און די לעצטע עפאכע, האט זיך ארויס געשטעלט אז ווען מען דארף געבן אביסעלע וואליום פאר די זאלי'לעך, פאלט עס אויף דער פליצה פונעם ארימען פארמעגליך,
דעריבער האט ער יעצט געטראפען חומר, וואס מען ניצען פאר וואליום, האט ער געלאזט זיין פעדער לויפן, אונעם זאלי פורם,
קלאץ קאפ פעלשער פארמעגליך האט דא א געוואלדיגע קישיא וואס לית נגר בר נגר דלפרקניה, וואס איז די קישיא? הערט און שטוינט!
פאר וואס האט מען געמיזט עפענען די מוסדות אזוי גרויס? פארוואס האט מען געמיזט בויען א שיהל און 2 וואכען? עס איז דאך נישט אויסגעהאלטען ביזנעסווייז?
דעריבער קימט ער צו צו זיין באליבטע תירץ, מיט וואס ער פארענפערט רוב פון זיינע ''טיפזיניגע'' קשיות,
אז וואו באלד רבינו שליט''א איז א בעבי, ממלא וויל ער האבן די בעסטע, די שענסטע, די שנעלסטע, אד''ג
ודפחי''ח,
וראוים הדברים למי שאמרן, מיר האבן שוין ב''ה געלייעט אריבער 90 מאל, און עס איז פאר קיין שום נארמאלע מענטש נישט אריין און קאפ! אפי' דער פעלשער מיט די 17 ניקס אויפן פארק האט זיך טאג איין און טאג אויס געקלאפט און ריקען, מיט התפעלות, וואו גוט ער איז!
צום ענין:
לאמיר איבער חזערען די קישיא:
פאר וואס האט מען געמיזט עפענען די מוסדות אזוי גרויס? פארוואס האט מען געמיזט בויען א שיהל און 2 וואכען? עס איז דאך נישט אויסגעהאלטען ביזנעסווייז? ע''כ הקישיא!
דער תירץ איז: אז אונטער נארמאלע אומשטענדען וואלט מען טאקע געדארפט קיין שטאפעל ווייז, נאר וואס קען מען טאן אז די טויזענטער אנ''ש און ווימליאמסבורג, האבן נישט געוואלט, אז זייער קינדער זאלען אפי' איין סקונדע לערנען און א מוסד וואס און איר שפיטץ שטייט ליפא זענטער'ס יונגערע ברידער,
ווער וויל דען זיין קינד זאל נתחנך ווערן דירוך א מנהיג וואס האט לאנגע יארען געליינט דיעם טמאנעם פאסט?
ווער וויל דען זיין קינד זאל נתחנך ווערן דירוך א מנהיג וואס האט זיך אנגעהערט מיט די טמאנע קאסעטעס פון שימעלע זשיגאן?
ווער וויל דען זיין קינד זאל נתחנך ווערן דירוך א מנהיג וואס ממלא כריסו געווען לאנגע יארען מיט ווארטשען פון קרוינעס רעסטערעראנט?
ווער וויל דען זיין קינד זאל נתחנך ווערן דירוך א מנהיג וואס האט געריפען די סאטמארע רעביצען ע''ה מכשיפה?
ווער וויל דען זיין קינד זאל נתחנך ווערן דירוך א מנהיג וואס זיין רבי הרה''ג ר' מנשה פריעדמאן שליט''א דומ''ץ סאטמאר האט געווארענט הגה''צ דעם מאנשעסטער רב שליט''א, אז ער זאל זיך ח''ו נישט חבר'ן מיט אים, ווייל ער איז איידעל גערעד ''נישט קיין יראת שמים?
ווער וויל דען זיין קינד זאל נתחנך ווערן דירוך א מנהיג וואס זיין טאטע האט אים נישט אלס בחור געלאזט גיין און מקווה, פאר איבער א יאר צילוב.........?
ווער וויל דען זיין קינד זאל נתחנך ווערן דירוך א מנהיג וואס צילוב אים האט מען געמיזט פארשפארען די סיגוטער ישיבה וד''ל......?
ווער וויל דען זיין קינד זאל נתחנך ווערן דירוך א מנהיג וואס זיין טאטע (וואו לאנג ער איז געווען געזונט און שטארק) האט אים נישט געלאזט האבן קיין שום פאזיציע און די קהלה, צוליב פארשטענדליכע סיבות?
