בית פורומים אחים אנחנו

לעבעדיג שבת אין ק"י: מחותנים ברענגען אייגענע פלייש

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-7/9/2009 04:05 לינק ישיר 

פרישע באריכט: היינט האט אין די "מהודרת" בית השחיטה אוועקגעווארפן 10 טויזענט פון די 20 טויזענט גע'שחט'נע טשיקענס, מער ווי 50 פראצענט, צוליב די צומת הגידין פראבלעם.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-7/9/2009 04:07 לינק ישיר 

און אנדערע נייעס: פאריגע וואך האט די בית השחיטה "המהודרת" געברענגט איטליכע טרעילארס טשיקענס פון וויינלאנד בית השחיטה, און ב"ה קיין איינס האט מען נישט געברויכט ארויסווארפן. למי החותמת ולמי הפסולים...



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-7/9/2009 04:34 לינק ישיר 

1- "בית השחיטה המהודרת ק"י" שעכט היינט צוטאגס 35,000 טשיקענס א טאג.

2- "בית השחיטה המהודרת ק"י" האט געברענגט סיי פאריגע וואך און סיי 2 וואכען צוריק פון דארט ווי וויינלאנד נעמט און מ'האט ביידע מאל ליידער געטראפען פונקט אזויפיל טרפה ווי פון דארט ווי ק"י נעמט.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-7/9/2009 05:23 לינק ישיר 

איך האב א חשד אז ביידע צדדים דא זענען ארונים, אפילו אויב נישט אלע זענען חסידים פון הסבלן הידוע, זענען זיי אין טענה'רייען ארויניש געשטומט,
(ארויניש איז נטריקן נאריש)
ואתכם הסליחה 



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-7/9/2009 19:44 לינק ישיר 

כבוד שארטקאט
דער פאקט אז ק''י האט ספעציעל אויפגענומען צוויי בודקים מומחים חשובים אויף צומות הגידים זייט ארום שבועות צייט ווען דער פראבלעם איז אנדעקט געווארן דורך דער בעל מכשיר שליט''א הייסט דאס ארויסגענומן א היתר פון טאש?
דער פאקט אז ק''י האט אינסטאלירט א מעכאנישער סיסטעם וואס האט געקאסט קרוב צו הונדערט אלפים צו ערמעגליכן גרינטליכע בדיקות צומות הגידין אזוי ווי עדה החרדית בכל פרטיה הייסט דאס ארויסגענומען א היתר פון טאש?
דער פאקט אז אלע קהילות קדושות בישראל (איך וועל אויסרעכענען וואס איך געדענק)פאפא באבוב ראחמיסטריווקא באיאן סאטמאר מאנסי די מחמירים פון לעיקוואד האבן גענומען ביז יעצט און זענען מקפיד ממשיך צו זיין ווייטער צו נעמען  נאר פון קרית יואל המהודרת הייסט דאס ארויסגענומען א היתר פון טאש?
ביסט דאך ממש א באלאנד צו פארקויפן לאקשן דא אויף הייד פארק אז קרית יואל ווארפט ארויס פופציג פראצענט פון איר פראדוקציע טראכסט טאקע אז א פלענט קען אזוי עקזיסטירן?



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-7/9/2009 19:46 לינק ישיר 

לדאבוני נשלח בכפל, ואתכם הסליחה.



