|
|
| נשלח ב-9/9/2009 01:41 |
|
| |
מבקש_האמת, איז דער רבי שליט"א מהר"א נישט קיין תלמיד חכם? איז ביי אים נישטא די זעלבע זאך וואס די זאגסט וועגן ר' מנשה?
איך לייג איבער דיינע ווערטער, נאר געטוישט דעם נאמען
| מבקש_האמת כתב: |  | זאלסט מיר זייער אנטשולדיגן, אבער איך האב פשוט רחמנות אויף דיין ווייב און קינדער.
אפגעזען וואס דו האלטסט פונעם סאטמארן רבי'ן מהר"א שליט"א, און אפילו טייל פון דיינע טענות זענען הונדערט פראצענט גערעכט, איז ער נאך אלץ א ת"ח משכמו ולמעלה, און חז"ל ווארענען אונז שוין איבער די הארבקייט פון טשעפען מיט זקני ת"ח.
גלייב מיר, די הנאה פון א פראסטן יונגערמאן זיך אויסצוגיסן די פעדער מיט אזעלכע געמיינע אויסדרוקן קעגן איינעם פון די גרעסטע ת"ח בדורינו איז נישט ווערט דאס וואס ס'קען ח"ו ברענגען אויף דיר און דיין נאנטע משפחה, ספעציעל ווען ס'קומט ווייניגער ווי א וואך צו א' סליחות.
גיי בעט אים איבער באצייטנס, און זע דער מנהל זאל אויסמעקן דיין עקלדיגע געשרייבעכץ.
|
|
אינטערעסאנט הלכות תלמוד חכם איז נאר פאר איין צד
איך האב אמאל געהערט א גוט ווארט, אז אינדערהיים פלעגט מען זאגן, אז ביים דאקטאר טרעפט מען די מצות און ביים רב די עבירות, דעם דאקטאר אז ער האלט שבת, איז ער ממש א צדיק, און דער רב אז דאווענט שפעט איז ער א שגץ, וועם מען דערמאנט אייביג דעם עולם וואספארא צדיק דער מענטש איז, איז פשט אז ער איז א דאקטער, און וועם מען דערמאנט אייביג וואספארא שגץ ער איז, דער איז דער עהרליכער איד.
|
|
|
|
| נשלח ב-9/9/2009 01:42 |
|
| |
איך בין שאקירט צי זעהן ווי אימוויסנדע מענטשן נעמען זיך פארן דיין
יעדע מצות עשה אין די תורה רייסט ער אויס מיט ביידע הענט, אבער בזיון ת"ח דעס גייט נאך אן.
ס'דערמאנט די מעשה פינעם יסוד יוסף .
|
|
|
|
| נשלח ב-9/9/2009 01:46 |
|
| |
מען דארף ר' ישראל חיים מנשה נאך שרייען אין די גאסן אין מבזה ער איז א יוד וואס האט פין באשפער נישט מורא קיין פינטל.
ער מעג שרייען המלך ווי הויך ער וויל, אבער מורא האט פאר אים ניקס.
|
|
|
|
| נשלח ב-9/9/2009 01:51 |
|
| |
כ'פארשטיי ס'שמעקט ענק נישט, אבער פאקט בלייבט פאקט. דער טרויעריגער מציאות אז פשוט'ע יונגעלייט טרויען זיך צו רעדן מיט אזא שרעקליכן זלזול קעגן א ת"ח וואס באגייט אן עולה מינערט גארנישט פונעם "הזהרו בגחלתן".
ווען דו וועסט קומען פארן בי"ד של מעלה האלטסטו אז זיי וועלן אננעמען דעם ענטפער אז "פארמעגליך האט געשריבן נאך מיאוס'ער קעגן מיין רבי'ן"?!
אויב דו ביזט גרייט צו געמבלען מיט דיין גאנצע משפחה אויף א יא, דעמאלטס גיי ווייטער. איך האלט אז מיין מצות מחאה איז דוקא קעגן די גרויליגע ערשיינונג.
