בית פורומים כל העולם כולו

הרב קארשינסקי: קר"י פלייש די מערסטע מהודר!

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-8/9/2009 05:20 לינק ישיר 
הרב קארשינסקי: קר"י פלייש די מערסטע מהודר!

יא, די הרב קארשינסקי פון לעיקוואד וואס האט "אנטדעקט" די סקאנדאל און "מהאט אים ארויסגווארפו" פון בית השחיטה וכו' האט היינט געזאגט (ביי עפעס א מסיבה) אז סאיז נישטא נאך א בית השחיטה וואס איז אזוי מהודר ווי די קר"י בית השחיטה וואס שטייט אונטער סאטמאר רב!

ער האט מוראדיג אויסגרעימט די נייע הידור פון בודק זיין די צומת הגידין ביי יעדע טשיקען, און געזאגט אז סוועט זיין א תיקון לדורות!




דווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-8/9/2009 06:16 לינק ישיר 

מבני_בניו כתב:

יא, די הרב קארשינסקי פון לעיקוואד וואס האט "אנטדעקט" די סקאנדאל און "מהאט אים ארויסגווארפו" פון בית השחיטה וכו' האט היינט געזאגט (ביי עפעס א מסיבה) אז סאיז נישטא נאך א בית השחיטה וואס איז אזוי מהודר ווי די קר"י בית השחיטה וואס שטייט אונטער סאטמאר רב!
איך בין צימישט..אינטער סאטמאר רב אדער אינטער סאטמאר רבין...?





תוקן על ידי YESWECAN3 ב- 08/09/2009 6:12:46




דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
נשלח ב-8/9/2009 06:26 לינק ישיר 

הגם אין דברי חסידות מיש איך מיך נישט געווענליך...

אבער הרב יעס ווי קען.

ווען א פרעמדער רופט סיי וועלכען רבי'ן מיט'ן טיטל רב איז עס א שטארקע זאך ווייל די אפטייטש פון א רב איז, פוסק, בקי אין שלחן ערוך.



דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
נשלח ב-8/9/2009 06:52 לינק ישיר 

לויט ווי דער פוסק שרייבט אין זאלי פורם איז דאס געווען ביי די זאליס און כולל רמ"א

נ.ב. מ'בעיט דער עולם זאל משתתף זיין מיט גרעסערע נתינות פאר פארמעגליך און פימפנאטער ווייל זיין ארבייט איבער צומות הגידין ווערט כסדר שווערער...



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-8/9/2009 23:07 לינק ישיר 

כ'וועל אראפברענגן די דברים של טעם (בערך מיט זיין לשון, מיט תיקונים והערא') פין דער פוסק אין די זאלי פורום, מיט א בקשה אז נעקסטע מאל זאל ער אינז אויך מהנה זיין, הגם ס'איז דברים פשוטים וידעים:

ווייל באמת האב איך געוואלט באשרייבען דעם אסיפה, אפי' כ'בין נישט דארט געווען אבער כ'האב געהערט פין עטליכע בני תורה פין די דערנעבענדיגע סאטמארע כולל וואס האבען זיך אריינגעכאפט אהין, {צווישען אנדערע הגאון ר' הערש לייב בערנשטיין אין הגאון ר' משה רז''פ (דיינים אין עטליכע בתי הוראה אין וומ''ס)}, אבער כ'זעה אז ער האט מיך מקדים געווען מיט א קלארע שפראך.


הרב קרשינסקי שליט"א געט א שיעור אין כולל רמ"א (בנין עסטרייכער, וומס"ב)