תוקן על ידי דער_פוסק ב- 07/09/2009 20:09:23




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-7/9/2009 19:59 לינק ישיר 

דער_פוסק כתב:
כבוד שארטקאט
דער פאקט אז ק''י האט ספעציעל אויפגענומען צוויי בודקים מומחים חשובים אויף צומות הגידים זייט ארום שבועות צייט ווען דער פראבלעם איז אנדעקט געווארן דורך דער בעל מכשיר שליט''א הייסט דאס ארויסגענומן א היתר פון טאש?
דער פאקט אז ק''י האט אינסטאלירט א מעכאנישער סיסטעם וואס האט געקאסט קרוב צו הונדערט אלפים צו ערמעגליכן גרינטליכע בדיקות צומות הגידין אזוי ווי עדה החרדית בכל פרטיה הייסט דאס ארויסגענומען א היתר פון טאש?
דער פאקט אז אלע קהילות קדושות בישראל (איך וועל אויסרעכענען וואס איך געדענק)פאפא באבוב ראחמיסטריווקא באיאן סאטמאר מאנסי די מחמירים פון לעיקוואד האבן גענומען ביז יעצט און זענען מקפיד ממשיך צו זיין ווייטער צו נעמען  נאר פון קרית יואל המהודרת הייסט דאס ארויסגענומען א היתר פון טאש?
ביסט דאך ממש א באלאנד צו פארקויפן לאקשן דא אויף הייד פארק אז קרית יואל ווארפט ארויס פופציג פראצענט פון איר פראדוקציע טראכסט טאקע אז א פלענט קען אזוי עקזיסטירן?


על זה דווה ליבינו!

ווען די קומסט ענטפערן אז ס'איז א נייע פראבלעם מ'האט נישט געוויסט דערפון ביז יעצט אבער יעצט נעמט מען קער... שוין מילא

אבער אויב איז שוין דא משגיחים זיין שבועות און אף על פי כן האבן זיי געהאלפן א טויטע באנקען און פאר 2 וואכן צוריק האט מען געטראפן ריזיגע סומעס פון טריפה מיינט דאס אז זאלצערס זענען באמת נישט גוט אלס בודקים און אויפנעמען זאלצער'ס אלס בודקים איז א פשיעה!

ביי ענק שטייט געלט און ריוח פאר כשרות און תורה.

בנוגע וואס די שרייבסט וועגן קהלות קדושות, איך האב פאר דיר נייעס באבוב און ראחמיסריווקא האבן "נישט" קיין קהלה שחיטה! (ראחמיסטריווקא האט געהאט פאר 3-4 חדשים, סלעבט שוין לאנג נישט), בנוגע באיאן דאס איז א פרישע זאך לאמיר זען ווי לאנג ס'וועט אנהאלטן, חוץ פון וואס דארט מאכט באיאן געלט + דער עולם צאלט ביליגער ווי אין געשעפט.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-7/9/2009 20:10 לינק ישיר 

אויף סאטמאר – מאנסי איז אינטערסאנט זיי ליידען זיך צוזאם פין דע כת הסבלנים אין מיט דעם אלעם שטיצען זיי די באנדיטן מיט פארקויפן זזייער בדועבד'דיגע פלייש נאך א זאך זיי האבן געעפענט אין מאנסי א נייע זאל ווי דע פאר חתונת וואס סאיז געווען איז רוב דערפון געווען אזעליכע אידען וואס קימען פין מאנרא אין זיי עסען נישט דע בדיעבד'דיגע פלייש וואס טראכט סאטמאר מאנסי דע ערליכע אידען פין מאנרא וועלן נישט קענען חתונה מאכן דארט ווען די מענטשן עסען נישט די פלייש איך בין געווען דארט אויף א חתונה לעצטענס איך איך זע ווי די סארווער דרייט זיך ארום מיט די פלייש אין כמעט קיינער נעמט נישט איך האף אז סאטמאר מאנסי וועט זיך כאפן 



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-7/9/2009 20:22 לינק ישיר 

עטגאסט:
דו מאכסט דיך אדער דו ביסט?
"ווער" האט געטראפן די ריזיגע סומעס פון טרפות? א קאמפיוטער? אדער א בודק וואס טויגט צו דער מלאכה?
די בודקים פון וויינלאנד (אויב ס'איז בכלל דא!...) וואס טרעפן "נישט", זיי זענען ווערט ווי פאר א טויטן באנקעס.

לגבי די קהלות קדושות:
סאטמאר פארמאגט אויך נישט קיין קהלה שחיטה.

יוספ7:
עס זעט אויס אז הרה"ג ר' שמעון כ"ץ שליט"א איז נישט אזוי קלוג, געלונגען און פארטייאיש, ווי דיר.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-7/9/2009 20:25 לינק ישיר 

געטראפן די פראבלעם האט א ליטווישער משגיח פון לעקוואד פאר בערך צוויי וואכן צוריק.
ער האט דאס געטראפן בשעת'ן בודק זיין די טשיקענס וואס זיי נעמען קיין לעקוואד.
די טשיקען וואס איז געגעסן געווארן דורכן סבלן האני ואפסי איז געווען טריפה. ביז דער ליטוואק האט אים אויפגעוועקט...



