|
|
| נשלח ב-10/9/2009 01:45 |
|
| |
זאג נישט קיין מוסר דא,
איז עס כשר צו טריפה?
|
|
|
|
| נשלח ב-10/9/2009 04:44 |
|
| |
מ'האט געשריבן קושיות אין מיין ריכטונג, אבער מ'האט נישט געווארט פאר קיין תירוץ, נאר געשריבן ווייטער און ווייטער. איך ווייס נישט וואס די כללי אנושית דא זענען. איך דארף נאך ענטפערן אדער נישט?
|
|
|
|
| נשלח ב-10/9/2009 04:47 |
|
| |
הוי זהיר בגחלתן גייט דא אויך אן
|
|
|
|
| נשלח ב-10/9/2009 04:47 |
|
| |
גחלתן פון וועמען?
|
|
|
|
| נשלח ב-10/9/2009 04:55 |
|
| |
אנטשלדיגט עס איז בטעות אריין געקומען דא
איך האב עס שוין געלייגט אויפן פלאץ
|
|
|
|
| נשלח ב-10/9/2009 04:58 |
|
| |
וואס איז געבליבן לגבי מיין שאלה?
|
|
|
|
| נשלח ב-10/9/2009 05:25 |
|
| |
לעצטענס ביי עטליכע חתונות האב איך באמערקט א צעטל אז די פלייש פאר די חתונה קומט נאר פון די מהודר'דיגע שחיטה וואס נעמט נישט פון קר"י, אין קאנטינענטאל זאל האט ארויס געשטעלט דאס צעטל ביי די סינקס, האט דער בעל הבית פון קר"י בית השחיטה אנגערופן זיין ברודער דער בעל הבית פון קאנטינענטאל און האט אים פארגעהאלטן מילא אז די קויפסט מער נישט קיין קרית יואל פלייש פארשטיי איך אז די דארפסט פאר פרנסה ווען רוב קליענטן פארלאנגען דאס אויסדריקלעך נישט קרית יואל, אבער פארוואס לייגסטו אזא צעטל די מאכסט דאך שאדן פאר דעם בית השחיטה, האט דער ברודער געענפערט אז די מחותנים פארלאנגען דאס,
אפשר וואלט ער ענדערש געדארפט אויפהענגן ר' געצל'ס תשובה,
|
|
|
|
|
| נשלח ב-10/9/2009 19:30 |
|
| |
עס האלט אין איין ווערן קלארער און קלארער אז דער גאנצער צומת הגידין פראבלעם איז נאר א פראבלעם מיט די קרית יואלע טשיקענס, אזוי באשטעטיגן אלע רבנים, שוחטים , בודקים וועלעכע האבן גענומען די מיה אראפצופארן בודק זיין אין די אנדערע בית השחיטות ווי מען האט יעדעם אריינגעלאזט אן קיין אויסנאם, און חוץ די היידפארק שרייבערס האט נאך קיינער נישט געזאגט אנדערש אפילו נישט זייער אייגענער דיין ר' געצל שליט''א!
ומלאך רע יענה אמן ר' אהרן אין א שמועס מיט הגאון ר' יחזקאל ראטה שליט''א איז זיך מודה אז די פראבלעם שאפט זיך נאר אין זיין בית השחיטה צוליב דער פלאץ פון ווי מען נעמט זייערע עופות עיי' שולחן מלכים, לויט דעם צופאלט ווי א זייפן בלאז זייערע אלע שקרים און בלבולים ווי זיי פרובירן אראפצולייגן אז דער פראבלעם איז איבעראל און דארט ווי מען איז נישט בודק איז ספק טריפה רח''ל.
נאך מער ער זאגט דארט אז אין אנפאנג אפילו נאכן כאפן דעם פראבלעם האט מען געמאכט נאר א בדיקת חוץ א שוואכע סארט בדיקה און ערשט שפעטער האט מען אנגעהויבן געהעריג בודק צו זיין גרונטליך, דאס טייטש אז אזוי שפעט ווי פר' תצא האט מען נאכנישט בודק געווען ווי עס ברויך צו זיין רח''ל.
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-10/9/2009 19:58 |
|
| |
אויב אזוי פארוואס עסט ר' זלמן לייב פיליפ דוקא ק"י שחטה?
