|
|
| נשלח ב-11/9/2009 20:34 |
|
| |
געדענק
דו פרובירסט אונז צו באשולדיגן אז מיר האלטן אז קרית יואל פלייש איז חלילה טריפה
חס ושלום
אין דער איד איז דאכט זיך איז אויך נאר געשטאנען אז עס איז א שאלה פון כשר'ן
כלים דער תירוץ אויף די שאלה האט ר' זלמן לייב אודאי געוואוסט אז אין ערגסטן
פאל איז עס נישט מער ווי א מיעוט המצוי און מען דארף נישט כשר'ן קיין כלים,
|
|
|
|
| נשלח ב-11/9/2009 20:55 |
|
| |
ער איז גערעכט און וואס איך שרייב גלוי וידוע לכל מיינט נישט צו זאגן אז סי בי עס מעלדט עס יעדער צען מיניט, איך מיין אזויפיל אז רבנים וואס האבן עוסק געווען דעראין, למשל די התחאחדות און די משמרת כשרות, זיי שרייבן א בריוו לידיעת הרבים, מיינט דאס ידוע לכל, חוץ ווער עס וויל עס נישט ליינען דוקא, אדער וויל עס נישט גלייבן מאיזה סיבה שהוא, אבער דער אדרעס איז קלאר און אפען, רבנים וואס זאגן אז זיי האבן בודק געווען,
בנוגע ר' זלמן לייב פיליפ שליט"א, איז אבסורד צו שרייבן אז ער עס נאר קרית יואל שחיטה, מיט א ריאה פון א קעכער אין פליישמאן, ווייל אפילו אויב עס איז אמת אז זיין משפחה האט געקויפט ביי דעם קעכער איז נאכנישט קיין באווייז אז ער האט דאס געגעסן און אפילו אויב יא איז זיכער נישט וווייל ער איז מקפיד דערויף, די זאגסט דאך אליין אז קיין אנדערע פלייש איז נישטא דארט,
ובנוגע די שאלה פון כשר'ן כלים, פארשטיי איך אז מען רעדט פון די פלייש וואס מען האט געקאכט די לעצטע פאר יאר פון קרית יואלע שחיטה וואס האט א שאלה פון טריפה, איידער מען האט אנגעהויבן בודק זיין וואס לכאורה איז די שאלה סאך ווייניגער, און רז"ל פיליפ האט דאך לכאורה לויט דיין מעשה געקויפט שוין נאכן בדיקה, ווייס איך נישט וואס דיין קשיא איז,
ובכלל איז דער גאנצע מעשה געבויט אויף א קעכער פון פליישמאן'ס וואס זאגט אז ער האט דארט געקויפט, עס מוז דאך נישט זיין אמת, עס איז דא א גאנצער שטאב מיט בעקערס אין שכינות וואס פארקויפן יעדע מיניט מעשיות וואס איז נישט געשטויגן און נישט געפלויגן,
 |
|
|
|
|
|
| נשלח ב-13/9/2009 19:34 |
|
| |
העלד
וואס וואלסטו געזאגט ווען עס וואלט געשטאנען אין די בלאט אז עס איז א "שאלה" צי מ'דארף כשר'ן די כלים פון וויינלאנד פלייש? (אפשר איז שוין געשטאנען? איך ווייס נישט, איך ליין נישט קיין צייטונגען)
אגב וואלט עס זיך פיל בעסער געלייגט אויפ'ן שכל. דאס אז מ'איז בודק אין קרית יואל, איז דאך יעדער מודה, ממילא פארשטיי איך נישט וויאזוי עס קען זיין א שאלה אויף די פלייש וואס מ'האט בודק געווען. דאס אז אין וויינלאנד קומט נישט אריין קיין טשיקענס וואס האבן נישט דעם פראבלעם, לאזט זיך נאך דעבאטירן.
