בית פורומים אחים אנחנו

מחיל אל חיל: מוסדות סאטמאר ק"י עפענט היי-סקול

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-6/9/2009 22:31 לינק ישיר 
מחיל אל חיל: מוסדות סאטמאר ק"י עפענט היי-סקול

סאטמארער חסידים אומעטום האבן אויפגענומען מיט גרויס פרייד די גוטע בשורה אז די הנהלת המוסדות האבן באשלאסן צו עפענען די גאנצע היי-סקול צום קומענדיגן זמן, און ווערט יעצט צוגעגרייט מיט אלע צוגעהערן וואס איז נויטיג. 



דווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-6/9/2009 23:15 לינק ישיר 

<[email protected]>
מוסדות ויואל משה שע"י קהל יטב לב דסאטמאר - קרית יואל עפענט בשטו"מ א היי סקול

דאס עפענען די היי סקול איז א דירעקטע תוצאה פון ארוינישען טעראר, רוח הקודש אומרת כן ירבה וכן יפרוץ!

צוליב דעם וואס די עסקנים זענען נישט קיין ארוינים (עיין מכתב קראסנא-פישמאן, און פון די איירען ווארקער) האבן זיי נישט געוואלט עפענען אין קרית יואל מוסדות פאר אינגעלעך בחורים און מיידלעך אלע קלאסן פון אינטען ביז ארויף.

דעריבער האט מען געפענט פאר אינגעלעך און בחורים אלע כיתות משא"כ מיידלעך האט מען געפענט צוביסלעך.

די ארוינים זענען געווען צופרידן דערפון אזוי האפענדיג אז מיט דעם וואס די טעכטער פון סאטמארע חסידים לערנען אין זייער מוסד וועלן זיי מסכים זיין צו נעמען א מאנרא בויע (ווי באקאנט גייט פון יענע ישיבה די שווערסטע צו טון א שידוך).

יעצט האט זיך די רעדל געגעבן א דריי, אנגעהויבן האט זיך דאס מיט די פריצייטיגע פטירה פון האברך ר' עוזיאל פערלשטיין ז"ל.

די ארוינים וועלענדיג פארעכטען זייער אנגעשמיצטע נאמען נאכן אויפהאלטן א מת מיטן פארכאפן זיין קערפער אינטער די זין פאר עטליכע שעה און נישט לאזן מקבר זיין האבן געשיקט א בריוו צום שטיב פון ר' עוזיאל ז"ל אז היות דער טאטע (וואס לעבט שוין נישט!) האט געהאט א חלק אין אויפבויען מוסדות "ויואל משה" און "קהל יטב לב" דעריבער קען די טאכטער נישט צוריק קומען (אלע אנדערע קינדער פון ר' עוזיאל לערנען אין ויואל משה). די טרערן פון די אלמנה האט נישט בארירט דעם דוד עקלשטיין ער האט דאס זעט אויס געניצט צו וואשן די פלאר...

מרת. קליינמאן די מנהלת איז אריבער צו דוד עקלשטיין און אים געזאגט אז 11 טיטשער'ס זאגן זיך אפ פון צוריק קומען אין שולע צוליב דעם וואס די שולע איז שופך דם פאר א אינגע פרישע יתומה, זיי קומען צוריק נאר בתנאי אז די יתומה קומט אויך צוריק!

דוד עקלשטיין האט אפגענטפערט פאר מרת קליינמאן "גייט מיר נישט אן!" האט מרת קליינמאן גענטפערט אויב אזוי עפען איך נישט די סקול! האט עקלשטיין גענטפערט "וועל איך דיר אויך ארויסווארפן" האט זי געזאגט מסכים! איך וועל גיין צוזאמען מיט די יתומה און 11 טישטער'ס! און האט ארויסגעוואקט פון צימער.

