איך בעט, יעדן איינעם, קינד און קייט, זאל תיכף ומיד וואס שנעלער איבעגעבן די מעסעדש פאר וועם מ'קען נאר, אפי' אויפוועקן מענטשן פון שלאף, מ'וועט נאר דאנקבאר זיין ווייל מוועט אפשוינען ווייסעך וויפיל מענטשן פון אנגסט אין ווייטאג, און פארמיידן זיך צו רייסן די האר פון קאפ,
הערטס אין שטוינט,
ממש 5 מינוט צוריק האב איך געליינט די יידישער פרומער צייטונג "דער איד",
(דאס אליינס איז א באזונדערע נס גלוי, וויזוי איך האב פונקט מן השמים געליינט דער איד, א צייטונג וואס איך ליין קיינמאל, זעהט אויס שומר רגלי חסידיו אז איך זאל פונקט די וואך ליינען דער איד)
האב איך פערצופאל מעת השם, חסדי השם!! געליינט א ציטרייסלנדע אנאנס וואס איך האב נישט געזעהן אין קיין שום אנדערע צייטונג, וואס איך פיל פאר א חיוב איבערציגעבן פאר די מענטשן וואס ליינען אפשר נישט דער איד
וואס איז די מעשה?
האלטס קאפ אין שטוינט!
ווי יעדער ווייסט איז דא אין די חסידישע וועלט א גרויסער חסידות וואס רופט זיך סאטמאר.
ווארשיינליך איז דאס ארויסגעשיקט געווארן דורך גאר רעפאנירטע שווינדלער וואס שטעלן זיך אהער אלס קהל יטב לב מיט די פאלשע דירקסארטן, און אזוי ליידער נארן זיי ארויס שווערע טויזנטער אויסגעהארוועטע אידיש געלט פון אומוויסענדע תממי לב וואס האבן נעבעך נישט די מינדעסטע השגה ווי זיי ווערן באשווינדלט!!!
איך זאג ענק צו אז איך האב ממש יעצט געזען מיט מיינע פליישיגע אויגן דער אנאנס, אינעם פרעסטידשפולן צייטונג דער איד, דער אנאנס האט א געהעריגע פרעים ארום זיך וואס ווייזט אז קהל האט באצאלט טייער געלט דערפאר, דער דריקסארט אויווין איז געווען מיט די אטענטישע לאגא מיט די 2 טייטלביימער ס'געשטאנען די געהעריגע אדרעס 152 ראדני. דאס מיינט אז דער שווינדל איז אמת!
אויך לייגן זיי צו צום אנאנס א וויכטיגער שטיקל אינפארמאציע אז דער נאמען פון איינע פון די אגענטן פון די נעץ שווינדלער איז עפעס א "שלמה ווערצבערגער" ער איז דער וואס שווינדלט ארויס די געלטער אונטערן שלייער פון קהל יטב לב,
נעכטן איז ארומגעגאנגע א טעלפאון מעסעדש אנגעבליך פון די זאלי קהל צו אלע זייערע מעמבערס אז מ'זאל זיין געווארנט מיט די סטייטמענטס אדרעסן,
איך וואונדער מיך, האלטן זיי טאקע ערענסט אז איינער גייט בטעות אריינשיקן צו די ראנג אדרעס? אויף וועלכען פלאנעט לעבן זיי?
מיין מיינונג איז, אז זיי לעבן נעבעך אין דינייעל זיי קענען נאך אלס נישט שלום מאכן מיטן מצב אז זיי האבן פאלוירן ביי אמבראזשיא זייער דע-פאקטע סטאטוס פון קהל יטב לב, ממילא אין זייער וועלטל עקזיסטירט נאר איין סאטמארע קהלה אין וומ"ב, נעבעך,
נשלח ב-3/1/2011 00:52
עס איז נישט צו גלייבן די זאלי'ס האבען זיך שוין אריינגעזעצט בגניבה אין קהל'ס אפיס פאר איבער 10 יאר אין האבען נאכנישט געטראפען די מהלך צו איינגעוואינען זייערע מענטשן צו צאלען מעמבערשיפ ווייל זייער גאנצער ציהל איז נאר צו שטויסען אין ציברעכן יענעם, אין ווען ס'קומט צו צאלען א דאללער פין טאש האט שוין קוקט עס אויס ווי די דורכגעפאלענע ארץ החיים קאמפיין
נאך לאנגע יארען וואס ער פראבירט ענפענטליך צו אריינווארצלען אין זיינע נאכשלעפער א פאזעטיווע הערצה מ'זאל זיך רעכנען מיט די נקודה פין רבי'ן ז''ל אין קומן צו די טישן,(עפ''ל פין קווינס מנהל) ווי משה פר''מ - זשיגאן'ס גבאי האט עפנעטליך אפעלירט נאך ביי זיין ערשטע לוזערישע דרשה אין אבריכם אלס מעכטיגע נקמה צו ר' יודל ווערצבערגער..... אז מ'זאל קומען צו די טישן אין תפילות איז אלעס ביים אלטען מ'האט קודם פראבירט צו אנווערעמען דעם עולם דורך די מעכטיגע VIP פארקינג, ווי שוין דא באריכטעד זאלי לוזערס: צאלט מעמבערשיפ און ווערט א לעלו
אבער דערווייל איז אלעס איין'ס
האט מען זיך נעבעך געמוזט נעמען צו אלטען טאקטיק דהיינו, די איינציגע שפראך וואס די מרי לב דערהערן איז נעגעטיוו אין העץ אין זיי לאזען אינפארמירן זייער קעלבער די שרעקליכע אויפדעקונג עפעס א מין כת וואס רופן זיך יודן (קוועלער זאגען אז זיי שטאמען פין יודן) האבען זיך אן קיין שום היתר זיך אנגעהויבן רופן מיט 'זייער' נאמען 'קהל יטב לב ד'סאטמאר' די פאליציי איז נאך נישט געקומען אויף די שפירן פין דעם מייסטער טעראריסט אבער דערווייל האבען שוין שווערע טויזענטער תממי לב וואס ווילן עכט שיקען די מעמבערשיפ צו זייער אפיס ווייל זיי ווילן האבען א קרקע לאחר מוע''ש אין ביה''ח דקיט''ל אשר שם חלקת מחוקק ספון 'בטעות' זיך געלאזט פארנארען פין די אימאינדעפצירטע גנבים אין געשיקט די מעמבערשיפ צו דעם שלמה ווערצבערגער בקיצור, דער עולם זאל זיין געווארענט די HQ גיבט איבער אז אויב דאס וועט נישט העלפן וועט מען מיזן שרייבן נאך א ארץ החיים ביילאגע
נשלח ב-4/1/2011 19:24
קוקט אויס ווי ס'ארבעט נאך אלס נישט
זיי האבען נאר וואס אנגחזרט די ווענט אין זייערע שולן מיט די קינדערישע פאשקעווילן
כאפטס א שמייכל
עמיר זעהן וואס קומט נעקסט
אגב, קוקט אויס ווי דער ניק זעליג כהן איז פין די פירערס ביי די זאליס...