UJCare ווי איז ענקער אחריות פארן ציבור?
יעדער ווייסט אז ווען ס'איז דא א גרויסעטיילעריי פון טיקעטס למשל ווען איסור חג סכות קומט אויס אויף א טאג פון סטריט קלינינג און דער עולם כראפעט אריין, בדרך כלל וועט UJO שתדלן אז מ'זאל מבטל זיין אלע טיקעטס וכדו' זייער אסאך מאל איז דאס מיט גרויס ערפאלג, איך געדענק אויף העיווארד איז געווען פאריאר ווען DOT האט ארויסגעהאנגען צעטלעך אז מ'טאר נישט פארקען דעם נעקסטען טאג, די פראבלעם איז געווען אז די נעקסטע טאג איז געווען דעם צווייטען טאג יו"ט, דער עולם האט באקומען טיקעטס אינגרויסן אבער UJO האט מצליח געווען אלעס צו דיסמיסען.
רבותי! איך בין ארויסגעפארן צו די פיקעטינג על פי קריאת כ"ק אדמו"ר שליט"א איך האב באקומען א טיקעט פאר'ן פייפען נישט במקום סכנה! נישט נאר איך נאר אסאך אינגעלייט! מיר האבן זיך איינגערעדט אז UJCare וועט דיסמיסען די טיקטעס, דערווייל א נעכטיגען טאג, די תשובה וואס איך האבן באקומען אין געווען "I am Sorry אבער מיר קענען אייך נישט העלפן" שומו שמים ווי נעמט זיך די אחריות אז צענדליגער אינגעלייט וואס מיטשען זיך פאר פרנסה זאלן דארפן יעצט צאלן געשוואלענע טיקעטס? האבן די עסקנים נישט געקענט נעמען א לעגאלע פערמיט פונקט ווי די פארשטינקענע זאליס?
 |
|
|