אריגענעלער: גע'הרג'עטע ביי די זאליס...
איינער פון די גרויסע בעקערס אין בעקערי פארום איז דער באקאנטער ניק "אריגינעלער". דער בעקער קומט אייביג ארויף מיט די גרעסטע שטותים וואס איז נאר פארהאן. למשל, אז פיפי קרויס מיט פיצי פריעדמאן האבן זיך צושלאגען מיט די הענט; בן פראדל מיט האנג קאנג, שטעכן זיך; דער שפטיווקער מיט די שפיצקע ציפן זיך; יענקי מיט וועקי פאנטשן זיך; אברהמי ברוין מיט אברהם יואל מענדלאוויטש פראסקענען אויף מענטשן אין ביהמ"ד; און אויך איז ער, אריגינעלער, וואס מאכט יעדן סאטמארן חסיד פאר א מנוול.
אט ליינט זיין נייסטע סחורה וואס איז היינט ארויף אין בעקערי פארום. אויב קענט איר צאמשטעלן זיינע ווערטער, דאן זענט איר א קאפ שטיק וואס פארדינט א מעדאל. ליינט די פלגענדע:
הריגות ביי די זאליס אין קרית יואל
ס'האט אויס געבראכן הריגות ביי די זאלי מטורפים אין קרית יואל
די פורים קהילה כאפט זיך יעצט אז מען האט געמאכט פין זיי דאס געשפאט אין גענאר
מען שיקט זיי אהיים אלע מיידלעך פין סקול צים נייעם יאר, מען נעמט זיי צי די זיצן אין בית המדרש.
דערווייל באשולדיגען זיי יוסל גאלבערגער פין קרית יואל זיי גיסן זיי אויס דעם כעס
אויף דעם רחמנות זיי האלטן אז ער האט זיי אריין געפירט אין באד אריין.
א רחמנות וואס ס'איז געווארן פין דעם בעל בתישן יאסעלע גאלבערעגער.
אבי נישט צווישן יודען.
*
איך האב זייער גוטע נייעס פאר דעם אריגינעלער: די זאליס זענען אזוי צו שאסן, אז זיי האבן היינט אנגעפראסקעט דעם יפויער רינדיגן שיכור, און זיין ברודער דער תימנער בלעקבערי, אז זיי זאלן וויסן דאס צו געדענקען.
איך בעט דעם אריגינעלער, מיר זענען אזוי צושאסן, מיר זענען אזוי צובראכן, מיר קענען נישט צוקומען צו זיך פון די גרויסע שלעק וואס מיר הייבן אריין לעצטענס. אלזא טו עס נישט פארשפרייטן.
כה לחי
 |
|
|