בית פורומים כל העולם כולו

סאטמארער מוסדות אין וויליאמסבורג וואקסט

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-5/10/2009 22:25 לינק ישיר 

אין דאס אלעס איז אמאל געווען אין העיווארד, אין היינט האט גענומען דעם העיווארד בנין וואס קען אנהאלטן דעם ''אמפיעריע'' (כלשונך) אין מ'האט דארט ''אריינגעשטיפט'' די 12'טע קלאס......

פין וועם מאכסטו שפאז???

אבער כ'מיין נישט דווקא העיווארד, ס'דא אין יעדע בנין ליידיגע קלאסען,

נאך אלעם האבן די ארונים היינט א מוסד פין 5000 קינדער בליעה''ר + די ישיבה קטנות וואס ערהאלטן קרוב צו 400 תלמידים בליעה''ר, אין דאס אלעס איז אמאל געווען אין איין מוסד!

יא, ס'דא א מאנגעל: אבער אין תלמידים......נישט אין פלאץ

אגב, קאט די קרעפ, ווען מ'פארדעקט די גאלערי אין ברכה סימא כדי די זאל זיין שענער, פארקויף נישט פאר קיינעם אז מ'טוט דאס וועגן נייע קלאסען.
לויטן געזעץ מיז יעדע קלאס האבען א פענסטער, אין אויף די גאלערי איז נישטא קיין פענסטערס.
די לאקשען פארקויף אין די ענקער זאלי פארום.... דארט וועט מען דיר אלעס גלייבען
דארסט קענסטו פארציילן אז מ'האלט שוין ביי 2500 אין די באנקערטירטע מוסדות אין ק''י אין איינער וועט דיר פארבעסערן אז מ'האלט שוין ביי 3000.
(לאכטס נישט, אזוי שטייט אינעם זייער {אפעגפארענער} איד, די וואך....)




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-5/10/2009 22:34 לינק ישיר 

צייל אפ וויפיל פינגער דו האסט אויף דיין הענט, האפענטליך וועסטו קומען צי רעאליטעט פאר 1-2 מינוט,


דאן וואס דארף מער קלאסן 12טע קלאס, אדער קינדערגרטן- נערסערי? 
קאם אן, וואס גייט היינט פאר מיט דיר?

עסטרייכער איז א בנין פון 2 שטאק און אונטער דעם איז א ריזיגע 3 טע שטאק, צוזאמען איז עס סך סך גרעסער פון בית רחל



דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
נשלח ב-5/10/2009 22:35 לינק ישיר 

זעליג
כ'זעה אז די האסט שכל ווי א געווענליכע זאלי'ס
וועל איך דיר מסביר אויף קליין געלט, אין כ'האף אז די וועסט פארשטיין:
די זאגסט דאך, אז די נורסערי / קינדערגארטען איז א ''מעכטיגע אימפעריע'',
אין אויב האט מען געקענט אריינשטיפען דעם ''אימפעריע'' אין ''העיווארד'' קומט אויס ''אז העיווארד'' איז א גרויסע בילדינג
אין אויב מ'האט אין דעם גרויסען  בילידנג אריינגעשטיפט בלויז 12'טע קלאס וואס פארנעמט בלויז א פערטל אדער ווייניגער פין די נורסערי / קינדערגארטן ''אימפעריע'', קומט אויס אז ס'דא א מאנגעל אין תלמידות.......
פארשטייסט???



תוקן על ידי rebyankel ב- 05/10/2009 22:42:52




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-5/10/2009 22:38 לינק ישיר 

ok 

איך זעה שוין דו וועפסט.

אגב וואס איז 1+1?



דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
נשלח ב-5/10/2009 22:46 לינק ישיר 

זעליג_כהן כתב:
צייל אפ וויפיל פינגער דו האסט אויף דיין הענט, האפענטליך וועסטו קומען צי רעאליטעט פאר 1-2 מינוט,

דאן וואס דארף מער קלאסן 12טע קלאס, אדער קינדערגרטן- נערסערי? 
קאם אן, וואס גייט היינט פאר מיט דיר?

