|
|
| נשלח ב-7/9/2009 06:57 |
|
| |
דא האט איר די בלו פרינטס,

|
|
|
|
| נשלח ב-7/9/2009 06:59 |
|
| |

|
|
|
|
| נשלח ב-7/9/2009 06:59 |
|
| |

|
|
|
|
| נשלח ב-7/9/2009 07:00 |
|
| |
תוקן על ידי זאלי200 ב- 07/09/2009 6:58:56
|
|
|
|
| נשלח ב-7/9/2009 07:19 |
|
| |

|
|
|
|
| נשלח ב-7/9/2009 07:22 |
|
| |
וואס די הנהלה כאפט נישט איז אז נישט די גרויסקייט איז די חסרון, דאס איז גאר א מעלה, די חסרון איז נאר די הנהגה, מיטן סיסטעם זאל מען ווארפען די אריינגעבויטע סיסטעם, און לאזען אלעס אויפן פלאץ וועט מען סאך מער אויפטוהן, אויף דעם וועג פון צוטיילען מאכט מען נאר חרוב, לאמיר האפן אז זיי וועלן נישט אויספירן
|
|
|
|
|
| נשלח ב-7/9/2009 16:43 |
|
| |
זאלי200, א נער באלאנגט נישט דא.
דיינע ווערטער ברענגן ארויס ווינדער ביי יעדן קלוגן מענטש. נישט פון היינט, נאר אלע דיינע תגובות.
(דרך אגב, שכוח פאר די בלו פרינט'ס)
|
|
|
|
| נשלח ב-7/9/2009 17:01 |
|
| |
נעבעך, די אהרונים פרובירן צו טאן וואס זיי קענען צו געבן א גוטן אימעדזש פאר די ישיבה, אזוי ווייט אז זיי מוזן נאכמאכן די 3 חלקים סיסטעם פון די ישיבה גדולה ד'סאטמאר, אבער מיט א שמיטשיק אריבער, אז זיי צעטיילן עס בפועל.
ענק האבן א גרויסן טעות!
די ישיבה גדולה ד'סאטמאר איז טאקע איינגעטיילט אין 3 חלקים אבער אלעס לערנט אין איין ביהמ"ד. די מעלה פון די 3 חלקים איז אז יעדער עלטער איז אונטער די קאנטראל פון א באזונדערן סטעף, און דאס האט זיך ב"ה ארויסגעהשטעלט אלס א געלונגענער איינשטעל.
דער פראבלעם איז די מאנראו ישיבה איז איינער: דער "געוועזענער ק"י רב". ווילאנג ער וועט נישט אנערקענען אז א מנהל הישיבה דארף האבן א כח און נישט יעדער מאן דהו זאל קומען מיט פראטעקציע פון דעם געוועזענעם, וועט ער קענען מאכן אלעס אין דער וועלט, עס וועט גארנישט העלפן!
|
|
|
|
| נשלח ב-7/9/2009 17:13 |
|
| |
חסיד, גיב אכט וואס דו רעדסט, ווייל די ווייטאג אין ענקער ישיבה איז זייער זייער גרויס. (אויב האסט געלערנט דארט פארשטייסטו) און איך גלייב אז מארגן איבערמארגן וועלן ענק נאכמאכן.
הזהרו בדבריכם.
|
|
|
|
| נשלח ב-7/9/2009 18:31 |
|
| |
דערווייל האט די מאנראו ישיבה נאכגעמאכט...
די סאטמארער ישיבה גדולה איז ב"ה היינט פון די אויסגערופענסטע ישיבות.
נישט אומזיסט זענען נעבעך די מאנראו בחורים קרבנות פון די הנהלה. אנשטאט יינצוזען אז די פירערשאפט איז דער פראבלעם, פאלן נעבעך די אומשולדיגע בחורים אלס קרבנות פון א פארפוילטן סיסטעם!
אפילו ענקערע געשוואוירענע חסידים האלטן אזוי!
|
|
|
|
| נשלח ב-7/9/2009 18:41 |
|
| |
מנהג הארוינים אלעמאל צו זאגן "מיר קענען וואס "קיינער" קען נישט!" אויב מיר מיר קענען נישט דעמאלטס קען "קיינער" נישט!" וכדו' וכו'.
זיי קענען אויפבויען בנינים איבער נאכט אזוי ווי די מעשה פון "איש חסיד" (פון בלייבן שולדיג פאר די קאנטראקטערס און נישט באצאלן די פרייוועט לאונס וואס אינגעלייט האבן ארויסגענומען אויף זייערע דירות, טאר מען נישט רעדן). זיי קענען אין א האלבע מינוט קויפן "די גרעסטע" לאט אין וו"ב (איי מ'ווערט געוואר א האלבע יאר שפעטער אז ס'הייבט זיך נישט אן און לאזט זיך נישט אויס? שששש....)
כלפי מה דברים אמורים?
נאך 20 יאר אנזעץ מיט זייער מתיבתא אין ק"י נאכן טוישן 15 מאל הנהלה און זיי זעען זיך נאך אלס אום מיטן זעלבן פראבלעם, דהיינו יעדן חודש ווערן ארעסטירט 2-3 בחורים אין די געגנט פון מאנרא פאר דרייווען אן לייסענס וכדו'.
בפרט יעצט נאך די שוידערליכע פרשה פון די הקפות אויפן ביה"ח זענען זיי אויפגעקומען כדרכם מיט א ספין וואס זאל מאכן דעם עולם פארגעסן... "מ'צוטיילט די ישיבה, יעצט וועט זיין א נחת", זיי פארגעסן אבער אז ווען ישיבה גדולה ד'סאטמאר וו"ב האט זיך געפענט האבן זיי אויך גערידערט אז זיי האבן אויפגענועמן א עקסטערע משגיח פאר יעדע 18 בחורים, מ'גייט צייכענען יעדע 25 מינוט וכדו' געהאלפן האט דאס זיי א טויטע באנקעס.
