לעבעדיג שבת אין ק"י: מחותנים ברענגען אייגענע פלייש
דעם פאריגן שבת איז געווען לעבעדיג אין קרית יואל, ווען 2 מחותנים ואס האבן געמאכט שבת שבע ברכות אין עטרת פיגא פון די
אהרונים האבן געברענגט אייגענע זופ-און-פלייש ביינאכט, און אייגענע טשאלענט בייטאג, כדי נישט צו עסן די מפוקפק'דיגע
פלייש פון די בית השחיטה "המהודרת" פון ק"י.
נשלח ב-6/9/2009 22:25
שבת צופרי ווען עס איז באקאנט געווארן אז ביידע מחותנים האבן אריינגעברענגט פלייש וואס שטייט אונטער די שטרענגע השגחה פון הגאון הצדיק ראב"ד סאטמאר שליט"א (יא! די פלייש מיט די ים זאלץ...) איז געווארן אן איבערקערעניש ביי די אהרונים.
ברוך טייטלבוים האט געפאדערט פונעם קעיטערער ר' אהרן זאב שפיטצער נ"י – גראדע א נארמאלער אהרוני —אז ער זאל דאס נישט צולאזן. אבער דער קעיטערער האט געזאגט איך בין נישט בעל מכשיר און דאס איז נישט מיין אויפגאבע. האט ער געשיקט מאיר סימאן ער זאל דאס נישט צולאזן.
ווען סימאן איז אנגעקומען האט מען ביי איין שבע ברכות שוין געהאלטן נאכן טשאלענט, אבער ביי די אנדערע האט מען נאך געהאלטן פאר דעם. האט סימאן פרובירט צו שטערן האט ער אריינגעכאפט פון אלע זייטן.
און ביי א שבע ברכות אין "קרן ויואל משה" האט מען סערווירט א פארווע טשאלענט!
נשלח ב-6/9/2009 22:33
אין קרית יואל איז נאר א האלבע צרה, איך האב געהערט אז ביי א שמחה אין ב"פ איז געווען די וואך א שרעקליכע מחזה ווען די עלטערן פון די כלה האבן באשטעלט צומות הגידין פלייש און אריבער א האבלע זאל נאט נישט געגעסן קיין זיפ און פלייש!
די טשאלענט איז לכתחילה געווען פרווה צוליב דעם וואס דער מחותן האט געוויסט אז א גרויסער עולם וועט נישט עסן ארויני פלייש.
תוקן על ידי עטגאסט ב- 06/09/2009 22:30:55
נשלח ב-6/9/2009 23:08
אידישע קינדער וואס האבן נישט געוואלט נכשל ווערן אין א חשש טריפה
האבן טאקע מיט געברעגט אייגענע כלים אין וואס מען האט סערווירט פארן ערליכען עולם נאר פלייש וואס האבן נישט דעם חשש פין די קרית יואלער שחיטה
ולמזהיר ולניזהר שלומים תן כמי הנהר
פאר מאיר סימאן וואס האט געוואלט מכשל זיין את הרבים מיט די שאלעדיגע פלייש פין קרית יואלע שחיטה האט מען אים שיינערהייט געזאגט אז מען האט נישט געניצט דיין קאך אין כלים אין טראג אפ אזוי ווי ער האט זיך גענומען טעראריזערן האט מען אים משלח געווען...
נשלח ב-6/9/2009 23:42
אבער פאר וואס האט הרה"ג הצדיק ר' זלמן לייב פיליפ שליט"א יא געגעסען אין פליישמאנס פאריגע וואך דוקא ק"י פלייש?
שקר וכזב!!!! ר' יעקב הערש זב''ש די מחותן מצד הכלה האט געהעריג געגעסן די טשולענט פון עטרת פיגא, נאר זיין ברודער (א איד וואס פאר זיין נגיעה וועט ער ענדערש עסן טריפה) וואס האט אויך געהעריג מיטגעגעסן די (טריפה'נע) [מהודר'דיגע] קרית יואל פלייש האט נאכן בענטשן אריינמארשירט מיט אן אייגענעם טאפ (ספק טריפה פלייש פון 82 ) למען ידעו דור אחרון אז אויב איך בין נישט דער פילאט זאל דער פליגער קראכן......