דעם היינטיגן נאכמיטאג איז הרב קרשינסקי שליט"א געקומען געבן א שיעור אין כולל רמ"א (בנין עסטרייכער) אין וויליאמסבורג, אויפ'ן איינלאדענונג פונעם חשוב'ן ראש הכולל הרה"ג ר' חיים ישעיה שווימער שליט"א.
{ער איז אן איידעם ביי ר' יונה עסטערייכער וואס האט געבויט דעם בנין, אין  זיין שווער האט נישט געשטערט אז ער רופט אים - מן הסתם האלט זיין שווער נאך ביי דער איד'ס ווערסיע ''אז דער חשובער רב פין לעיקוואד האט געכאפט דעם בית השחיטה אין ק''י מאכיל טרפות'' אין ער ווייסט נישט אז דער חשובער רב איז  דערווייל געווארען א תמיר זונה פאר'ן לייקענען  זייער געבעקסן}
אין דעם כולל געפונט זיך א פארזאמלונג פון סאטמערע חסידים אין וויליאמסבורג (אויך חסידי מהרי"י), וועלכע זענען נישט אינטערעסירט צו הערן וואס די אינטערנעט און צייטונג האט צו פארקויפן, נאר צו הערן פון א כלי ראשון אלעס וואס האט זיך ווירקליך אפגעשפילט אינעם קרית יואל'ן בית השחיטה, כדי צו קענען ריכטיג אפשאצן וואספארא פלייש עס איז טאקע די מערסטע אויסגעהאלטן בכלל, און בפרט אין דער יעצטיגער תקופה. צווישן די אנוועזנדע רבנים זענען געווען הרה"ג ר' חיים קלמן גוטמאן שליט"א דומ"ץ סאוט 8, און הרה"ג ר' ראובן חיים שטיינבערג שליט"א חבר ועד הכשרות דקיט"ל - מהרז''ל.

הרב קרשינסקי שליט"א איז א משגיח פאר די לעיקוואודער פרומער פירמע "חבורה". די פירמע פלעגט צו שחט'ן טשיקענס אין עמפייער, אין די לעצטע ניין חדשים האבן זיי אנגעפאנגען צו פארקויפן פלייש פונעם קרית יואל'ן בית השחיטה אונטער'ן לעבל "מיוחד". ווען מ'האט אים אריינגעפרעגט "פארוואס ער איז געגאנגען קיין קרית יואל?" האט ער געענטפערט, צוליב דעם וואס עס איז זיי זייער שטארק געפאלן דער גאנצער סיסטעם דארט, און די ספעציעלע חומרות און הידורים וואס דער בית השחיטה שטעלט פאר, און וואס עס איז נישט דא אין אנדערע בתי שחיטה. אויף אריינגעפרעגטע פראגעס, האט ער געזאגט אז ער איז נאך אלץ דאס מערסטע צעפרידן פון קרית יואל.

זינט ער איז אין דעם פלאץ האט אים דער רב המכשיר הרה"ג ר' משולם פאלאטשעק שליט"א געשטעלט אים צו געבן פערזענליך א פונקטליכע רעפארט וויפיל ער טרעפט פון אלערליי טרפות וואס מען איז נישט בודק מצד הדין, און דעריבער זענען די אנדערע בתי שחיטה נישט מקפיד דערויף. דאס נעמט אריין "צומת הגידין" און "בוקא דאטמא". אויף פראגעס "פארוואס ער האט בודק געווען?" האט ער געזאגט אז: 1) ער האט אייביג געהאט א ספעציעלער געפיל צו די טרפה פון צומת הגידין וויבאלד דאס איז א הארבערע טרפה. 2) ער פאלגט אלעמאל וואס דער רב המכשיר הייסט אים. און ער האט פארציילט אז אין זיין עקספעריענס אין כשרות האט אים א רב אמאל געהייסן בודק זיין פיפיקלעך, און ער האט בודק געווען פיר מיליאן פיפיקלעך און נישט געטראפן קיין איין איינציגע טרפה.

