| נשלח ב-7/9/2009 15:21 |
|
| |
מידת הרחמנת
איך מיין אז די הנחה פון פארמעגליך,
אויף ר' אהרן'ס הארצלאזיקייט איז זייער א שטארקע פוינט ווי עס שטעלט זיך ארויס אויף אלע מינע פארבן און זיין התנהגת,
נישט אז עס איז א חידיש, ווייל א סאך פארציילען פון אייגענע עפיזאדן במשך די לעצטע 2 יאר צענדליג ווי עס איז ארויס געקומען אויף פארשידענע אופנים סיי וואס איז פארגעקומען ביי אידען בעידן חדותא און ביי פארקערטע צייטען רח"ל ווען עס קומען ארויס שטארקע הרגשים פון א יידיש הארץ האט א יעדר געזען ווי הסבלן הידוע האט נאר איין פראבלעם מיך זיך און איך,
און טאקע די מעלה האט עם צו געברענגט שונאים אדירים ווייל ווען מען איז מצער א מענטש בשעת צערו איז דאס א בחונה פון אן אפערעשען מען שנייד עם אויף מען לייגט און עם אריין א פארווייטאגטקייט וואס דער מענטש קען זיך כמעט נישט באפרייען דערפון,
אוך מיין אז דער פוינט קען באקומען אסאך אונטערשטיצונג, דורך אפיזאדן פון מענטשען,
ווי אזוי ער האט זיך אויפגעפירט ווען איינער איז אריין צו עם נאך געלד,
ווי אזוי ער האט גענטפערט פאר מענטשען וואס האבן עם געבעטן א עצה און זייער שווערע מצב,
ווי אזוי ער האט ראגירט ביי א יעדע צרה וואס איז געשען און ק"י,
ווי אזוי ער האט זיך אויפגעפירט צו א מענטש וואס ער האט יא געמיזט טון א טובה,
וואס איז אי אפשר לפרטם כי רבים הם,
אויב דער מנהל זעט קיין פארלעצונגן און אזא סארט אשכול, כה לחי
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-7/9/2009 21:38 |
|
| |
האסט אוודאי באמערקט גימפעלעס פארזוך צו פארענטפערן די מעשה רציחה קעגן די אלמנה ויתומים, ער רופט עס אן "דעבאטע" כדי עס זאל אויסקוקן בעסער אבער ער ענטפערט נישט אויף וואס מען פרעגט אים.
עכ"פ זיין ערשטע יסוד איז, אז ער פארשטייט אויך אז ס'איז דא זאכן וואס זענען ווייטאגליך, אבער מען מוז לייגן אין די זייט אלע "געפילן", אויך מוז מען לייגן אין די זייט שרעקעדיגע פסוקים וועגן טשעפענען אלמנות ויתומים.
און דאס באמת די בעסטע וועג צו פארענטפערן ר' אהרן.
לייג אוועק אין די זייט אלע "געפילן"
לייג אוועק אין די זייט אלע "פסוקים" וואס געפעלן נישט.
לייג אוועק אין די זייט דעם שכל הישר.
און איך וויל באמת וואונטשן פאר אלע אידישע קינדער (אפילו פאר ר' אהרן אליין),
אז קיינער זאל קיינמאל נישט שפירן דעם טעם פון א "אב שכול",
די געוואלדיגע יסורי הגוף והנפש ווען א טאטע שטייט לפני מטתו פון א קינד
וואס איז פלוצלינג אוועק בחייו איבערלאזנדיג א שטוב מיט פיצלעך יתומים.
די איינציגסטע מאל אין לעבן וואס מען איז פטור פון כל התורה כולה
איז בשעת מען איז ל"ע אן אונן, ווען ס'איז מתו מוטל לפניו.
מצות ניחום אבילים איז פון די גרעסטע מצוות, עס זאל זיך נישט מאכן.
ווייל די תורה הקדושה פארשטייט דעם צער פון א איד, ס'איז עמו אנכי בצרה
ווען א איד איז בצער זאגט די שכינה הקדושה קלני מראש קלני מזרועי
די תורה הקדושה לאזט נישט לייגן אין די זייט די געפילן
צו קענען "לייגן אין א זייט" אלע "געפילן" אין אזא זמן
מוז מען האבן אפגעטאן אסאך אסאך רשעות ואכזריות אנוצקומען צו אזא מדריגה אין רשעות.
לאמיר האפן אז יעצט בחודש האלול וועלן אידן תשובה טאן.
