כ'וועל אראפברענגן די דברים של טעם (בערך מיט זיין לשון, מיט תיקונים והערא') פין דער פוסק אין די זאלי פורום, מיט א בקשה אז נעקסטע מאל זאל ער אינז אויך מהנה זיין, הגם ס'איז דברים פשוטים וידעים:
ווייל באמת האב איך געוואלט באשרייבען דעם אסיפה, אפי' כ'בין נישט דארט געווען אבער כ'האב געהערט פין עטליכע בני תורה פין די דערנעבענדיגע סאטמארע כולל וואס האבען זיך אריינגעכאפט אהין, {צווישען אנדערע הגאון ר' הערש לייב בערנשטיין אין הגאון ר' משה רז''פ (דיינים אין עטליכע בתי הוראה אין וומ''ס)}, אבער כ'זעה אז ער האט מיך מקדים געווען מיט א קלארע שפראך.
הרב קרשינסקי שליט"א געט א שיעור אין כולל רמ"א (בנין עסטרייכער, וומס"ב)
דעם היינטיגן נאכמיטאג איז הרב קרשינסקי שליט"א געקומען געבן א שיעור אין כולל רמ"א (בנין עסטרייכער) אין וויליאמסבורג, אויפ'ן איינלאדענונג פונעם חשוב'ן ראש הכולל הרה"ג ר' חיים ישעיה שווימער שליט"א.
{ער איז אן איידעם ביי ר' יונה עסטערייכער וואס האט געבויט דעם בנין, אין זיין שווער האט נישט געשטערט אז ער רופט אים - מן הסתם האלט זיין שווער נאך ביי דער איד'ס ווערסיע ''אז דער חשובער רב פין לעיקוואד האט געכאפט דעם בית השחיטה אין ק''י מאכיל טרפות'' אין ער ווייסט נישט אז דער חשובער רב איז דערווייל געווארען א תמיר זונה פאר'ן לייקענען זייער געבעקסן}
אין דעם כולל געפונט זיך א פארזאמלונג פון סאטמערע חסידים אין וויליאמסבורג (אויך חסידי מהרי"י), וועלכע זענען נישט אינטערעסירט צו הערן וואס די אינטערנעט און צייטונג האט צו פארקויפן, נאר צו הערן פון א כלי ראשון אלעס וואס האט זיך ווירקליך אפגעשפילט אינעם קרית יואל'ן בית השחיטה, כדי צו קענען ריכטיג אפשאצן וואספארא פלייש עס איז טאקע די מערסטע אויסגעהאלטן בכלל, און בפרט אין דער יעצטיגער תקופה. צווישן די אנוועזנדע רבנים זענען געווען הרה"ג ר' חיים קלמן גוטמאן שליט"א דומ"ץ סאוט 8, און הרה"ג ר' ראובן חיים שטיינבערג שליט"א חבר ועד הכשרות דקיט"ל - מהרז''ל.
הרב קרשינסקי שליט"א איז א משגיח פאר די לעיקוואודער פרומער פירמע "חבורה". די פירמע פלעגט צו שחט'ן טשיקענס אין עמפייער, אין די לעצטע ניין חדשים האבן זיי אנגעפאנגען צו פארקויפן פלייש פונעם קרית יואל'ן בית השחיטה אונטער'ן לעבל "מיוחד". ווען מ'האט אים אריינגעפרעגט "פארוואס ער איז געגאנגען קיין קרית יואל?" האט ער געענטפערט, צוליב דעם וואס עס איז זיי זייער שטארק געפאלן דער גאנצער סיסטעם דארט, און די ספעציעלע חומרות און הידורים וואס דער בית השחיטה שטעלט פאר, און וואס עס איז נישט דא אין אנדערע בתי שחיטה. אויף אריינגעפרעגטע פראגעס, האט ער געזאגט אז ער איז נאך אלץ דאס מערסטע צעפרידן פון קרית יואל.
זינט ער איז אין דעם פלאץ האט אים דער רב המכשיר הרה"ג ר' משולם פאלאטשעק שליט"א געשטעלט אים צו געבן פערזענליך א פונקטליכע רעפארט וויפיל ער טרעפט פון אלערליי טרפות וואס מען איז נישט בודק מצד הדין, און דעריבער זענען די אנדערע בתי שחיטה נישט מקפיד דערויף. דאס נעמט אריין "צומת הגידין" און "בוקא דאטמא". אויף פראגעס "פארוואס ער האט בודק געווען?" האט ער געזאגט אז: 1) ער האט אייביג געהאט א ספעציעלער געפיל צו די טרפה פון צומת הגידין וויבאלד דאס איז א הארבערע טרפה. 2) ער פאלגט אלעמאל וואס דער רב המכשיר הייסט אים. און ער האט פארציילט אז אין זיין עקספעריענס אין כשרות האט אים א רב אמאל געהייסן בודק זיין פיפיקלעך, און ער האט בודק געווען פיר מיליאן פיפיקלעך און נישט געטראפן קיין איין איינציגע טרפה.