פארוואס האט ר' שמעון כ"ץ געהייסען נעמען דוקא נאר פון ק"י?
נישט אז זיי זענען מיינע דיינים... און אז זיי וועלן מארגען זאגען אנדערש מיינט עס ביי מיר זיראו! נאר לויט דיר... דאס איז דאך שוין דיינע דיינים... פארוואס הייסען זיי אלע נעמען פון ק"י דייקא?
און פארוואס וויסען אלע אלע דיינים, רבנים אז ק"י שחיטה איז דאס מהודר'דיגסטע וואס כלל ישראל פארמאגט! ספעציעל יעצט ווען די אנדערע שחיטות דרייען ארום מיט תירוצם און לייקענען א פאקט לאמר- אז ביי זיי איז בכלל נישטא די פראבלעם, און די צייט וואס די אגריקולטור דעפארטמענט האט איינגעזעהן דעם פראבלעם, און זיי נעמען די טשיקענס פון די זעלבע פלאץ ווי ק"י (דאס ווארט דזשאנק טשיקענס איז סתם א הייד פארק אויסטרעף)???? פארוואס???
פארוואס איז נישטא קיינער (איך רעד נישט פון דער איד און הייד פארק) וואס זאל זאגען אז ק"י שחיטה איז מיט איין דרגא שוואכער ווי א צוויטען? אבער פארקערט אז ס'איז בעסער זאגען יא אלע רבנים וואס קומען אהין עס קוקען???
פארוואס???
|
|
|
|
| נשלח ב-10/9/2009 20:10 |
|
| |
געדענק, דאס איז די ערשטע שאלה וואס ענקער לויער זאל פרעגן ר' זלמן לייב פיליפ היתכן ער עסט נאר די פלייש מהודרת און הייסט כשר'ן אלע כלים פון די מליחה ואילך שחיטה,
|
|
|
|
| נשלח ב-10/9/2009 20:20 |
|
| |
איי עם סארי....
כ'האב געמיינט אז איינער וויל באמת וויסען,
עטץ ווילטץ ענק סתם אינטערהאלטען מיט שטותים? און רעדן נישט צו די זאך און טרייען צו ענטפערן גוט???
זייטס מיר געזונט!!!
|
|
|
|
| נשלח ב-10/9/2009 20:27 |
|
| |
ניין די ווילסט נישט רעדן צו דער זאך....ענד יו קען בי סארי... ווייל ווען די ווילסט רעדן צו דערזאך פארקויפסטו נישט קיין געבעקסן דא אז רז"ל פיליפ עסט נאר קרית יואל פלייש, געבעקסן פארקויפט מען אין די בעקעריי פארום, יעדער ווייסט דא אז עס איז שקר, אונז בלייבן געזונט אן דיר אויך!!!
איי אנדערסטענד יור פעין.
|
|
|
|
| נשלח ב-10/9/2009 20:45 |
|
| |
| געדענק כתב: |  | אויב אזוי פארוואס עסט ר' זלמן לייב פיליפ דוקא ק"י שחטה? שקר
פארוואס האט ר' שמעון כ"ץ געהייסען נעמען דוקא נאר פון ק"י? שקר
נישט אז זיי זענען מיינע דיינים... און אז זיי וועלן מארגען זאגען אנדערש מיינט עס ביי מיר זיראו! נאר לויט דיר... דאס איז דאך שוין דיינע דיינים... פארוואס הייסען זיי אלע נעמען פון ק"י דייקא? זיי הייסן נישט!
און פארוואס וויסען אלע אלע דיינים, רבנים אז ק"י שחיטה איז דאס מהודר'דיגסטע וואס כלל ישראל פארמאגט!
קודם כל נישט אלע רבנים וויסן דערפון נאר דיינים, רבנים וואס ליינען הייד פארק וויסען דערפון. און די סיבה פארדעם איז ווייל מיר האבן נישט קיין פראסטע שקרנים אזוי ווי יונה\בשמחה\ארגינעלער דעריבער מיינען אלע "רבנים, דיינים" פון הייד פאר אז ס'איז מהודר.