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-7/9/2009 21:39 |
|
| |
פוסק, אלס דער דעבאטירער זיי זיכער אז מיר וועלן צו "אלעם" אנקומען. שטאטעליך, פארשטייט זיך אויב ער וועט נישט נעלם ווערן אינדערמיט.
תוקן על ידי פימפנאטער ב- 07/09/2009 21:35:22
|
|
|
|
|
| נשלח ב-7/9/2009 21:54 |
|
| |
די ארונים קענען וואס קיינער קען נישט,
אוועק לייגען געפילען איז נישט פון די גרינגע זאכען,
מיר געדענקן ווי הרב ר' שלמה זאבל שליט"א,
האט אויסגעשריגען ביי די אסיפה א טאג פאר די וואלן פארן סקול דיסטריקט קיץ תשנ"ד,
מען קומט מיט געפילן אז מען לייגט נישט ארויף קיין מזוזה'ת, געפילן האבן נישט דאס פלאץ דא עכ"ל,
נו דאס קענען אוועק לייגן געפילן און א זייט, איז נישט נאר מיוחד אויף צרת ישראל, זיי קענען אויך אוועק לייגען געפילען פון מזוזה'ס,
דאס דארף מען קענען.
רעזילאציע - הארצלאז
|
|
|
|
| נשלח ב-7/9/2009 21:57 |
|
| |
ווער איז דאס הרב ר' שלמה זאבל שליט"א עפעס א נייע שר התורה?
|
|
|
|
| נשלח ב-7/9/2009 21:59 |
|
| |
ער איז נישט פון היינט ניי, ער איז נאך דעמעלטס געווען ניי...
|
|
|
|
| נשלח ב-7/9/2009 22:02 |
|
| |
איך קען אים גוט, איך קען אים פון די צייטן וואס ער האט זיך אהערגעצויגן פון נייטרא, מיין שאלה איז נישט אויף אים, מיין שאלה איז אויפן טיטל הרב ר'
אויב אזא שוטה איז א הרב ר' דאן אין כ"ק מענגעלע פארשטענדליך
|
|
|
|
| נשלח ב-7/9/2009 22:22 |
|
| |
לאמיר זיך האלטן דא צום ענין ר' אהרנס הארצלאזיקייט
|
|
|
|
| נשלח ב-7/9/2009 22:44 |
|
| |
אוך בין געווען ביי א וואכנאכט איינמאל מיט ר' אהרן ער האט זיך דארט געטראפן מיט א תלמיד וואס איז היינט נישט אויף זיין זייט, אזוי אינמיטן ארויסגיין פון שטוב ריפט ער זיך אן פאר זיין געוועזענע תלמיד, יעצט וועסטו זען א זאך וואס און גאנץ ווילימסברג קען מען דאס נישט טרעפען און ער וואסט עם א קליינע שעלף לעבן די טיר וואס איז געמאכט געווארען אז מען זאל נישט דארפן איבער געבן מיד ליד,
ווייסט איינער וואס דאס מיינט?
מיט די שמחת הוואכנאכט האט דאס זיכער נישט קיין שייכות, מיט מיך זיך איך האט עס זיכער יא א שייכות,
חוץ מזה פארשטייט יעדער און איז איבריג יעדעס ווארט אז אזא סטעטמענט ווייסט ארויס זייער אסאך טיפשת,
|
|
|
|
| נשלח ב-8/9/2009 00:14 |
|
| |
און ישיבה און מיינע צייטן איז אמאל אריין געקומען נאך געלד א איד,
דער איד האט נעבעך אויסגעזען א גרויסע רחמנות,
א שטייגער אזא וואס אומפארשטענדלעכע קינדער קענען אפשר זיך צו לאכען ווען זיי זען עם, צילוב זיין דרויסנדיגע אויסזען וואס א קינדערישע קאפ פארשטייט נישט מער וויפיל ער זעט,
ווען ער איז אריין געקומען האט מען געזען אז וועלעכע בחור האט עם באמערקט האט זיך גלייך ערוועקט און עם א רחמנות געפיל, ווינדער איבער ווינדער ער איז אנגעקומען לעבען סבלן וואס האט זיך דעמעלטס געדרייט און היכל הישיבה, האט ער זיך אזוי צילאכט אויפן קול פשט סאיז עם געקומען צום לאכען, קיינער האט נישט קיין טענה'ס
|
|
|
|
| נשלח ב-8/9/2009 08:29 |
|
| |
זיי נישט ברוגז, אבער איך האלט מיך נישט ביים "אונטערנעמען" גארנישט! איך ווייס בכלל נישט ווער דו ביזסט, וואס דיין ציל איז. קען זיין דו שפילסט עפעס א געים דא, בכלל האט מיר נישט געפאלן דיין סטייל פון פרעגן קשיות, אין מיינע אויגן איז דאס נאריש, אז איינער האלט זיך ביים אפגעבן מיט דיר זאל אים זיין צו געזונט. איך שרייב ווען איך האב געדולד, און ווען איך וויל, אז איך שפיר אז מיין תגובה גיט עפעס צו אבער צו גיין אדורכלערנען 20 שאלות און סעיפים פון עפעס אן אומבאקאנטן גימפעלע זיך דיר א צווייטן. אז דו האסט עפעס צו פרעגן קענסטו מיך פרעגן אז איך וועל שפירן אז ס'איז ווערד א תירוץ, און איך ווייס דעם תירוץ וועל איך דיר ענטפערן.