|
|
|
|
| נשלח ב-13/9/2009 21:59 |
|
| |
אין בלאט ווען די סאטמארע בוטשער האט נישט גענוצט צוליב סיבות
בידיעת ובהסכנת הרבניםנישט גענוצט קיין שטיינזאלץ וואס איז לכל
הדיעות נאר א חומרא פון רביה''ק זי''ע איז עס געווען עטליכע וואכן
אויפן פראנט פעיזש און דערנאך געלאפן וועכענטליך גאנצעטע ארטיקלען
צומאל מיטן שארפן קעפל פון "כל חלב וכל דם לא תאכלו"
איך האב פשוט געלאכט וויאזוי שמואל מאכט פרטאש פון זיינע קיען
און ניצט אויס זיין תמימותדיג'ן עולם צו מאכן גענאר פון זיי
לאמיר זיך נאר מצייר זיין די מציאות פארקערט ווען מען טרעפט ווען דעם צומת הגידין
פראבלעם אין וויינלאנד און רבנים און מומחים באשטעטיגן אז קרית יואל איז ריין דערפון
וויאזוי וואלט דער בלאט אויסגעקוקט??
איך קען זיך ניטאמאל פארשטעלן אוי וואס שמואל קען מיט ענק מאכן
א רחמנות אויף אייך!
|
|
|
|
| נשלח ב-13/9/2009 22:14 |
|
| |
פוסק שרייבט
אגב וואלט עס זיך פיל בעסער געלייגט אויפ'ן שכל. דאס אז מ'איז בודק אין קרית יואל, איז דאך יעדער מודה, ממילא פארשטיי איך נישט וויאזוי עס קען זיין א שאלה אויף די פלייש וואס מ'האט בודק געווען. דאס אז אין וויינלאנד קומט נישט אריין קיין טשיקענס וואס האבן נישט דעם פראבלעם, לאזט זיך נאך דעבאטירן.
פוסק נעמסט אן א מציאות וואס דו ווילסט און וואס נישט זאגסטו לאזט זיך דעבאטירן
דאס אז מען איז בודק אין קרית יואל כהלכה
נעמסטו אן פאר א מציאות פארוואס ווייל די דארטיגע רבנים
און שוחטים זאגן אזוי, ווי אויך איז עס באשטעטיגט געווארן פון פרעמדע רבנים,
אבער אז אז אין וויינלאנד קומען נישט אריין קיין טשיקענס
מיטן פראבלעם דאס זאגסטו לאזט זיך שוין דעבאטירן
פארוואס?
זייערע רבנים זאגן פונקט אזוי אז עס איז נישטא קיין פראבלעם
דארט און אויך פרעמדע רבנים באשטעטיגן אזוי
ממילא מאי שנא??
אפשר איז די מעשה פארקערט דאס אז אין וויינלאנד איז נישטא קיין פראבלעם
איז דאך באשטעטיגט פון מומחים נאכן בודק זיין הונדערטער טויזענטער עופות
אבער אז מען איז בודק כהלכה אין קרית יואל לאזט זיך שוין דעבאטירן
|
|
|
|
| נשלח ב-15/9/2009 21:23 |
|
| |
זייער פשוט. דאס אז מ'איז בודק כהלכה אין קרית יואל ווערט באשטעטיגט דורך יעדן רב וואס באזוכט דארט, ואני הקטן בכללם. דאס וואס איר שרייבט אז מ'האט בודק געווען הונדערטער טויזענטער עופות אין וויינלאנד, איז פשוט שקר. קיינער האט נישט בודק געווען דעם צאל (אפשר קענט איר שרייבן וויפיל טשיקענס "וויינלאנד" שחט אין א גאנצע וואך?). וויפיל מ'האט יא בודק געווען, איז לפענ"ד נישט גענוג אויף צו באשטעטיגן אז עס איז נישטא אין אנדערע טעג. ווייל קרית יואל האט במשך "גאנצע" טעג אין א צי, בודק געווען און גארנישט געטראפן, און אין דעם נעקסטן טאג איז געווען היבש א סך, טראץ דעם וואס די טשיקנס זענען געקומען פון דעם זעלבן פארעם.