ער האט קלאר ארויסגעברענגט ווי פאר די ערשטע זעקס חדשים האט ער נישט געטראפן כמעט קיין טרפות פון צומות הגידין, נישט מער ווי עס איז אייביג דא פון יעדע טרפה אין יעדע בית השחיטה, וואס מ'איז נישט בודק דערנאך. נאך די זעקס חדשים האט ער באמערקט ווי עס פאנגט זיך אן צו פארמערן צוביסלעך פון א פערטל פראצענט צו א דריטל פראצענט א האלבע פראצענט א.א.וו. ווי נאר די רבנים המכשירים שליט"א האבן געזען אז ס'ווערט אביסעלע ערענסטערע נאמבערס (וואס דאס איז געווען אנפאנג חודש סיון), און עס איז מער נישט גענוג איין משגיח וואס זאל אלעס בודק זיין, האט אים דער רב המכשיר שליט"א באאויפטראגט אויסצולערנען דעם משגיח הרב שפילמאן שליט"א און נאך עטליכע משגיחים וויאזוי מ'איז דאס בודק, לויט ווי ער האט דאס געלערנט אין ארץ ישראל. און כאטש וואס עס קענען דורכגיין גאנצע טעג אן קיין שום טרפות, האט מען געהאלטן א גרעסערע שטאב ספעציעל צו בודק זיין יעדן איינציגן טשיקן, וואס מיט דעם האט מען שוין זיכער יוצא געווען יעדע חשש לכל הדעות.

שפעטער האט דער סאטמערע רבי  שליט"א, מהר''א באפוילן מ'זאל מוסיף זיין א חומרא און מ'זאל אויפשניידן יעדן איינציגן עוף אין ביידע פוס, אזויווי עס איז איינגעפירט אין ארץ ישראל דורך די עדה החרדית, כאטש וואס די פראצענטן פון טרפות דאהי דערגרייכן בכלל נישט די פראצענטן וואס עס איז מצוי אין ארץ ישראל און אין אייראפא. דער בית השחיטה האט געשפענדעט א סך געלט איינצושטעלן א פולקאמע סיסטעם פון בדיקות, ווי מ'איז בודק יעדן עוף אויפ'ן טיש, און נישט נאר אין די לופטן וואו עס פארט אויפ'ן קייט.

אויף שאלות לגבי אנדערע בתי שחיטה האט ער געזאגט אז ער קען נישט זאגן פאר זיכער צי דער פראבלעם פאנגט זיך אן אין די העטשערי, פון וואו אלע עופות קומען דאך פון איין פלאץ, אדער ביי די פארמס וואס די עופות קומען פון באזונדערע פארמס. און ער האט דערמאנט אז ער האט געהערט אז מ'האט געטראפן דארט א האלבער פראצענט ווען מ'האט בודק געווען. פון די אנדערע זייט האט ער אבער גע'טענה'ט אז עס איז זייער שווער זיך צו פארלאזן אויף בודק זיין נאר עטליכע שעות, וויבאלד די עקספעריענס אין קרית יואל האט געוויזן אז אפילו היינט קען זיין גאנצע טעג וואס מ'טרעפט כמעט גארנישט, למשל היינט מאנטאג האט מען געטראפן ממש געציילטע טרפות פון די צענדליגער טויזענטער וואס מ'האט בודק געווען יעדן עוף באזונדער! אזוי ווייט אז א רב וואס וואלט דאס געזען וואלט געלאכט פארוואס מ'איז דאס אפילו בודק, וויבאלד דאס איז גארנישט מער ווי אין די אלטע צייטן. דאך קענען זיין אנדערע טעג וואס מ'טרעפט גאנצע פראצענטן, וואס אויף דעם איז מען מחמיר יא צו רעכענען פאר א מיעוט המצוי. למעשה האט ער באטאנט אז ער נעמט נישט קיין שטעלונג לגבי אנדערע בתי שחיטה, וויבאלד ער איז נישט דארט געווען פערזענליך.

ווען איינער פון די חברי הכולל האט אנגעפרעגט ביי הרה"ג ר' ראובן חיים שטיינבערג שליט"א צי ער קען ערקלערן פשט אין דעם מודעה וואס דער "ועד הכשרות" פין מהרז''ל האט פובליצירט דעם פארגאנגענעם פרייטאג? האט ער געזאגט אז מ'דארף פרעגן ר' ישי ליבערמאן נ"י.

