ח) והנה כאן במדינת אמעריקא, מעולם לא הי' מיעוט המצוי טריפות של צומת הגידין, אמנם בזמן האחרון,ראינו על כמה עופות ריעותא מבחוץ במקום הצומת הגידין, ובמשך כמה וכמה חדשים עמדנו על המשמר על העופות בבית השחיטה פה קרית יואל, וראינו במשך הזמן, שמצוי הריעותא של צומת הגידין מזמן לזמן,דהיינו שהיה זמן שהיה מצויהריעותא בכמה אריזות (לאטס בלע"ז), ואף שלא היה חיוב בדיקה בהם בכל עוף מדין מיעוט המצוי, לפי דעת המשכנות יעקב ודעימיה, מ"מ בדקנו את האריזות שהיה מצוי בהםהריעותא הנ"ל, והבדיקה הי' ע"י ראיה ומישוש בכל עוף, ונעשה ע"י מומחין גדולים, שלא תצא מתחת ידינו עוף שיש בו ריעותא מבחוץ וניכר עכ"פ ע"י מומחה, ולחוש למה שכתב בשו"ת קנה בשם ובשו"ת מנחת יצחק הנ"ל, ועפ"י רוב העוף שהיה ניכר בו ריעותא מבחוץ ונבדק אח"כ, מצאנו שהיה נפסק גיד אחד מהצומת הגידין, וכמה פעמים היה בו לקותא, ואח"כ היה כמה שבועות שלא היה מצוי כמעט כלל, וכמה פעמים אח"כ היה בכמה אריזותמיעוט המצוי הריעותא בהצומת הגידין, ואחר העיון בד' הפוסקים הנ"ל ובשו"ת דבר שמואל הנ"ל שכתב וז"ל ובכגון זה אין לדיין אלא מה שעיניו רואות לתקן ולגדור במקום שהוא שם עכ"ל, ראינו בראשות כ"ק מרן רבינו שליט"א, לתקן תקנה גדולה כפי המצב כעת, שמצוי כמה פעמים ריעותא בצומת הגידין, שבכל האריזות אף שלא ניכר בהעופות כלל, שום ריעותא מבחוץ, יש לבדוק כל עוף בפני עצמו, דהיינו לחתוך בכל רגל העוף ולבדוק הצומת הגידין, להנצל מחשש הנ"ל.ובאעה"ח אלול תשס"ט לפ"ק
הק' געציל בערקאוויטש
א סאך הכל
על העופות בבית השחיטה פה קרית יואל, , שמצוי הריעותא שלצומת הגידין בכמה אריזות (לאטס בלע"ז)-,בכמה אריזות מיעוט המצוי-וכמה פעמים אח"כ היה בכמה אריזותמיעוט המצוי הריעותא בהצומת הגידין כפי המצב כעת, שמצוי כמה פעמים ריעותא בצומת הגידין יש לבדוק כל עוף בפני עצמו,
על העופות בבית השחיטה פה קרית יואל- שמצוי הריעותא שלצומת הגידין
כפי המצב כעת, יש לבדוק כל עוף בפני עצמו
עס איז א זעכערע זאך אז עס מער מהודר צו עסען א זאך וואס דארף מיטאמאל א בדיקה ווי מארוידד אין וויילאנד ווי מען האט בודק געווען אז עס איז נישטא
ווי אנדערע שחיטות ווי עס איז בכלל נישט אין מציאות דער פראבלעם
קרישקלעך אין ראזינקעס
על העופות בבית השחיטה -וואס איז מיט מהודרת?
פה קרית יואל-- (אין אנדערע שחיטות איז ב"ה דער פראבלעם אינגאצען נישט אין מציאות
שמצוי הריעותא שלצומת הגידין בכמה אריזות (לאטס בלע"ז)-, דזשאנק טשיקענס בלע"ז
מיעוט המצוי הריעותא בהצומת הגידין - מיינט אז ער האט ליידער געקענט נכשל ווערן אין א ספק טריפות
יש לבדוק כל עוף בפני עצמו-ביז דער שוטה רשע וגס רוח וואס האט מבזה געעוען מתים- וועט זיך איין טאג זאגן אז דער שפיעל איז אריבער ( ווער האט אין אזא איינעם א נאמנות אויף כשרות?
כפי המצב כעת- זאל מען נישט עסען פין די קרית יואל שחיטה נאר פין א פלאץ ווי עס איז נישט דא דער פראבלעם
תוקן על ידי מיכל_וואלף ב- 09/09/2009 19:37:09
נשלח ב-9/9/2009 00:40
סארא חוצפה פון ר' געצל אזוי צו שרייבן איך מיין אז ער איז שוין יעצט אויטאמאטיש אויסגעשלאסן
נשלח ב-9/9/2009 01:11
איך פארלאז זיך אויף די אינטעליגענץ פון די שרייבער דא, נישט צו באנוצן זיך מיט די היטלעריסטישע שפראך אויף רבנים ווי דער נארונישער פורום באנוצט זיך.
און יעצט צום בריוו פון הגאון רבי געציל שליט"א:
דער באנצער בריוו באציט זיך צו א פראבלעם וואס באשטייט אין קרית יואל (לויט ווי ער שרייבט).