איך האב שוין דאס געשריבן אמאל. מ'וואלט געדארפט מאכן לינקס צו אלעם וואס איז שוין געשריבן געווארן, ווייל איך האב נישט קיין כח איבערצושרייבן די זעלבע זאך נאכאמאל און נאכאמאל.
אין קרית יואל קומען יעדן איינציגן טאג באזוכן עטליכע רבנים, אין וויינלאנד - זייט אנפאנגט שערוריה - זענען נאר געווען רבנים וואס קויפן וויינלאנד טשיקנס, און פאקן עס אונטער זייער לעבל. קיין שום "פרעמדע" זענען נישט אריינגעלאזט געווארן, און האבן גארנישט באשטעטיגט. נאכאמאל, "איר" מעגט זיי גלייבן, איך (אין ליכט פון די אינפארמאציע וואס איך באזיץ) גלייב זיי נישט. ליידער.
לגבי דעם נושא פון וואס דער איד אדער דער בלאט האט געשריבן, איז באמת נישט מיין עסק, כ'שרייב דאס נאר לויט וויפיל אינפארמאציע איך זע דא. צווישן אונז גערעדט, איז גענוג דער בלוטיגער קעפל פון דעם דאזיגן אשכול.
לויט וויפיל איר שרייבט נאך פון "דער בלאט" "כל חלב וכל דם לא תאכלו" דאס איז באמת נאר א ליידיגע פראזע, ווילאנג עס איז נישט געשטאנען במפורש אז עס איז א שאלה אויף די פלייש, הגם דאס איז אויך אן עולה. אבער לויט ווי איך הער איז געשטאנען אין "דער איד" אז מ'איז מאכיל נבלות וטרפות בשאט נפש. דאס איז א (לפענ"ד) א שרעקליכער חטא, וואס קען נאר מכופר ווערן ווען דער שרייבער וועט מקבל נזיפה זיין ביי אלע רבנים וועלכע געבן השגחה און נעמען פלייש פאר זייערע קהילות פון קרית יואל בית השחיטה (כולל הגה"צ ר' חיים יהושע האלבערשטאם שליט"א, און הרה"ג ר' יצחק שטיין שליט"א).
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-15/9/2009 22:50 |
|
| |
דער פוסק שרייבט
זייער פשוט. דאס אז מ'איז בודק כהלכה אין קרית יואל ווערט באשטעטיגט דורך יעדן רב וואס באזוכט דארט, ואני הקטן בכללם. דאס וואס איר שרייבט אז מ'האט בודק געווען הונדערטער טויזענטער עופות אין וויינלאנד, איז פשוט שקר
. ווייטער וואס דו ווילסט נישט איז שקר משמרת למשמרת שרייבט יותר ממאה אלף עופות, התאחדות האט אויך בודק געווען אין די שווערע טויזענטער
קיינער האט נישט בודק געווען דעם צאל (אפשר קענט איר שרייבן וויפיל טשיקענס "וויינלאנד" שחט אין א גאנצע וואך?). וויפיל מ'האט יא בודק געווען, איז לפענ"ד נישט גענוג אויף צו באשטעטיגן אז עס איז נישטא אין אנדערע טעג. ווייל קרית יואל האט במשך "גאנצע" טעג אין א צי, בודק געווען און גארנישט געטראפן, און אין דעם נעקסטן טאג איז געווען היבש א סך, טראץ דעם וואס די טשיקנס זענען געקומען פון דעם זעלבן פארעם.
וועמען דארף איך דא גלייבן? אז נישט די פירערשאפט פון דעם בית השחיטה וואס געבן ארויס די ציפערן און זאגן פון וועלעכע פארם מען נעמט עס?
איך האב שוין דאס געשריבן אמאל. מ'וואלט געדארפט מאכן לינקס צו אלעם וואס איז שוין געשריבן געווארן, ווייל איך האב נישט קיין כח איבערצושרייבן די זעלבע זאך נאכאמאל און נאכאמאל.