[הערת הכותב: די קרית יואל'ער שחיטה קויפט נישט פון קיין איינצעלנעם פארם, נאר פינקט ווי אנדערע בית השחיטות קויפן זיי פון א בראוקער וועלכער האדעוועט די טשיקענס אין עטליכע פארמס. די חשבונות וואס מ'האלט אויף די טרפות איבערצייגן אז עס איז נישט מעגליך צו אונטערשיידן צווישן איין פארם און דעם אנדערן, און ממילא איז דאך קלאר אז דער פראבלעם פאנגט זיך אן ביי די העטשערי]






דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-8/9/2009 23:36 לינק ישיר 

ווי ערווארטעט אטאקירן אים די זאלי'ס,
אין ער גיבט זיי נישט קיין געלגענהייט, ווען ער ענטפרט זיי גלייך, אין שפארט אסאך ניוויל פה אין קללות אויף זיין חשבון:

כבוד החברים החשובים.

איך האף אז איר ערווארט נישט פון מיר אז איך זאל זיצן 24 שעה א טאג אויף הייד פארק, און ענטפערן פאר יעדע פראגע נאכאמאל און נאכאמאל. אדער זאל מען צואווארטן ביז איך ענטפער אויף די ערשטע פראגע, אדער זאל מען מיר ביטע שיקן א הודעה אישית.

חשוב'ער ר' ---
1) דער אינגערמאן וואס האט אריינגעפרעגט, האט א הויכע ביבער הוט און אן אראנדזשע בארד (איך קען נישט זיין נאמען), און ער האט כסדר פרובירט צו פארהערן דעם הרב קושינסקי (טאקע אינמיטן זיין רעדן...) מיט די זעלבע סארט אגרעסיע ווי דו צימבלסט מיך דא. ווען איך זאל האלטן אז דו ביסט געווען ביי דעם שיעור, וואלט איך געזאגט אז דו ביסט דאס אליינס געווען.

2) ער האט קלאר געזאגט אז ער איז נאך היינט דאס מערסטע צעפרידן פונעם סיסטעם אינעם קרית יואל'ן בית השחיטה.

3) לגבי וויינלאנד האב איך נישט געהערט אז ער זאל האבן געזאגט אז מ'האט אים איינגעלאדנט. דאס איז אבער יא אמת אז ער האט געזאגט, אז ער קען נישט פראוון אז א בית השחיטה איז ריין פון דעם פראבלעם, נאר אויב ער זעצט זיך אריין דארט פאר א לענגערע תקופה, וואס דאס קען ער דאך נישט טאן. נאר זיין חבר [-הרב פערל] איז נאר געווען דארט עטליכע שעות, וואס דאס מיינט גארנישט [-ווי ערווענט].

4) לגבי דעם רמ"א (פונעם צעטל) האט ער געזאגט 6 טעמים פארוואס עס האט נישט קיין שום קשר צו אונזער נידון. און הרה"ג ר' חיים קלמן גוטמאן שליט"א האט צוגעלייגט אז אפילו אויב ס'איז יא א מיעוט המצוי הייסט עס נישט קיין ריעותא, נאר אויב עס איז דא א ריעותא אין דעם זעלבן טשיקן. איך זע נישט פארוואס די פילסט דיך מחוייב צו פארענטפערן ר' ישי ליבערמאן'ס צעטלעך, אינדערצייט וואס הרה"ג ר' ראובן חיים שטיינבערג שליט"א האט זיך קלאר אפגעשאקלט דערפון.

כבוד-----

ווי איך האב געשריבן ארבעט הרב קרשינסקי אינעם בית השחיטה מטעם "חבורה" פון לעיקוואד, וועלכע נעמט נאך היינט די טשיקן נאר פונעם קרית יואל'ן בית השחיטה. זיין ארבעט אינעם בית השחיטה איז אויסצופאלגן וואס דער בעל מכשיר הרה"ג ר' יהודה משולם דוב פאלאטשעק שליט"א הייסט אים, ווי ער האט ערווענט, און דאס איז פונקטליך וואס ער טוט.




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-9/9/2009 00:17 לינק ישיר 

ווער קען שאפן א קאסעטע פון זיין דרשה



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > כל העולם כולו > הרב קארשינסקי: קר"י פלייש די מערסטע מהודר!
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר

bholext