נשלח ב-7/9/2009 00:30
אה, איך האב נישט געוויסט אז אין יענע קאך קאכט מען עטליכע מיני פליישען? און ער האט געוואלט "דווקא" ק"י פלייש? וועלכע נאך פלייש איז געווען דארט צו באקומען?
דרך אגב, איך האב יעצט גערעדט צו איינער פון זיינע קינדער און ער האט מיר פארציילט אז זיי האבן גענומען פון יענעם קאך "נאר" פרווה! פלייש האבן זיי מיטגעברענגט פונדערהיים!
הער אויף יונה!
נשלח ב-7/9/2009 00:32
לויט ווי איך פארשטיי האלט די מצב ביי דעם אז דער זאלי וואס "קיינער" האט אים נישט געוואלט, דער זאלי וואס האט אפילו מנין נישט געהאט... האט שוין א עולם וואס איז אזוי שטארק פארגלייבט אין אים אז זיי זענען שוין גרייט צו עסן טריפה (עפ"ל) ווי איידער עסן מהודר (בעיני הסבלן). שיין דערלעבט, ווער האט דאס געגלייבט, ממשך חוץ לדרך הטבע צו וואקסן אין אזא קורצע תקופה מיט אזא שטארקע כוח.
נשלח ב-7/9/2009 00:40
יא יא דאס מיין איך צו זאגן, אז דער זאלי האלט נישט פון ר' זאלי, והא ראי' אז ער איז גרייט צו עסן טריפה פלייש, אבי צו זיין קעגן ר' אהרן טייטלבוים, לו יהא אז ער זאל ווען האלטן פון ר' זלמן וואלט ווען קיין טריפה (קרית יואל בית השחיטה) פלייש קיינמאל נישט געגעסן,
נשלח ב-7/9/2009 00:45
פארדעם טאקע ברויכסטו ליינען נאך פון דער בלאט, אזוי וועסטו אליינס גלייבן אז אלע זאליס פייפן אויף ר' זלמן.
ס'וועט דיר גארנישט העלפן, מיטן שרייבן אז די זאלי'ס עסן יא ק"י פלייש וועלן ענק נישט מצליח זיין צו פארקויפן מער פלייש. און די זאליס וועלן נישט אנהייבן עסן לכבוד דעם וואס די שרייבסט.
נשלח ב-7/9/2009 02:12
דער פלייש פראבלעם וואקסט פון טאג צו טאג, מען ווערט געוואויר אז די קר"י בית השחיטה מיט זייער קצב מיטן ווייסן כאלאט, ווייסט שוין זייער לאנג פון דעם פראבלעם, און האט נישט פארציילט פאר קיינעם, עס איז א מורא'דיגע עולה אפילו אויב מען קען טרעפן היתרים און ארויסנעמען פון טאש, אבער אידן וואס זוכן מהודרת דארפן נישט קיין היתרים,
זייער אסאך אידן האלטן זיך אפ צו עסן פון געשעפטן וואס נוצן קר"י פלייש, לאנדא סופער מארקעט אין בארא פארק וואס האט פארקויפט נאר קר"י פלייש האט געמוזט אריינעמן די פלייש מיט ר' בנימין גרובערס השגחה ווייל די קונים האבן פארלאנגט פון אנדערע בית השחיטה וואס האט נישט קיין פראבלעם פון צומות הגידין,
אנדערע קעיטערינגס האבן באקומען פארלאנג פון בעלי שמחות אז זיי ווילן נישט קיין ספק טריפה פלייש, אידן האלטן זיך אפ צו עסן ביי זייערע קרובים שמחה צוליב די חשש צומות הגידין פון קרית יואלער בית השחיטה,
נשלח ב-7/9/2009 03:00
א חוץ פון הייד פארק שרייבערס ווייסט יעדער סיי ווי וואס עס גייט פאר.