ווער רעד נאך פון די וועד החינוך פון די מוסדות פון דעם דאזיגען מנהיג הגה''צ רבי אליעזר קעסטנבוים, א יוד וואס שיכערט כ אחד הריקים, א יוד וואס זיין הענט איז פארפלעקט מיט גניבה, א יוד וואס מעט האט ערענסט מרננן געווען אז ער האט אפגעטאן און האנג קאנג א מיסע עבירה, ער וועט מחנך זיין אונזערע טעכטער?,
דאס עפענען די מוסדות אזוי גרויס, און אזוי שנעל, (צו די ביטער ווייטאג פון אונזער זאלי ברידער, וואס האלטען נאך אלס און מיטען ארויף בויען א שטאק העכער ויואל משה, איר געדענקט נאך?) איז געווען מער וויכטוג וואו פק''נ, פק''נ איז אויף א סכנת הגוף, דא האט זיך עס געהאנדעלט און סכנת הנשמה!
האט עמיצער געוואלט הערן א דרשה כל נדרי ביי נאכט, די הייליגסטע זמן און יאר, מיסר איבער קדושת היסוד פון אזא איינער וואס האט געהאט און דעם ענין א ערענסטע שוואכקייט?
האט איינער געוואלט טאנצען די הייליגע הקפות מיט אזא איינעם, וואס איז אנגעפיקעוועט מיט שימלע דשיגאנס ניוול פה? און מיט די בילדער פונעם ניו יארק פאסט?
ניין! ניין! ניין!
מיר האבן געוואלט אז אונזערע קינדער זאלן נתחנך ווערען אונטער די השפעה,
פון א הייליגער צדיק,
א יוד וואס איז פון די יונגע יארען ביזען היינטיגען טאג, דבוק און די הייליגע תורה,
א יוד וואס האט זיך געווייקט ביי רבינו הקוה''ט זי''ע, און רבינו הקוה''ט האט געפרעגט ר' נתן יוסף ז''ל צו עס איז נאך דא און די ישיבה אזא בחור וואו דער סיגוטער רב'ס זון ר' אהרן! און רבינו הקוה''ט האט געשריבען אויף אים אלס יונגער מאן ''המאור הגדול''
א יוד וואס האט זיך מקדש געווען בקדושה עלאה,
א יוד וואס האט די הוראה פון הרה''ג ר' פנחס עפשטיין זי''ע און הרה''ק משאפראן זי''ע,
א יוד וואס ווען ער רופט אן אסיפת הרבנים, פילט יעדער רב א חוב צו קימען (פרשת גיורת אד''ג)
א יוד וואס איז לוחם מלחמת ה' ברמה,
א יוד וואס האט מתקן געווען כשרות הבשר און אמעריקע,
פון אזא יוד זענען מיר גרייט צו הערן דרשות, און הערן זיינע היילגע תפילות, די ביהמ''ד איז געווען פק''נ ממש! פאר טויזענטער אנ''ש,
און דאס וואס ער שרייבט אז מען האט אנגעזעצט מענטשען, 2 זאכען,
1 מען האט נישט! קיינער לויפט נישט אוועק, עס איז שווערע צייטען, מען וועט מיטן אייבישטענס הילף יעדן באצאהלען, מען האט געמיזט נעמען די ריזיגע אזוי אויבן געשריבען, די 82 מוסדות זענען געווען, און זענען שילדיג א סאך געלט פאר די איינגעשטעלטע, און פאר סופלייערס,
די זאלי מוסדות און טאן אף מאנרו, האט נאך עני טיים געקראכט אזוי פול טשעקס וואו די סאטמארע מוסדות!
מה כל הרעש? עס איז דאך יעצט שווערע צייטען, לכשירחיב וטועט מען יעדן באצאהלען!
2 טול קוסם בין עניך!
וואס מיינט יא גנבענען? ווער גנבעט? ווער זעצט אן? לאמיר זען!
בית המדרש אין קרית ויואל משה:
עס געדענקט זיך נאך גוט די געהויבענע מסע המלכות אין תשנ"ד, ווען דער ברך משה זי''ע איז געקומען קיין ארץ ישראל, צו דעם חנוכת הבית פון דעם בית המדרש פון קרית ויואל משה.