פונעם צווייטן ביז צום פארלעצטן פערעגרעף זענען ציטאטן פון ספרי הלכה. ביים לעצטן פערעגרעף באציט זיך דער דיין שליט"א צום ק"י פראבלעם און שרייבט אז עס איז גוט די תקנה וואס מען האט איינגעפירט אין ק"י בית השחיטה בודק צו זיין יעדן עוף. ער דערמאנט אפילו דעם "געוועזענעם ק"י רב", אבער קיין ווארט נישט אז עס איז גוט למהדרין מן המהדרין און "ויאכלו ענוים וישבעו".
נשלח ב-9/9/2009 16:49
ועד משמרת למשמרת
תוקן על ידי מיכל_וואלף ב- 09/09/2009 19:35:35
נשלח ב-9/9/2009 16:50
תוקן על ידי מיכל_וואלף ב- 09/09/2009 19:35:01
נשלח ב-9/9/2009 17:11
נאך אפאר רבנים זוכה געווען ארויף צו גיין אויף די Black List פונעם געוועזענעם.
נשלח ב-9/9/2009 17:33
די גרויסע "רבנים" (?) דא האבן פארזעהן די אפענע רמ"א? פארוואס רעדן זיי אזוי פארווע? פארוואס ברענגען זיי ארויס ווי גוט מ'איז בודק אין קר"י? פארוואס פארציילן זיי נישט אז "ליידער" מוז מען מען אין קר"י בודק זיין וואס דעריבער ווערט עס א מער שאלה'דיגע בית השחיטה כלשונכם?? זאת ועוד, פארמעגליך האט לעצטנס געהאט אנטדעקט אמעריקא אז די בודקים אין קר"י אויף די צומות הגידין זענען אומפראפעסיאנאל און פלענע נידריגע קלאס ארבייטער, ווי וואגן זיך די חותמים דא צו שרייבן "העמידו השגחה קפדנית ומהודרת"???
ליבערשט לייג זיי ארויף אויף די בלעק ליסטע פונעם אויפגעקומענעם!....
(בנוגע די אנדערע בתי שחיטה איז שוין עטליכע מאל ארויסגעברענגט געווארן אז ווילאנג מ'איז נישט בודק טעגליך באופן תמידי קען מען גארנישט וויסן. אין קר"י איז אויך דא טעג וואס מ'טרעפט גארנישט והדברים עתיקים).
נשלח ב-9/9/2009 17:45
copy copy
פה קרית יואל-- (אין אנדערע שחיטות איז ב"ה דער פראבלעם אינגאצען נישט אין מציאות
שמצוי הריעותא שלצומת הגידין בכמה אריזות (לאטס בלע"ז)-, דזשאנק טשיקענס בלע"ז
יש לבדוק כל עוף בפני עצמו-ביז דער שוטה רשע וגס רוח וואס האט מבזה געעוען מתים- וועט זיך איין טאג זאגן אז דער שפיעל איז אריבער ( ווער האט אין אזא איינעם א נאמנות אויף כשרות?
כפי המצב כעת- זאל מען נישט עסען פין די קרית יואל שחיטה נאר פין א פלאץ ווי עס איז נישט דא דער פראבלעם
נשלח ב-9/9/2009 19:38
הגאון האדיר שר התורה פוסק הדור מנחם מענדל החונה פה הייד פארק
די האלטס באמת אז אזא ליידיגייער ווי דיר קען מחליט זיין אויב די רבנים האבן פארזען? מיר זעט ענדערש אויס אז ס'רעדט זיך דא פון נאך א פאלנער ארויני, אויב זאגן די רבנים אנדערש ווי ס'שמעקט פאר מיין סבלן הגה"ק אהרן טייטלבוים זענען די רבינם "עמי הארצים" "פארזעערס" "ווער האט זיין געפרעגט" וכדו'.
קען מיר א ארויני אזוי גוט ענטפערן אויב אהרן האט שוין תושבה געטון פאר די ליגענט וואס ער האט געזאגט ברבים אז די פראבלעם געפינט זיך אין "אלע" בתי שחיטה? (בפרט אין די צייט וואס ער האט נישט בודק געווען)ץ
נשלח ב-9/9/2009 19:42
צו נעמען א בריוו פון א רב, און צעלייגן מיט דקדוקים און ליצנות אזויווי מ'האט דא געטאן, איז בגדר בזיון תלמיד חכם.
לגבי די בריוו פון "משמרת למשמרת" האט מיר איינער פון די חותמים בפירוש געזאגט זיין מיינונג: אז עס איז ענדערשער צו ניצן פון קרית יואל ווי איידער פון וויינלאנד. 1) סיי ווייל בודק זיין יעדעס איינע איז זיכערער ווי זיך צו פארלאזן אז עס איז נישטא קיין מיעוט המצוי. 2) און סיי וועגן די אנדערע געוואלדיגע הידורים וואס זענען נאר דא ביי קרית יואל'ער פלייש.