פון דא און ווייטער האט זיך אנגעהויבן דרייען שמועס בעיקר דורכ'ן בעקער שמואל ווידער דורך זיין הייד פארק פורום אינטערן נאמען רבי יונה אז "הנהלת המוסדות האט פארלאנגט א חתימה פון אלע טיטשער'ס אז די מענער וועלן נישט לערנען אין כולל ויואל משה"... דאס איז געווען צו פארדעקן די פאקט אז רוב טיטשער'ס געהערן צו די ערליכע קהל יטב לב ד'סאטמאר אלע 11 היי סקול טיטשער'ס זענען פרויען פון כולל ויואל משה אינגעלייט (א פרוי זאל קענען זיין א היי סקול טיטשער דארף זי האבן די הילף פון איר מאן מיטן צוגרייטן שיעורים, א פרוי קען נישט אליינס, די ארוינים זענען פארנומען מיט מצילי אש און פאבליק סעיפטי, ווען מ'דארף אינגעלייט וואס העלפן די ווייבער גרייטן שיעורים איז דאס נאר פון "כולל ויואל משה"...

באמת האבן זיי "נישט" פארלאנגט אזא חתימה ווייל זיי האבן געוויסט אז זיי גייען "נישט" באקומען קיין איין ערליכער אינגערמאן בפרט א סאטמארער חסיד וואס ווייסט א כח הפועל בנפעל וועט נישט אריבערגיין לערנען אין א בנין וואס מ'האט געבויעט פון געלט וואס קומט פון ..... וד"ל א זאך אויף וואס די תורה הקדושה איז מפרט אז ס'אזי טריפה.

אזוי וועלן זיי נישט בלייבן חוזק אז 11 טיטשער'ס זענען געגאנגען... ניין! מ'האט זיין געווארפען...

בראותו כי כלתה אליו הרע האט דוד עקלשטיין בלייבענדיג אן הייס סקול טיטשער'ס געשיקט א דרינגענדען מעסעדש אז "... די מענער קענען לערנען ווי זיי ווילן און די טיטשער'ס מעגן אפילו געבן שיעורים אין די נייע שולע, אבי זיי זאלן קומען צו אים אויך געבן שיעורים" דערווייל האבן די טיטשער'ס גענטפערט א גרויסע בלא און דוד האט געשיקט א מעסעדש אז ער איז גרייט צו געבן א רעיז פון 50%

דערווייל וועט זיך אין די נאנטע טעג עפענען די היי סקול ויואל משה שע"י קהל יטב לב ד'סאטמאר בקרית יואל און דוד עקלשטיינס סקול (וועלכער האט זיך געדארפט עפענען פארגאנגענע וואך מיטוואך) נאך אלס פארמאכט צוליב דעם וואס ער האט נעבעך נישט קיין טיטשער'ס.

נ.ב. ציניקער זאגן אז מ'וועט פארלערנען הלכות מליחה אין דערבלאט אפשר וועלן די מצילי אש האבן וואס איבערצוגעבען פאר זייערע ווייבער און ס'וועלן זיך מאכן עטליכע ארויני טיטשער'ס.




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-7/9/2009 02:24 לינק ישיר 

שקרים וכזבים פארקויפסטו דא

די ווייסט אז אין וויליאמסבורג גייט שוין זיין 10 כיתה א', אין די געחמס'נטע בנין אויף ווייט עוועניו,




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-7/9/2009 23:31 לינק ישיר 

יעצט געהערט אז און די קומענדיגן זמן האט זיך און מוסדות תו"י דרב"י ד'סאטמאר און קר"י אונטער די פירערשאפט פון רבינו (מהרז"ל) שליט"א אריינגעשריבן פרישע 300 קינדער, מאכנדיג די מוסדות צו דערגרייכן די נומער פון קרוב צו 2500 קינדעק בליע"ה



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-7/9/2009 23:54 לינק ישיר 

ס'איז קלאר אז יעצט ווען מיר האבן שוין אלע כיתות הן פאר אינגעלעך הן פאר בחורים הן פאר מיידלעך וועלן די עגזעסטירענדע מוסדות וואקסן פילפאכיג.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > אחים אנחנו > מחיל אל חיל: מוסדות סאטמאר ק"י עפענט היי-סקול
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר

bholext