער א מיליאן דאלער. נו, שרייבען אין בלאט די פסח-וואך א וואלקען קראצער העדליין אז דער ביהמ"ד איז געווארען אפגעקויפט, און דאס האט נאך אנגעהאטען ביז חודש אלול, האט גארנישט געקאסט.

איי וואס וועט זיין ווייטער, נישט געזארגט. אויף סוכות איז דער ווייסער הויז אפגעקויפט פאר ר' אהרן צו וואינען.

נעבעך, די פישמאן ברודערס ענדיגן דעם בריוו: בטוחים שלמען כבוד הציבור שלכם לא יהיה קל בעיניכם להיות בכלל "בוצע ברך ניאץ ה'" ותסדרו הכל עוד לפני הימים טובים הבאים לקראתינו לשלום.

אוי וויי, וואס מיינען די פישמאן ברודער? וואוינען זיי אויפן פלאנעט מארס? ווייסען זיי דען נישט אז ביי די ארונים איז קיין כבוד הציבור נישט פארהאן? זיי, די פישמאן ברודער שרייבען דאך אליין א שורה-צוויי פירער, אז זיי, די ארונים, מאכען חוזק פון זייערער אייגענע מענטשען, נו פארוואס שרייבען זיי אז זיי זענען זיכער אז פאר די ארונים פירער וועט זיכער זיין טייער דער כבוד הציבור?

דאס איז איינס. נאכדעם שרייבען די פישמאן ברודער אז די ארונים וועלן זיכער נישט אנעמען פאר גרינג צו זיין אין דעם כלל פון בוצע ברך ניאץ ה'. און איר וועט זיכער אלעס באצאלען נאך פאר די הייליגע טעג.

נעבעך נעבעך אויף די פישמאן ברודער. זיי זענען אזוי זיכער אז די ארונים ווילען נישט זיין קיין נואצי ה'. איך האב פאר זיי שרעקליכע נייעס. אלץ דעם אויס, זאלן זיי נישט שטיין ביים פאסט קעסטעל און ווארטען אז דער "מעיל מען" וועט זיי ברענגען א טשעק. זעצט אייך אראפ ווייל די פיס וועט אייך וויי טאן.

פאר ר' אהרן און זיינע מענטשען סיי ווי זיי וואוינען, טוט נישט וויי דער טיטול נואצי ה'. עס קראצט זיי גאר ווייניג אז זיי וועלען דאוונען דעם יו"ט אין א געגנבעטען שול. זיי האבען נאך ביים שרייבען דעם ליעס מיט די פישמאן ברודערס שוין געוויסט אז זיי גייען זיין זייער קומענדיגער קרבן. זיי האבען געוויסט אז זיי גייען נישט קענען באצאלען די צוואנציג טויזענט דאלער א חודש רענט, און דאס ארגסטע וואס די פישמאן ברודער וועלען קענען טאן איז, שרייבען א בריוו אז די ארונים זענען נואצי ה'. א נישקשהדיגער דיעל. די ארונים זענען גרייט.

בנוגע די בריוו און די "געקראכטע" טשעקס פון די ארונים פאר דעם בעל מלאכה פון די "אייזן" פאר די ווייט עוועניו בילדינג, איז נישט שייך צו אנאליזירן. דער קאפ ווערט פארשטייפט ווען מען זעט דעם בריוו פון דעם איד. ער מיינט אויך נעבעך אז ער גייט זען דאס געלט.

ר' איד, הערט אויס אונעזער ראט: לייגט א מצבה אויף דעם חוב און קריצט ארויף "פה נטמן המענטשהייט של ר' אהרן ואנשי קהילתו".

 *

עס וועלען נאך אזוי אפיר קומען נאך בעלי מלאכה און נאך פריוואטע מענטשען וואס האבען אנגעזעצט שווערע הונדערטער טויזענטער דאלער אלעס ווייל ר' אהרן האט דא געוואלט ווייזען און צייגען פאר די גאנצע וועלט ווי מעכטיג ער איז און וואס נאר ער קען באווייזען. און אוי, האט ער געוויזן. ווער ווייסט וויפיל אידען נאך, גייען דאס זען.

וויפיל די פישמאן ברודער און דער בעל מלאכה, זעען היינט ווער ר' אהרן און זיינע מענטשען זענען, האבען טויזענטער סאטמארער חסידים שוין געזען לאנגע יארען צוריק. אבער הלואי וואלט ר' אהרן פאר סאטמאר אויך נאר געווען א געלט שאדען. הלואי הלואי. 



