מ'פעלשט א רמ"א רח"ל און מ'כשרט טריפה
אידן תלמידי חכמים און סתם אידן, וועלכע האבן געזען וואס עס האט ליידער פאסירט.
אז צוליב פאליטיק האט מען מסלף געווען א הייליגן רמ"א, און אויף דעם ארויף עסט מען חשש טריפה רח"ל.
עס כאפט א שוידער וואס געוויסע מענטשן האבן געטאן במזיד ובזון, מסלף צו זיין אפענע ווערטער פונעם רמ"א.
דער רמ"א שרייבט: אז יעדע מכה אין צומות הגידין קען מען נישט כשר'ן דורך בדיקה, וויבאלד מיר זענען נישט בקי. און יעדע שאלה איז טריפה.
קומען די מזייפים און שרייבן אז "עס איז בעסער ווען מ'דארף נישט בודק זיין"... ווייל דער רמ"א שרייבט "אין אנו בקיאים".
ולהוי ידוע אז ביי דעם איצטיגן פראבלעם פון צומות הגידין דערקענט מען נישט פון דרויסן גארנישט.
ליידער ווערן אידן נכשל מיטן עסן זאכן וואס האט פראבלעמען.
מ'דארף אויפשניידן ביי די צומות הגידין און נאר אזוי קען מען "עכט" וויסן צו די צומת הגידין איז גאנץ בתכלית, אדער איז דארט דא א א מכה.
דאס קען מען נישט זעהן מיט די אויגן !
דאס איז א עוולה נוראה וואס מ'האט געטאן מיט א אפענעם רמ"א, וכדי בזיון וקצף !
|
|