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-7/9/2009 20:35 לינק ישיר 

היתכן די פון שבועות ביז כ"ו אב האט זיך דער דרשן נישט אויפגעשטעלט ברבים זאגן פאר די וועלט אז עס איז דא א פראבלעם,

לכל הפחות אין סיגעטער בית מדרש אזויווי די גיורת פרשה וואס האט געברענט כלל ישראל, אלע בתי דינים און רבנים און ברוקלין האבן געהאט לאנגע לייןס פון גוים וועלכע האבן זיך געוואלט מגייר זיין לשם אישית און סאיז געווען עמערשזשענסי צו רופן א מיטינג,

אויב ווייסט ער שוין זייט שבועות פון דעם פראבלעם, וואלט דער רשכבה"ג געדארפט מעורר זיין די וועלט גלייך, וואס האט מען באהאלטן, פארוואס האט מען געדארפט געוואויר ווערן פון א לעיקוואדער איד, און פארוואס האט דער לעיקוואדער נישט געזעהן אז עס איז דא א נייע סטעף משגיחים וואס זענען בודק, און אז עס איז דא א נייער סיסטעם פון רבבות דאלאר צו קוקען צומות הגידין,

איז כשרות הבשר נישט אזוי וויכטיג ווי גירות לשם אישיות, אדער האט מען געזוכט עפעס צו באהאלטן,

ביז כ"ו אב ווען מען האט שוין מודה געווען אז סאיז דא א פראבלעם און מעורר געווען אלע רבנים נזהר זיין אויף דעם פראבלעם,






דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-7/9/2009 20:52 לינק ישיר 

צו מאכן א סך הכל פונעם פראבלעם אין קרית יואל, דער פראבלעם איז מהר"א מיט זיין גרויס מויל, (אדער זיינע יועצים.... לישע... וכו')
ווען ער שטעלט זיך אויף זאגן יא רבותי עס איז געווארן א פראבלעם און מיר האבן נישט געשוינט קיין געלט און געהייערט משגיחים בודקין וכדומה, און מיר טוען אלעס אין די וועלט מתקן צו זיין ווייל מיר זענען מהודרת.... וואלט זיך די זאך גאנץ שנעל אפגעשטילט.

אבער ער איז דאך נישט גוט ווייל ער איז גוט, ער איז נאר גוט ווען יענער איז טריפה אדער מפוקפק'דיג, אריזאנא ווייץ יוכיח, סקול דיסטריקט יוכיח, אז יעדער האט געמוזט ווערן א שייגעץ אים צו בארעכטיגן, האט ער זיך אויפגעשטעלט מיט טיפשות'דיגע חוצפה אז איבעראל איז דא דער פראבלעם און נאר דא און ק"י האט מען עס געכאפט, איי ווי געלונגען ער איז....

נו אויף דעם האט התאחה"ר זיך אנגערופן, אז לא דובים ולא יער סאיז נישט דא דער פראבלעם אין פאר שחיטות ווי זיי זענען אחראים.

און אויף דעם רופן זיך אן אלע תושבי קרית יואל וואס פארלאזן זיך אויפן הכשר פון קהל יטב לב בראשות הגה"צ דער ראב"ד שליט"א אז מיר פארלאזן זיך אויף אים מיט די פליישט וואס מיר סערווירן אינדערהיים און ביי אונזערע שמחות.

און דאס זענען קהל ארונים געוואויר געאווארן די וואך אז זיי רייסו נישט אראפ א מנין צו צוויי, נאר א עדה קדושה וואס לאזט זיך נישט שפייען און די קאשע, און אז די זאגסט טריפה וועל איך אננעמען די כלל אז כל הפוסל במומו פוסל, די וועס זיך נישט קאשערן מיטן שרייען טריפה, ווייל דאס ווייזט מיר אז עפעס טויג נישט ביי דיר.