תוקן על ידי פארמעגליך ב- 04/09/2009 11:11:08




דווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-4/9/2009 17:58 לינק ישיר 


דער עולם זאל עס האבן צי די האנט לייג איך עס איבער


 



 






דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-4/9/2009 20:44 לינק ישיר 

עס דערציילט ר' יוסף חיים ווייס פון וויליאמסבורג, אז ער האט אריינגעגעבן א "ביד" פאר די צענטראלע עיר קאנדישאן פאר'ן נייעם בית המדרש. דער מענעדשער פון די קאנסטראקשאן איז געווען "מנלי ווייזער". ביים אריינגעבען די ביד, האט מנלי געפרעגט ר' יוסף חיים, דו האסט אריינגערעכענט דאס געלט וואס דו מוזט מיר געבן?
האט זיך דער ר' יוסף חיים אויפגערעגט, וואס הייסט, מען נעמט דא צוזאם געלט פון אידן צו בויען א שול, מעג מען זיי אויסרייסן נאך געלט פאר "קיק בעקס?"
האט ער געקאלט יצחק ראזענבערג און אים "אנטפלעקט" וואס דער שיייגעץ מנלי ווייזער טוט אונטער זיין רוקן.
זאגט אים יצחק, וואס מנלי הייסט דיר טון, זאלסטו פאלגן!

די מעשה דערציילט ר' יוסף חיים ווייס פאר יעדן וואס פרעגט אים.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-6/9/2009 22:02 לינק ישיר 

isn't gross the boirer in the b"p din torah for the aroinim? now he is going to be against them? or maybe they will offer him more to switch sides, (but won't pay



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-6/9/2009 23:48 לינק ישיר 

עס דערציילט ר' חיים הערש שווארץ פון וויליאמסבורג (איחוד), אז ער האט געקאלט יוסף חיים ווייס כמה פעמים פאר די צענטראלע עיר קאנדישאן און ער האט גיענטפערט אז ער וויל נישט מאכן ביזנעס מיט קיין אהרוני!

די מעשה דערציילט ר' חיים הערש שווארץ פאר יעדן וואס פרעגט אים.


איך מיין אז פון אזא כלב קען מען קיין ראי' נישט ברענגען!



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-6/9/2009 23:55 לינק ישיר 

א"כ הרב פארמעגליך
עס וואלט געווען גאנץ אינטערסאנט איר זאלט אראפלייגען דעם ספין וואס דער מח וואשער וועט טרעפן אויף דעם שרעקליכן גניבה איר מאכט דאס ריזיג




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-7/9/2009 00:40 לינק ישיר 





page 23

http://dynamodata.fdncenter.org/990pf_pdf_archive/133/133954105/133954105_200712_990PF.pdf


דוד עקשטיין גיט פאר אהרן



CONGREGATION LEV AHRON INC
 

5SANZ COURT, MONROE NY 10950


CHARITY 55,000.

PROMOTE RELIGIOUS AND MORAL

DEVELOPMENT





תוקן על ידי פערדעריי ב- 07/09/2009 0:37:15




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-7/9/2009 01:52 לינק ישיר 

ביז עטליכע מינוט לייג איך ארויף א פרישע חמסנות פון די "גזלנים וחמסנים העולמי". עס וועט זיין אונטערגעשטיצט מיט אריגינעלע דאקומענטן.

איך עפן אויף ביז עטליכע מינוט א נייער אשכול

דאס האט פארמעגליך געשריבן: עס וועלען נאך אזוי אפיר קומען נאך בעלי מלאכה און נאך פריוואטע מענטשען וואס האבען אנגעזעצט שווערע הונדערטער טויזענטער דאלער אלעס ווייל ר' אהרן האט דא געוואלט ווייזען און צייגען פאר די גאנצע וועלט ווי מעכטיג ער איז און וואס נאר ער קען באווייזען. און אוי, האט ער געוויזן. ווער ווייסט וויפיל אידען נאך, גייען דאס זען.

און אט דאס וועט איר באלד ליינען



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > אחים אנחנו > אנאליז: וויאזוי ארבעט די פינאנץ סיסטעם ביי די ארונים
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר

bholext