עסטרייכער איז א בנין פון 2 שטאק און אונטער דעם איז א ריזיגע 3 טע שטאק, צוזאמען איז עס סך סך גרעסער פון בית רחל


כ'האב מורא אז ער ווייסט נישט ווי בנין עסטערייכער איז....
אדער האט ער געהאט א חלום פין א פאר שטאק ארויפבויען אויף בנין עסטערייכער אזווי אויף ויואל משה.....




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-5/10/2009 22:53 לינק ישיר 

  ציריק צו די נושא פינעם אשכול:

מוסדות סאטמאר וומ''ס קויפט אפ ריזיגען שטח פאר'ן בית רחל אויף ווארסאף סט'

מיט גרויס שמחה האבען סאטמערע חסידים אויפגענועמן די נייעס איבער די הרחוות גבולי הקדושה אין די סאטמערע מוסדות אין וומ''ס,

אין די ת''ת גייט מען מאכען פין די ביז יעצטיגע לאנטש רום'ס פרישע קלאסען, אין מ'גייט אויפבויען א נייע לאנטש רום אויף די ערשטע שטאק,
דאס מיינט אז דער זעלטן ריזן גינגאטישער בנין איז שוין אנגעפילט אסאך פריער ווי מ'האט זיך געראכטן בליעה''ר, אין מ'דארף אנהייבען צו טראכטן פין א נייע ת''ת.

אין ביי די די מיידליך ווי די געדרענג איז שוין געפערליך, אין ביידע ריזיגע בנינים סיי אין סקילמאן/פרענקלין, סיי אין בנין ריספלער, אין אויפן פרישען זמן האבען  זיך געפענט 10 פרישע קלאסען בליעה''ר (צווישען אלע יארגענג)
האט די הנהלת המוסדות אפעקויפט א ריזיגען שטח פין ''7 לאטס'' צו קענען בויען א גרויסען בנין פאר די מיידלעך.

בורא עולם בקנים השלם זה הבנין!

ביי  די בחורים: די בארימטע ישיבה מבצר התורה, וואקסט שוין אויס איר ביז יעצטיגע לאקאל, אין א פאסיגע לאקאל ווערט געזיכט אויף די ערשטע געלגנהייט.

 

 




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-8/10/2009 02:03 לינק ישיר 

דער לאטס פאר די נייע בית רחל, פארנעמט ארום 50 טויזענט סקווער פיס, אין די פינקטליכע פלענער ווערן יעצט אויסגעארבעט,

אויך האט מען ציגעבויט אינעם גרויסען בנין אויף סקילמאן/פרענקלין נאך 10 קלאסען, נאכצוקועמן דעם וואוקס בליעה''ר






דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-8/10/2009 02:07 לינק ישיר 

אויף אוועלטליך ווערט געטוהן שריט נאכצוקמען דעם ברייטען וואוקס בליעה''ר

אין קרית יואל איז שוין כמעט פארטיג דער נייער גרויסער 5 שטאקיגער בנין בית רחל, אין מ'האלט שוין אימיטן פלענער פאר נאך א בנין בליעה''ר

אין לאנדאן עפענט מען נאך 5 כיתות, אין די יונגערע כיתות ברייטערן זיך אויס פארלערעל בליעה''ר

אין ירושלים האט מען גענועמן דעם ביז יעצטיגען לאנטש רום אין געמאכט דערפון קלאסען, אין מ'האט צוגעבויט א נייע לאנש רום

וכו' כו' כ''י



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-8/10/2009 05:33 לינק ישיר 

איך האב געהערט זייער גוטע גריסן איבער די התמדת התורה אין כולל קרית יואל פון א פרעמדער אינגערמאן וועלכע האט פערצופאל באזוכט אין כולל פאר יו''ט און איז ארויס פון התפעלות איבער די חשקות התורה פון די איידעלע אינגעלייט דארט




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > כל העולם כולו > סאטמארער מוסדות אין וויליאמסבורג וואקסט
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר
לדף הקודם 1 2 סך הכל 2 דפים.

bholext
2009 © כל הזכויות שמורות לבחדרי חרדים. קטגוריית אקטואליה וחדשות: עשרות פורומים הכוללים חדשות נעייס, מה קורה בחצרות חסידים, חדשות מחסידויות שונות בארץ ובעולם, דיונים בנושאי אקטואליה, פוליטיקה, בטחון ועוד.