און דא איז דאס פלאץ אויסצושרייען צו אייך תושבי קרית יואל חברי קיט"ל, חזקו ואמצו, די רעזשים איז צובראכן, און ווען איר קויפט פלייש זאלט איר אויסדריקליך קויפן ביי מהודר'דיגע פלייש געשעפט בהשגחה מעולה.  און דאס זעלבע בעת שמחה פארלאנגט פון אייער קעיטערער מהודר'דיגע פלייש צו סערווירן פאר אייערע געסט. 

אויב מאכט איר א שמחה און די זאלן פון די קהילה אדער מוסדות ויואל משה זענט איר פארזיכערט אז מען סערווירט נאר די מהודר'דיגע פלייש, בפיקודו פון הגאון דומ"ץ דקיט"ל קרית יואל שליט"א. אויב מאכט איר א שמחה און אנדערע זאלן זאלט איר טוען וואס איר האט צו טאן.....

און נאכאמל מיר זאגן נישט אז די פלייש פון די שחיטה און קרית יואל איז טריפה, ניין, אבער אז די שרייסט טריפה און די עסט נישט ביי שמחות איז עפעס נישט גוט.... און דאס איז גענוג מיך אפצוהאלטן פון עסן און סערווירן די פלייש...




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-7/9/2009 22:17 לינק ישיר 

שטעלט אייך פאר אז און צווישען די טענה'ס וואס מען טענה'ט זוך דא, געשענט נאכעמאל א גוטן מועד כנוסח שנת נ"ט,
און די אלע וואס זענען דא פאר ק"י וועלן זיך מיזן טוישן אויפן פלאץ די מיינונג וועגן ס'איז נאר חיים שלמה פישר, אדער ער האט איבערגעגעבן פאר איינעם 10 יאר ציריק א צוואה, וכדומה,
כבר היה לעולמים אז זיי האבען געמאכט א "טאמבלסאז" און באשטעטיגט אז אלעס ביז יעצט איז געווען ראנג , 
די אלע וואס טענה'ן זיך א קעגען די ארונים וועלען אויסקוקען אזוי ווי ר' פייפל ווייס זאגט, עס איז געווען אמאל א איד האט געזאגט פאר א פאר אידען אונמיטן א לאנגע רייזע אז יעדער קען ערלעדיגן זיינע צרכים לעבען זיין גרויסע טראק,  און אזוי ארום אינדערצווישען האט ער זיך אפגעטראגן מיטן טראק.....,




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-7/9/2009 22:56 לינק ישיר 

געדענק


ווי זיכסטו די בריוו פון'ם ביד''ץ שע''י קיט''ל, איו הופער...?
אין גרויסן ביהמ''ד אויף ראדני הענגט שוין איבער א וואך א צעטל וואס זאגט פונקטליך אז אין די בתי שחיטה וואס מיר נוצן איז די פראבלעם נישט מצוי און ער רעכנט אויס וואסערע זאלן זענען אונטער זייער השגחה.

אגב האב איך געהערט פון'ם מענעדזשער פון קאנטינענטאל אז זיי פלעגן געווענליך [חוץ ווען איינער האט אנדערש געבעטן] נעמען פון ק''י שחיטה, וויל דאס איז דאס ביליגסטע, אבער יעצט האבן זייער א סך יודן פון אלע מיני קרייזן געבעטן דאס זיי ווילן עס נישט!.



דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
נשלח ב-7/9/2009 23:57 לינק ישיר 

בריטס האט בארירט א מורא'דיגע פינטל, אויב גייט שוין דער פראבלעם אן זייט שבועות פארוואס איז דער אני ואפסיניק ארויסגעקומען און דערקלערט פאר די רבנים ביום כ"ו אב אז ס'האט זיך געמאכט א פרישער פראבלעם?



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > אחים אנחנו > לעבעדיג שבת אין ק"י: מחותנים ברענגען אייגענע פלייש
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר
לדף הקודם 1 2 3 לדף הבא סך הכל 3 דפים.

bholext
2009 © כל הזכויות שמורות לבחדרי חרדים. קטגוריית אקטואליה וחדשות: עשרות פורומים הכוללים חדשות נעייס, מה קורה בחצרות חסידים, חדשות מחסידויות שונות בארץ ובעולם, דיונים בנושאי אקטואליה, פוליטיקה, בטחון ועוד.