אויב שוין אונטערנעמען, איז דאך חודש אלול אויף די וועלט, וועל איך מיר אונטערנעמען צו זאגן אפאר קאפיטלעך תהלים מער.
|
|
|
|
| נשלח ב-8/9/2009 15:14 |
|
| |
וואס מיינט גראד?
לענ"ד איז געפילן א שטארקע מחותן דא,
און אויב לאזט מען עס ארויס פינעם געשעפט האסטו פשט ארויס געשניטען פון די מעשה אסאך חלקים, און מיינע אויגן זעט עס אויס ווי איינער זאגט ווען נישט די אלע זאכן זענען מיר גערעכט.....,
עס מיינט נישט אז אלעס דארף געזאגט ווערען מיט יעדנס געפילן וואס א מענטש קען האבן ווען ער האלט מיט אזא ענין, געפילן קענען געזאגט ווערען מיט א סדר געבעסט אויף די נארמאלע געפילן וואס איז אינוואלווד און אזא מצב, און עס קען נישט ווערן ארויס גענימען פון די פיקטשער בשעתן זיך מתוכח זיין איבער דעם, נישט ע"פ תורה נישט ע"פ מענטשהייט,
אסאך נישט שיינע אקטן קענען ווערן אפגעטון ווען מען נעמט נאר אוועק די געפילען,
אגב די נושא באלאנגט ענדרשט צי די הערות אויף די דיבעט.
|
|
|
|
| נשלח ב-8/9/2009 16:43 |
|
| |
די הערות אשכול איז דוכט זיך געווארן אפגעשפארט.
איך האב זיך נאר געוואלט פארענטפערן אויף דעם וואס מ'האט מיך אראפגעריסן אלץ א מחוסר רחמנות, וואס לצערי איז דאס נישט ריכטיג.
יעצט צו דיר ר' פוסק,
אויב ווי עס זעט אויס, קענסטו זיך נישט ערלויבן צו שטעלן דיינע מיינונגען בכור המבחן, וויאזוי קענסטו זיך ערלויבן זיי צו זאגן מיט אזא זיכערקייט?
איך שטופ נישט אוועק קיין שום פסוקים חלילה, איך פראביר נאר מקיים צו זיין דעם פסוק "ולא תהדר פני דל בריבו". וואס דאס מיינט אז ווי רחמנותדיג דער מצב זאל זיין געט דאס נישט קיין אויטאמאטישער בארעכטיגונג.
די גמרא דרוקט זיך אויס מיט א גאר שארף לשון אויף יתומים וואס פרובירן צו ניצן רחמנות אומבארעכטיגט לטובתם, "יתמי דאכלי דלאו דידהו ליזלו בתר שבקייהו". נישט אז דאס איז דער פאל דא חלילה, די גמ' איז דארט דן אויף א גאנץ אנדערע ענין, איך ברענג עס נאר אלץ משל.
ווילדע אויסדרוקן כנגדי ווייזן נישט אויף זיכערקייט, נאר גאר דאס פארקערטע.
|
|
|
|
| נשלח ב-8/9/2009 19:47 |
|
| |
תוקן על ידי ychtzel ב- 08/09/2009 20:01:13
|
|
|
|
| נשלח ב-8/9/2009 19:49 |
|
| |
תוקן על ידי ychtzel ב- 08/09/2009 19:59:06
|
|
|
|
|