אין קרית יואל קומען יעדן איינציגן טאג באזוכן עטליכע רבנים, אין וויינלאנד - זייט אנפאנגט שערוריה - זענען נאר געווען רבנים וואס קויפן וויינלאנד טשיקנס, און פאקן עס אונטער זייער לעבל. קיין שום "פרעמדע" זענען נישט אריינגעלאזט געווארן, און האבן גארנישט באשטעטיגט. נאכאמאל, "איר" מעגט זיי גלייבן, איך (אין ליכט פון די אינפארמאציע וואס איך באזיץ) גלייב זיי נישט. ליידער.
דו גלייבסט זיי נישט נאר וועסט ענדערש גלייבן אז עס איז דא דארט א מצוידיג'ע פראבלעם פון טריפות און די אלע רבנים האבן זיך אפגעשמועסט צו מאכן א גרויסע קאוועראפ און מכשיל זיין דעם ציבור
רבוש''ע דו גלייבסט דאס??
לגבי דעם נושא פון וואס דער איד אדער דער בלאט האט געשריבן, איז באמת נישט מיין עסק, כ'שרייב דאס נאר לויט וויפיל אינפארמאציע איך זע דא. צווישן אונז גערעדט, איז גענוג דער בלוטיגער קעפל פון דעם דאזיגן אשכול.
לויט וויפיל איר שרייבט נאך פון "דער בלאט" "כל חלב וכל דם לא תאכלו" דאס איז באמת נאר א ליידיגע פראזע,
איך פארשטיי דיר נישט כל חלב וכל דם אויף א חומרא פון רביה''ק איז סתם א ליידיגע פראזע, אבער אז עס איז א שאלה אין די צייט ווען עס רעדט זיך טאקע פון א מצוי פראבלעם פון טריפות דאס איז שוין געפערליך קאם אן
ווילאנג עס איז נישט געשטאנען במפורש אז עס איז א שאלה אויף די פלייש, הגם דאס איז אויך אן עולה. אבער לויט ווי איך הער איז געשטאנען אין "דער איד" אז מ'איז מאכיל נבלות וטרפות בשאט נפש.
שקר
דו שרייבסט אזוי אויף וויינלאנד אז דו גלייבסט נישט קיין איין רב וואס האט געשריבן אז דארט איז נישט דא קיין פראבלעם, נאר לויט דיר איז מען מכשיל יודן מיט טריפות איעדן טאג בשאט נפש רח''ל
דאס איז א (לפענ"ד) א שרעקליכער חטא, וואס קען נאר מכופר ווערן ווען דער שרייבער וועט מקבל נזיפה זיין ביי אלע רבנים וועלכע געבן השגחה און נעמען פלייש פאר זייערע קהילות פון קרית יואל בית השחיטה (כולל הגה"צ ר' חיים יהושע האלבערשטאם שליט"א, און הרה"ג ר' יצחק שטיין שליט"א).
זיי מוחל גיי בעט איבער אלע רבנים וועלעכע
זענען ביי דיר אזוי חשוד אויפן ערגסטן און דעם גאנצן ציבור אויף וועם דו ביזט מוציא לעז אז זיי עסן טריפות רח''ל.
טריפות
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-16/9/2009 06:12 |
|
| |
רח"י הלברשטאם און ר"י שטיין ווען זיי האבן גענומען פלייש פון קרית יואל, האבן זיי נישט געוויסט אז עס קומט פאר א פראבלעם פון צומות הגידין, ווייל דאהי האט נישט עקזעסטירט דעם פראבלעם ביזט יעצט, און די בעלי אחריות פון קר"י מהודרת (איך ווייס נישט ווער דאס איז) האבן נישט פארציילט דעם סוד אז זינט שבועות ווארפט מען אוועק אסאך סחורה, און דאס איז לכאורה די גרעסטע עולה אז מען האט מכסה געווען אז עס איז דא א שאלה אפילו אויב מען מאכט בדיקות, דעריבער ווען מען הייבט אן חושד זיין אז עס האט פאסירט נאך עולות במשך יארן און מען האט נישט פארציילט איז מען נישט קיין חושד בכשרים, ווייל דער חזקת כשרות האט שוין דער פאבריק פארלוירן,
|
|
|
|
|