בית פורומים כל העולם כולו

היסטארישע מויער געטראפן אין ארץ ישראל

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-7/9/2009 08:43 לינק ישיר 
היסטארישע מויער געטראפן אין ארץ ישראל

ארכעאלאגן האבן אנטדעקט א מויער אין "עיר דוד" וואס זיי האלטן איז אלט 3700 יאר, נאך פון די צייטן פון די כנענים, ארום די צייט וואס אברהם אבינו האט געוואוינט אין ארץ ישראל (מעגליך נאך אפילו בעפאר די עקידה אויפן דערנעבנדיגן הר המוריה)!

די נייע היסטארישע טרעפונג האט גענצליך צעטרייסלט די כפירה'דיגע וועלט פון ארכעאלאגן, וועלכע האבן לאנגע יארן געלייקנט אין מלכות בית דוד צוליב'ן פאקט אז זיי האבן נישט געקענט טרעפן גארנישט בעפאר די יארן פון הורדוס. יעצט שטעלט זיך ארויס אז זיי האבן נאך זייער פיל צו אנטדעקן, און די יעצטיגע טרעפונג - די עלצטע געבוי וואס זיי האבן געטראפן ביז היינט - ווייזט אז ס'איז נאך דא אסאך זאכן פון אלטע צייטן וואס ווארטן אנטדעקט צו ווערן. משיח זאל אודאי פריער קומען.

זיי האבן שוין געכאפט א רוק פאריאר ווען מ'האט געטראפן א גאנצן נעץ פון פאלאצן וואס קומען פון די צייטן פון מלכי בית דוד ועשרת השבטים (געווען באשריבן גוט דעטאלירט אין מעלות פארגאנגענעם אב), אבער די נייע טרעפונג האט ממש צעטרייסלט זייערע איינגעפודעוועטע אפגעפרעגטע טעאריעס צו וואס זיי האבן זיך אזוי פעסט געקלאמערט.




דווח על תוכן פוגעני

מנותק
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > כל העולם כולו > היסטארישע מויער געטראפן אין ארץ ישראל
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר

bholext