ער האט קלאר ארויסגעברענגט ווי פאר די ערשטע זעקס חדשים האט ער נישט געטראפן כמעט קיין טרפות פון צומות הגידין, נישט מער ווי עס איז אייביג דא פון יעדע טרפה אין יעדע בית השחיטה, וואס מ'איז נישט בודק דערנאך. נאך די זעקס חדשים האט ער באמערקט ווי עס פאנגט זיך אן צו פארמערן צוביסלעך פון א פערטל פראצענט צו א דריטל פראצענט א האלבע פראצענט א.א.וו. ווי נאר די רבנים המכשירים שליט"א האבן געזען אז ס'ווערט אביסעלע ערענסטערע נאמבערס (וואס דאס איז געווען אנפאנג חודש סיון), און עס איז מער נישט גענוג איין משגיח וואס זאל אלעס בודק זיין, האט אים דער רב המכשיר שליט"א באאויפטראגט אויסצולערנען דעם משגיח הרב שפילמאן שליט"א און נאך עטליכע משגיחים וויאזוי מ'איז דאס בודק, לויט ווי ער האט דאס געלערנט אין ארץ ישראל. און כאטש וואס עס קענען דורכגיין גאנצע טעג אן קיין שום טרפות, האט מען געהאלטן א גרעסערע שטאב ספעציעל צו בודק זיין יעדן איינציגן טשיקן, וואס מיט דעם האט מען שוין זיכער יוצא געווען יעדע חשש לכל הדעות.
שפעטער האט דער סאטמערע רבי שליט"א, מהר''א באפוילן מ'זאל מוסיף זיין א חומרא און מ'זאל אויפשניידן יעדן איינציגן עוף אין ביידע פוס, אזויווי עס איז איינגעפירט אין ארץ ישראל דורך די עדה החרדית, כאטש וואס די פראצענטן פון טרפות דאהי דערגרייכן בכלל נישט די פראצענטן וואס עס איז מצוי אין ארץ ישראל און אין אייראפא. דער בית השחיטה האט געשפענדעט א סך געלט איינצושטעלן א פולקאמע סיסטעם פון בדיקות, ווי מ'איז בודק יעדן עוף אויפ'ן טיש, און נישט נאר אין די לופטן וואו עס פארט אויפ'ן קייט.
אויף שאלות לגבי אנדערע בתי שחיטה האט ער געזאגט אז ער קען נישט זאגן פאר זיכער צי דער פראבלעם פאנגט זיך אן אין די העטשערי, פון וואו אלע עופות קומען דאך פון איין פלאץ, אדער ביי די פארמס וואס די עופות קומען פון באזונדערע פארמס. און ער האט דערמאנט אז ער האט געהערט אז מ'האט געטראפן דארט א האלבער פראצענט ווען מ'האט בודק געווען. פון די אנדערע זייט האט ער אבער גע'טענה'ט אז עס איז זייער שווער זיך צו פארלאזן אויף בודק זיין נאר עטליכע שעות, וויבאלד די עקספעריענס אין קרית יואל האט געוויזן אז אפילו היינט קען זיין גאנצע טעג וואס מ'טרעפט כמעט גארנישט, למשל היינט מאנטאג האט מען געטראפן ממש געציילטע טרפות פון די צענדליגער טויזענטער וואס מ'האט בודק געווען יעדן עוף באזונדער! אזוי ווייט אז א רב וואס וואלט דאס געזען וואלט געלאכט פארוואס מ'איז דאס אפילו בודק, וויבאלד דאס איז גארנישט מער ווי אין די אלטע צייטן. דאך קענען זיין אנדערע טעג וואס מ'טרעפט גאנצע פראצענטן, וואס אויף דעם איז מען מחמיר יא צו רעכענען פאר א מיעוט המצוי. למעשה האט ער באטאנט אז ער נעמט נישט קיין שטעלונג לגבי אנדערע בתי שחיטה, וויבאלד ער איז נישט דארט געווען פערזענליך.
ווען איינער פון די חברי הכולל האט אנגעפרעגט ביי הרה"ג ר' ראובן חיים שטיינבערג שליט"א צי ער קען ערקלערן פשט אין דעם מודעה וואס דער "ועד הכשרות" פין מהרז''ל האט פובליצירט דעם פארגאנגענעם פרייטאג? האט ער געזאגט אז מ'דארף פרעגן ר' ישי ליבערמאן נ"י.
[הערת הכותב: די קרית יואל'ער שחיטה קויפט נישט פון קיין איינצעלנעם פארם, נאר פינקט ווי אנדערע בית השחיטות קויפן זיי פון א בראוקער וועלכער האדעוועט די טשיקענס אין עטליכע פארמס. די חשבונות וואס מ'האלט אויף די טרפות איבערצייגן אז עס איז נישט מעגליך צו אונטערשיידן צווישן איין פארם און דעם אנדערן, און ממילא איז דאך קלאר אז דער פראבלעם פאנגט זיך אן ביי די העטשערי]
 |
|
|