און אויב האט מען אזא אנזעץ לויפט מען שנעל אויף הייד פארק און אין דער בלאט און מ'שרייבט "קיינער" קען נישט.
וויל איך אייך דערמאנען ארוינים אז "יא מיר קענען"
| מנחם_מענדל כתב: |  | |
קומענדיג צו די החלטה אז "קיינער" האט נאכנישט באוויזן צו פירן א "גרויסע ישיבה" אויף א וועג אז אלעס ארום זאל קלאפן הונדערט פראצענטיג, קומט די גוטע נייעס פון קרית יואל אז אויף קומענדיגע זמן גייט זיין א 'מעיזשער טשעינדש' אין די ישיבה.
יעדע עידש וועט האבן א אייגענע מנהל, און אויך א עקסטערע ביהמ"ד.
מער פרטים ווער עס ווייסט.
|
|
תוקן על ידי פימפנאטער ב- 07/09/2009 18:38:49
|
|
|
|
| נשלח ב-7/9/2009 20:41 |
|
| |
יעצט וועלן די פייער לעשער אין קרית יואל האבן א שווערע זשאב
דריי לאונטש רום'ס וועלן פלאקערן,
דריי דארמיטאריס וועלרן ברענען,
דריי פורים רבנים וועלן אפשפארן די ישיבה און איבערדרייען דעם שטעטל פון שבת זכור מוקדם
די שאלה איז נאר ווי וועט מען אויפהענגן דעם צעטל "ביטע נישט קלאפן" ווען דער קדוש לייגט זיך אראפ נאכמיטאג,
עס קומט נאך א גרויסע מחלוקה "עלי יניח צדיק את ראשו" יעדער וויל האבן די זכיה אז דער קדוש זאל זיך דארט אראפלייגן, לאמיר צו ווארטן און זעהן אויב מען וועט גיין בדיני תורה אדער בדיני עכו"ם,
|
|
|
|
| נשלח ב-7/9/2009 21:35 |
|
| |
איך האב געוויסט פון די פראבלעמען וואס פלאגן ענק אין קווינס, אבער זעענדיג ווי ווילד עט'ס ווערט'ס ווען מ'בארירט די נושא, זעה איך אז איך האב ווייניג געוויסט!...
(לכשירחיב וועל איך אפירזיכן וואס "ענק" האבן אמאל דא געשריבן דערוועגן, וירא הקהל)
|
|
|
|
| נשלח ב-7/9/2009 21:41 |
|
| |
מנחםמענדל, איך האב מיך נאכגעפרעגט אויף דיינע אינפארמאציע איבער די נייע טויש, און עס איז טאקע אמת. מ'פלאנט צו צוטיילן די עידשעס מיט עקסטערע אפטיילונגען.
ברוך השם פאר דעם! השי"ת זאל העלפן עס זאל זיין מיט סוקסעס און עס זאל שאפן א נחת רוח פאר רבינו שליט"א און פאר אונז אלע תלמידים וחסידים. (והא ראי' אז ס'איז א גוטע זאך, קוק ווי די זאליס דא שימפן אזוי – אן קיין טראפ פשט...)
----- אבער ----- (א ערנסטע אבער!)
לויט די פרטים וואס איך האב געהערט וויל איך דיר זאגן צוויי ערנסטע הערות, וואס אין דעם איז געוואנדן די הצלחה פון די זאך:
1) זיי דארפן אויפנעמען "א מנהל" אויף יעדן עידש, נישט ווי די נעמען וואס מ'פלאנט [לויט ווי איך האב געהערט], די נעמען זענען גוט פאר "משגיחים". א מנהל מיינט א שטייגער ווי הר"ר וואלף לאנדא אין צעירים ח"ב אין קר"י וכדומה, איינער וואס האט ארויס א בחור און ער פארשטייט וויאזוי - און ער קען - "רעדן" צו בחורים, נישט אז אלעס זאל גיין מיט "צעטלעך אויף די ווענט", נאר די מנהל זאל צוזאמרופן די עידש, און "זאגן" אז מ'גייט מאכן חזרה וכדו', אדער אז מ'גייט צוליב די און די סיבה איינפירן די און די תקנה וכו' וכו', א מנהל וואס זאל קענען זאגן א דרשה און "אנווארעמען" דעם עולם צו סיי וואספארא זאך, און אזוי אויך דארף ער פארשטיין וויאזוי צו רעדן מיט בחורים פריוואט וכו' והבן כי קצרתי.
2) לויט ווי איך הער גייען בלייבן צוויי פון די אלטע הנהלה, איך וויל נישט רעדן קעגן קיינע פערזענליכקייטן, אבער היות איך בין געווען אינוואלווד אין עטליכע עינינים מיט זיי קען איך דיר זאגן בפה מלא: אויב די צוויי בלייבן דארט מיינט עס [אין פיר ווערטער]: "אלעס בלייבט ביים אלטן". איך שטעל מיך דא אפ. ויה"ר שיגיעו הדברים למי שראויים...
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-7/9/2009 21:41 |
|
| |
מנחם מענדל, אפשר וואלסטו א טובה געטון און מיר אויסגעלערנט פשט אין דיינע קליינע אויתיות?
|
|
|
|
|