למעשה זענען די אלע אנווייזונגען וואס זיי געבן, נישט מער ווי א ליקוט פונעם ספר "עמודי שש" פון הרה"ג ר' אברהם רובין שליט"א פון רחובות, וועלכער איז באמת א בקי אין צומת הגידין. (פונקט ווי ביי די ווייץ פרשה, האט איינער פון די חותמים געמאכט א ליקוט פונעם ספר "קציר חיטים"). די רבנים החותמים זעלבסט האבן נישט קיין שום אייגענע בקיאות אין צומת הגידין, נאר וויפיל זיי האבן זיך צוגעלערנט אין קרית יואל.
נשלח ב-9/9/2009 19:55
דער_פיסק
אלע רבנים וואס זענען אינטערגעשריבן אויף דעם בריוו פון משמרת האבן מער עקספיריענטס אין שחיטה ווי דער סבלן הגה"ק אהרן טייטלבוים. און ר' געציל בערקאוויטש נ"י
זיי האבן געבן שוין יארן לאנג השגחה אויף אינטערנאשענאל און הגה"ק איז א גרינער אין די ליין, ער איז אנגעקומען אלס א אומוויסענדער ווען ענק האבן געגרינדעט די ק"י שחיטה. און בנוגע ר' געציל נ"י, ער האט עקספיריענס נאר "ממליחה ואילך" נאך פון די צייטן ווען ק"י בוטשער האט פארקויפט וויילאנד, עד היום הזה איז ער "נישט" דער בעל מכשיר אויף ענקער שלאכט הויז.
למעשה שרייבן די רבנים אז נאך גוטע חקירה ודרישה אין דעם גאנצן נושא שטעלט זיך ארויס אז וויינלאנד האט נישט ביזדערווייל קיין שום פראבלעם מיט צומת הגידין און עס פעלט זיך נישט
אויס דארט קיין בדיקה, אין קרית יואל ווי עס איז יא גיווען פראבלעמען איז מען טאקע שוין זייער גוט בודק
די זעלבע זאך שרייבט הג''ר הלל וויי''ב שליט''א פון התאחדות הרבנים אז וויינלאנד און די אנדערע היימישע בית השחיטות האבן נישט קיין שום פראבלעם ווייל צומת הגידין איז בכלל נישט מצוי,
דאס איז אין קאנטראסט וואס ר' אהרן האט געזאגט כ''ו אב ברבים אז אלע בית השחיטות זענען געפלאגט מיט דעם פראבלעם און אלע אהרונים שווערן זיך אזוי און מיט דעם זענען זיי מוציא לעז אויף אונזער פלייש אז עס איז חלילה ספק טריפה רח''ל,
ביזדערווייל האט נאך קיינער נישט אונטערגעשטיצט זיין מיינונג אויסער אפאר היידפארק שרייבערס און ווי עס שיינט האט ר' אהרן פשוט געוואלט אנשמירן זיין פראבלעם
אויף אנדערע בית השחיטות און דאס איז זייער נישט קיין שיינע זאך און דארף א תירוץ.
נשלח ב-9/9/2009 22:16
איך האב היינט געפרעגט ר' געציל וועלכע איז חשוב'ער מזוזות פון א סוחר ווי ס'איז בכלל נישט דא דעם פראבלעם פון מזוזות וואס מ'האט געפרינט אדער אין א פלאץ ווי ס'איז יא דא נאר מ'איז בודק "יעדע" מזוזה "עקסטער"
האט ער מיר גענטפערט אז זיכער איז בעסער פון א פלאץ ווי ס'איז נישט דא דעם פראבלעם בכלל, ווייל אזוי לאזט מען זיך בכלל נישט אריין אין די שאלה משא"כ אין א פלאץ ווי זיי אליינס זענען מודה אז ס'איז דא דארף מען א עקסטער סייעתא דשמיא אז א בודק זאל נישט מאכן א טעות וכדו'
האב איך אים געפרעגט מאי שנא כאן ומאי שנא ק"י פלייש
איז ער געבליבן שטיל, האב איך פראבירט צו שטיפן און איך האב געזאגט "נא" האט ער מיר גענטפערט "איך האב דיר שוין גענטפערט"
איך מיין קאמענטארען זענען איבריג.
תוקן על ידי עטגאסט ב- 09/09/2009 22:17:52
נשלח ב-9/9/2009 23:58
הרה"ג ר געציל בערקאוויטש שליט"א
אמנם בזמן האחרון,ראינו על כמה עופות ריעותא מבחוץ במקום הצומת הגידין
ריעותא מבחוץ ?
נשלח ב-10/9/2009 00:54
עלובה עיסה שנחתומה מעיד עליה, עס איז ליידער א ביטערע פרשה, אידן זענען נכשל געווארן אין מאכלות אסורות, עס איז נישט גוט צו רעדן צופיל פון די פרשה פאר די ימי הדין,
דער מוסר השכל וואס מען דארף ארויסנעמען איז, אז ווען מען זוכט צו לאכן פון צדיקים הקודמים, און מען מיינט עס מען קען זיין בעסער פון זיי, האט מען נישט קיין סיעתא דשמיא, ממילא פאלט מען אדורך,