ספעציעל יעצט ווען די אנדערע שחיטות דרייען ארום מיט תירוצם און לייקענען א פאקט
ס'איז קיין פאקט נישט געווען ס'זאל אויספעל צו לייקענען סך הכל האט דיין רבי "סבלן הדור" הגה"ק אהרן טייטלבוים זיך נישט געשעמט צו זאגן ברבים א פראסטער שקר אז די פראבלעם איז דא "אין אלע" בית השחיטה'ס - אן דעם וואס ער זאל דאס אפילו בודק זיין, קודם לאזט מען די מויל רינען - כדי זיך צו ריינוואשן, זיין שקר מאכט דאס נאך נישט פאר א פאקט בפרט ווען די רבנים וואס האבן יא בודק געווען זאגן אז ס'איז א שקר
לאמר- אז ביי זיי איז בכלל נישטא די פראבלעם, און די צייט וואס די אגריקולטור דעפארטמענט האט איינגעזעהן דעם פראבלעם,
דאס איז א בלאט מעשה - די אגריקולטור האט אויך איינגעזעהן דעם פראבלעם פון שוויין פלו, דאס מיינט אבער נישט אז ס'געפינט זיך אין וויילאנד'ס טשיקענס.
און זיי נעמען די טשיקענס פון די זעלבע פלאץ ווי ק"י שקר
(דאס ווארט דזשאנק טשיקענס איז סתם א הייד פארק אויסטרעף)
אפילו דיינע חברים דא אויף הייד פארק האבן מודה געווען אז זיי נעמען "נישט" פון דארט ווי וויילאנד נעמעט.
???? פארוואס???
פארוואס איז נישטא קיינער (איך רעד נישט פון דער איד און הייד פארק) וואס זאל זאגען אז ק"י שחיטה איז מיט איין דרגא שוואכער ווי א צוויטען?
ס'איז יא דא, דאס איז הר"ר געציל בערקאוויטש נ"י און הרבנים הגאונים חברי הבדץ משמרת למשמרת
אבער פארקערט אז ס'איז בעסער זאגען יא אלע רבנים וואס קומען אהין עס קוקען???
למשל דער קלויזענבורגער פון נתני' וואס האט אין זיין לעבן קיין שחיטה נישט געלערנט? ווער? נעמען ביטע אבער נישט פון שוואכקייט פולע רבי'ס וואס זענען הינגעריג פאר פיקטשער'ס, נעמען ביטע.
|
|
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-10/9/2009 20:52 |
|
| |
די מעשה האט זיך אנגעהויבן ביי די ת.ש.מ.מ'ס
עיי' עמק הבכא להרה"צ רבי משה דוב הלוי בעק שליט"א
|
|
|
|
| נשלח ב-10/9/2009 21:06 |
|
| |
געדענק דו פרובירסט צו לייקענען א פאקט מען האט בודק געווען טויזענטער עופות אין וויינלאנד דורך מומחים און מען האט זיך איבערצייגט אז דארט איז נישט דא דער פראבלעם פון צומת הגידין אזוי זאגט עדות הגאון רבי הילל וויינבערגער שליט''א און אזוי שרייבט דער בי''ד משמרת למשמרת א קאליציע פון חשובע רבנים וועלעכע זענען אומפארטייאיש און האבן נישט קיין שום נגיעות דערין אלע זאגן פה אחד אז נאכן בודק זיין א לענגערע צייט הונדערטער טויזענטער עופות דורך מומחים שטעלט זיך ארויס קלאר אז די אנדערע בית השחיטות האבן נישט דעם פראבלעם נאר קרית יואלע עופות דארפן ווערן נבדק און ר' אהרן אליין האט דאס מודה געווען אין א שמועס פאר הגאון ר' יחזקאל ראטה שליט''א.
און עטס האלטס אין איין איבערזאגן דעם שקר אז דער פראבלעם איז איבעראל און קרית יואל האט גאר א חומרא אז מען איז בודק דאס איז א שקר גס זייטס מודה על האמת אז עס איז דא א ערנסטע פראבלעם וואס קיינער האט נישט געדארפט וויסן און מען איז עס טאקע בודק כהלכה פארוואס איינרעדן פארן עולם באבקעס? פארוואס???
|
|
|
|
|