קודם וואו זעהסטו דא אן אינדארסירונג???
איך זעה דא אן אויפנאמע אין שטוב פון הגה"צ אב"ד סאטמאר בארא פארק שליט"א.
אצינד לאזט מיר קלאר שטעלן וואס דא גייט פאר.
די סאטמאר'ע ראשי המוסדות אין בארא פארק האבן באשלאסן צו שטיצען דזאן הייער פאר סיטי קאנסול, צוליב זיין שטיצע פאר פריוואטע מוסודת, און נאך. אין אויף דעם איז נישט דא קיין שום חולק.
נאר דא האט פאסירט עפעס אנדערשט, ס'איז דא אן עסקן וואס הייסט ר' יצחק פליישער וועלכער איז א פריוואטע פריינט מיט ברעט לענדער, און ער האט באשלאסן אנצוהייבן א קאמפיין לטובת ברעט לענדער אין בארא פארק.
ר' יצחק פליישער באלאנגט קיין באבוב 48, אבער דערווייל איז נאך זיין אייגענע קהילה נישט ארויסגעקומען אין שטיצע פון פון ברעט לענדער, צוליב סיבות וואס יעדער וואס קען די קאנדידאטן פארשטייט זייער גוט.
אין די צייט קומט אבער קומט איין קהילה נאכן אנדערן און אינדארסירן מיט א שטארקייט דזאן הייער, ווייל ער איז בעסער פאר 'אלע' אידישע אינטערעסן, און דאס האט צוגעברענגט אז דער לענדער קאמפיין אריין אין פאניק בפרט נאכן זעהן אז די גרעסטע קהילות אין בארא פארק ווי בעלזא, סאטמאר, ראחמיסטריווקא, פאפא, אגודת ישראל, ועוד (די נעמען זענען נאר א קליינע טייל) שטיצן אינגאנצען פה אחד הייער'ן.
במילא האט ער באשלאסן צו פארטוישען די מוחות, און ר' יצחק זייענדיג א גוטער חבר מיט ר' חיים שלום האלבערשטאם דער זוהן פון באבוב'ער רבין פון 48, האט ער פון אים געבעטן אז ער זאל אים ערלעדיגן אן אפוינמענט ביי זיין שווער הגה"צ ר' דוד בעריש מייזליש שליט"א, רב דקהל סאטמאר ב"פ, און אזוי ארום פרובירן צו פארדרייען דעם עולם דעם קאפ, דערווייל קויפט עס נישט דער עולם, די בילדער זענען זייער שיין, אמת ר' אהרן וועלץ זיצט דארט, אבער האט ער אינאיינעם מיט די אנדערע חברי ההנהלה האבן שוין אינדארסירט דזאן הייער אין די אפיס פון די מוסודת פאריגע וואך.
דער עולם אין בארא פארק וועט שטיצען דזאן הייער, דאס פארזיכערט אים אבער נישט קיין געווינס, אבער עס וועט האפענטליך יא פארזיכערן אז מער וועלן אויסגעשפראכענע תועבה שטיצער און קאנדידאטן וואס שטיצען נישט אונזערע געברויכן נישט קומען צו אונז זיך חנפ'נען, נאר ווייזן זייערע אמת'ע פרצופים.
 |
|
|