יעדער געדענקט נאך ווען עס איז פארגעקומען די פייערליכע צערעמאניע אינעם הויף פון קרית ויואל משה. דער ברך משה זי''ע האט זיך אנגעטוהן בגדי שבת, מיט א שטריימל ווייל מ'מאכט א חנוכת הבית אויף א בית המדרש אין ירושלים איז עס דאך א שמחה גדולה מאוד, יעדער פארשטייט דאך אזוי.
דער אמת איז ליידער אנדערש. דער אמת איז אז נישט אליעזר קעסטענבוים האט געבויט דעם בית המדרש. דעם בית המדרש האבן געבויט די איינוואוינער פון קרית ויואל משה, זיי האבן באצאלט שווערע געלטער פאר דעם בית המדרש, אבער די קרעדיט איז געגאנגען פאר אליעזר קעסטענבוים... ווער עס גלייבט נישט זאל קוקן אויפען גרויסען טאוועל אינדרויסן, עס שטייט קלארע ווערטער: נתנדב ע"י הרבני הנגיד ר' אליעזר קעסטענבוים...
ער האט פארקויפט א ערך פון 10 דירות פריוואט וואס דאס האט אריינגעברענגט 2 מיליאן דאלאר. מיט דעם געלט האט אליעזר קעסטנבוים געבויט דעם ביהמ"ד, (הר''ר אנטשיל שווארץ שליט''א איז געפלויגען פאר א סיבה וד''ל)
מוסדות יטב לב בעיה"ק ירושלים
עס איז דא א סאטמארע מוסד אין ארץ ישראל, מיטן נאמען "מוסדות יטב לב" וואס ווערט געפירט דורך די הנהלה דא אין חוץ לארץ און דורך די הנהלה אין ירושלים עיה"ק. יעדער ווייסט אבער אז די ביידע הנהלות זענען גארנישט ווערט, ווייל דער איינציגער באלעבאס אין מוסדות יטב לב איז ווייטער משה פריעדמאן און אליעזר קעסטענבוים.
עס איז דא א גרויסער בנין וואס מוסדות יטב לב האט אין קטמון. (א פארשטאט פון ירושלים עיה"ק). דער בנין איז געווען דער אייגענטום פון מוסדות יטב לב וואס איז געבויט געווארען דורך דעם נדבן הרה"ח ר' פייש מאשקאוויטש ז"ל.
די בילדינג איז במשך די לעצטע 35 יאר ווערט געווארן א סאך געלט. די ריעל עסטעיט איז זייער שטארק ארויף, אין דער פרייז האט זיך שיין געהעכערט בעז"ה.
וויבאלד מוסדות יטב לב האט נישט געהאט קיין לייטישע הכנסה פון די בילדינג, (פרענקען און אנדערע לאו אינקאם האבן דארט געוואוינט), האט די הנהלה מחליט געווען עס צו פארקויפן און באצאלן אלע חובות און די איבריגע וועט מען אינוועסטן און עס וועט ברענגען פרישע רווחים פארן מוסד.
אבער דא האט זיך אנגעהויבען א שרעקליכע מערכה אויף דעם בילדינג פון יטב לב ווען בן פראדעל מיט אליעזר קעסטענבוים האבן אנגעהויבען צו ארבעטען מיט א שרעקליכע טעראר קעגן די געטרייע הנהלה, אז מ'קען עס נישט פארקויפן אן דעם וואס זיי זאלן באקומען דערפון 50 פראצענט... אויב ס'איז דא געלט מוזן זיי זיין א שותף 50 – 50!
דאס קען מען אנריפען גניבה!
נעמען געלט יודען וואס האבן זיך ביטער געפלאגט פאר פרנסה פארן בנין עטרת אברהם, וואו אויך פון נדבנים, און עס אראפלאשען און סטאק מאקעט, דאס מיינט גניבה!
א וועק נעמען די לייף אונשורענס פון די מלמדים, צילוב די ''מאסיווע רעארגענעזאציע'' פון די 82 מוסדות, דאס מיינט א גניבה!
תוקן על ידי פארשטיי ב- 04/09/2009 17:43:08