נאך דריי און א האלב יאר פון מסרב זיין לדין, און עובר זיין אויף עיקולים האט זיך אהרן וועלץ ענליך געמוזט ברעכן ווען זיין אייגענער בורר זלמן גרויז האט מיט גרויס חרפה מודה געווען אז ער איז א שקרן, און אז אהרן וועלץ וועט מוזן בלייבן ביי דעם בית דין וואס ער האט באלד צוויי יאר נישט געוואלט זיין.
***
א קורצער איבערזיכט פון דריי יאר סירוב לדין. די בארא פארקער חברי הנהלה האבן געשיקט א הזמנה לדין פאר אהרן וועלץ חודש אייר תשס"ו, דעמאלטס האבן די חברי הנהלה גענומען הר' זלמן גרויז פאר טוען, און אים באצאלט א שיינעם סכום. דער בית דין האט דעמאלטס אויך געגעבן אן עיקול אויף אהרן וועלץ אז ער טאר נישט משנה זיין גארנישט אינעם מוסד, ווי למשל, נישט ארויסשטעלן קינדער און מלמדים, און נישט פארקויפן נכסים. וועלץ האט באצאלט פאר זלמן גרויז א דאפעלטן סכום און גרויז איז געגאנגען ארבעטן פאר וועלץ.
אהרן וועלץ האט אנגערופן בית דין אבן המשפט אז ער איז גרייט צו קומען צו בית דין תיכף. ער איז טאקע אריבערגעקומען צו בית דין אבער געזאגט פאר בית דין אז דעם עיקול קען ער נישט פאלגען ווייל ער מוז נעמען א זיבן מיליאן דאלאר מארדגעדש. בית דין האט געזאגט אז טאקע דערפאר מוז מען האבן אן עיקול אז ער זאל נישט נעמען נכסי המוסדות. וועלץ האט באשלאסן אנפייפן דעם בית דין און האט אודאי נישט אונטערגעשריבן שטרי בירורין.
בית דין אבן המשפט האט באשטעטיגט זייער היתר מעקל זיין בערכאות ביז אהרן וועלץ וועט זיך שטעלן צום בית דין און אונטערשרייבן שטרי בירורין. וועלץ האט גע'טענה'ט אז די געריכט קען זיך נישט מישן ווייל עס איז א רעליגיעזע אישו. קאורט האט אנגענומען וועלץ טענה אבער דער אפעלאט קאורט האט דאס אפגעווארפן, און צוריקגעשיקט צום נידריגן קאורט.
וועלץ האט פרובירט צו טענה'ן אין קאורט אז ר' מענדל שווימער איז שוין נישט קיין חבר הנהלה ווייל זיין טערמין האט שוין אפגעדינט, אבער די ריכטערין האט עס ארויסגעווארפן. וועלץ האט פרובירט מאכן פאלשע שטאטוטן אז ר' אהרן טייטלבוים איז דער בעל הבית פון די מוסדות אבער די ריכטערין האט דאס אויך ארויסגעווארפן.
פאר די אפעלאט קאורט האט דער בית דין אבן המשפט פארגעשלאגן א בוררות וואס די הנהלה האט מסכים געווען, אז ר' מרדכי באב"ד זאל זיין שליש. די הנהלה האט גענומען טשאקעווער רב אלס בורר און אהרן וועלץ האט גענומען זלמן גרויז פאר בורר, ר' מענדל שווימער האט מסכים און אונטערגעשריבן אבער אהרן וועלץ האט נישט געוואלט אונטערשרייבן, דעריבער האט דער בית דין אבן המשפט געגעבן רשות צו גיין אין אפעלאט קאורט.
נאכ'ן פארלירן אין אפעלאט קאורט בראותו כי כלתה אליו הרעה, האט ער גע'טענה'ט אין געריכט אז ער האט יא אונטערגעשריבן שטרי בירורין, כאטשיג פאר'ן בית דין אבן המשפט האט ער געזאגט אז ער שרייבט נישט אונטער אויף ר' מרדכי באב"ד אלס שליש. ר' זלמן גרויז האט אריינגעשיקט א פעקס מיט אהרן וועלץ'ס חתימה, און זיין זון דוד שמואל גרויז האט אריינגעגעבן א פאלשע עדות אפירמעשאן אין קאורט אז אהרן וועלץ האט שוין לאנג אונטערגעשריבן פאר זיין טאטען די שטרי בירורין וואס אבן המשפט האט פארגעלייגט און ר' מרדכי באב"ד אלס שליש, די קאורט האט אנגענומען די שטרי בירורין און געזאגט אז דער בית דין זאל דן זיין אויפן סכסוך, און דערנאך וועט דער געריכט באשטעטיגן דעם פסק.
אהרן וועלץ האט זיך דערזעהן אין א פראבלעם. צו דעם בית דין האט ער דאך זיכער נישט געוואלט אנקומען, האט ער קודם געשיקט זאגן אז פאר חודש אלול איז נישט מעגליך צו קומען צו דין תורה ווייל זיין טאטע איז קראנק, למעשה האט דער שליש באשטימט צוויי זיצונגען אויף חצי אב, און אהרן וועלץ איז נישט אנגעקומען ער האט געשיקט א טוען שפיגעל וואס האט גע'טענה'ט אז ער פארטרעט אהרן וועלץ און אהרן וועלץ איז נישט גרייט צו קומען צו דעם בית דין, ער האט קיינמאל נישט אונטערגשריבן שטרי בירורין, און ער איז נישט מסכים צו דעם אז די תובעים זאלן האבן צוויי טוענים.
דער בית דין האט מחליט געווען דעמאלס ווי איידער צווינגען אהרן וועלץ צו שרייבן שטרי בירורין, ווילן זיי קודם אויסהערן אויב עס איז דא עמערזשענסי פארלאנגען, די תובעים האבן געוויזן וואסערע רשעות וועלץ האט אפגעטוהן ביז איצט, און סטראשעט עלטערן נישט אריינעמען קינדער, האט בית דין באשלאסן צו געבן אן עיקול אפילו אן וועלץ'נס קבלת קנין און שטרי בירורין, ווייל אן עיקול מעג א בית דין געבן אן שטרי בירורין.
וועלץ האט זיך נישט צופיל גערעכענט מיט דעם עיקול, ער האט ארומגעשפילט מיט די עלטערן, רוף מארגן, נעקסטע וואך וכדו', צוליב דעם האט דער בית דין נעכטן אנגעהויבן מיט דעם נושא, אז וועלץ האט עובר געווען אויפן עיקול. דער טוען פון וועלץ האט געטענה'ט אז מ'קען נישט דן זיין שלא בפני בעל דין, דער בעל דין האט נישט אונטערגעשריבן קיין שטר פאר דעם בית דין. האבן די תובעים ארויסגענומען דעם קאפי פון שטרי בירורין וואס זלמן גרויז'ס זון האט אריינגעגעבן אין געריכט, און געוויזן אז ער האט יא אונטערגעשריבן, האט זלמן גרויז געטענה'ט אז דאס איז נאר א קאפיע און דער בית דין מוז האבן ארגינעלער. האט דער טוען געוויזן פאר זלמן גרויז אז דער קאפי האט זיין פעקס נאמבער, האט דער טוען אים פארגעווארפן אויב אזוי דארפסטו דאך האבן די ארגינעלע ביי דיר, און דיין זון שרייבט דאך אין קאורט אז דו האסט דעם ארגינעלער? זלמן איז געווארן פארלוירן און געזאגט אז אויב איז דאס געקומען פון מיין פעקס מוז זיין אז עס ליגט ביי מיר די ארגינעלע און מיט דעם האט ער פארלוירן זיין שפיל. שקרן וזייפן.
בית דין האט אבער געזאגט ליתר שאת פארלאנגען זיי א שטר הרשאה פון אהרן וועלץ אויף די שטרי בירורין און אז שפיגעל איז טאקע זיין טוען. שפיגעל האט געזאגט איך האב א הרשאה אבער איך גיב עס נישט איבער פאר בית דין נאר אויב די תובעים האבן איין טוען, האט דער בית דין געזאגט אז אויב דו בוסט א מורשה פון וועלץ וועסטו האבן א געלעגנהייט צו לייגן די טענה פאר בית דין נאך די שטרי בירורין, אבער דערווייל ווער ביזטו צו טענה'ן וויפיל טוענים די תובעים מעגן האבן, האט ער געזאגט אז וועלץ האט אים געגעבן הרשאה נאר אויב בית דין פסק'נט אז די תובעים מעגן האבן איין טוען.
האט בית דין געזאגט פאר דעם שפיגעל אז באמת איז דא שטרי בירורין וואס שטייט זייער קלאר אז אויב דער בעל דין וועט נישט אנקומען וועט מען ארויסגעבן א פסק אן דעם בעל דין, דעריבער אזויווי מען האלט שוין ביים דריטן זיצונג און וועלץ איז נישט אנגעקומען און זיין טוען שפיגעל וויל נישט ווייזן קיין שטר הרשאה פון וועלץ דאס הייסט אז וועלץ איז נישט אנגעקומען צו דין תורה, דעריבער וועט בית דין ארויסגעבן א פסק אן זיי. דעמאלס האט ער זיך שוין געבראכן און ארויסגעגעבן א הרשאה און אינטערגעשריבן נאכאמאל שטרי בירורין.
דער שליש איז געווען זייער שטארק אינטערעסירט צו הערן וועגן דעם עיקול אויב מען האט אריינגענומען קינדער אדער נישט, דעמאלס האט גרויז זיך אויפגעשטעלט און גענומען זיין בריפקעיס און געסטראשעט אז ער גייט זיך אהיים, למעשה האט בית דין נישט מחליט געווען דערווייל וואס צו טוהן מיט דעם עיקול, ווייל עס איז שוין געווען אכט אזייגער ביינאכט, און דער טאג איז דורכגעלאפן מיט שטותים איבער שטרי בירורין, און עס ווערט נישט ערווארטעט אז אהרן וועלץ וועט אויספאלגן דעם בית דין'ס עיקול, אבער דער געריכט קען עס אינפארסן אויב עס פעלט אויס.