און אגב, איך רעד נישט דא פון ארויסברענגען די עוולות פונעם געוועזענעם דיין, וואס זענען ווירקליך זועק עד לב השמים, און כ'גלייב אז ער וועט האבן זיין אייגענעם פעקל צו שלעפן פארן בי"ד של מעלה, אבער דאס בארעכטיגט אויסדריקליך נישט אזוינע ווערטער צב"ש ווי "מטמא זיין במגע ובמשא".
[דאס שוין אויסער דעם פאקט אז עקסטרעמע רעאקציעס זענען קיינמאל נישט אויסגעהאלטן פאליטיש].
|
|
|
|
| נשלח ב-9/9/2009 01:58 |
|
| |
ר' ישראל חיים מנשה האט פארן באשפער נישט מורא לית מאן דפליג, פינטל !!
|
|
|
|
| נשלח ב-9/9/2009 02:37 |
|
| |
איך שטעל מיך צי צו מבקש_אמת, איך בין מוחה!!! לא זו הדרך!!
ארגינעלער, איך וויל דיר עפעס פרעגן, מ'האלט יעצט אפאר טאג פאר סליחות, ס'איז אלול, פאר ווילסטו נישט זיין אויף די סעיף זייט, פארוואס ריזיקירן מיט אזעלעכע האקעלע ענינים ווי בזיון ת"ח, וואס וואלט געווען ווען די וואלסט געווען שטיל האלטסטו וואלסטו נישט געווען מער סעיף פארן קומענדיגן יום הדין?
|
|
|
|
| נשלח ב-9/9/2009 02:37 |
|
| |
| מבקש_האמת כתב: |  |
און אגב, איך רעד נישט דא פון ארויסברענגען די עוולות פונעם געוועזענעם דיין, וואס זענען ווירקליך זועק עד לב השמים, און כ'גלייב אז ער וועט האבן זיין אייגענעם פעקל צו שלעפן פארן בי"ד של מעלה,
|
|
מבקש, אפשר זאגסטו מיר וועלכע פעקלעך דער דיין שלעפט, אפשר וועט די פעקלעך פארענטפערן ארגינעלער...
|
|
|
|
| נשלח ב-9/9/2009 03:14 |
|
| |
און טאמער וויל ער נישט זיין א מבזה ת"ח וואס איז אין תרופה למכתו?
|
|
|
|
| נשלח ב-9/9/2009 03:53 |
|
| |
ארגינעלער keep on
I like when you show for the whole world your real face
|
|
|
|
| נשלח ב-9/9/2009 04:23 |
|
| |
הנני מצטרף למחאה אויף ארגינעלער ודעימי', נישט בלויז אויף די היינטיגע, נאר אויף אלעמאל ביז היינט.
ארגינעלער, אויב דיין גאנצע פראבלעים איז "מצות מחאה", דאן האב איך דיר אן עצה:
ווענד זיך צו איינע פון די "היימישע" דיינים, אזוינע וואס האבן גוט ארויס די אלע ענינים און זיי ווייסן אלע עוולות, אפשר קען דאס אפילו זיין פאר כ"ק רבינו שליט"א זעלבסט, און ווייז אים וויאזוי דו שרייבסט דא אויף ריח"מ שליט"א און אויף די איבריגע זאלי דיינים (יא! די וועלכע ווערן ליידער טעגליך נכשל אין זיין א מגלה פנים בתורה שלא כהלכה). דערנאך קום דא צוריק מיט א תשובה וואס זיי האבן דיר געזאגט דערויף. ווארשיינליך וועט עס זיין א שווערע תשבה, איך האף זיי וועלן דיר נישט הייסן אפשניידן די פינגער.
יעצט פאליטיש גערעדט, איך ווייס נישט וואו דיין שכל ליגט, אבער דו קלערסט אז א נארמאלע היימישע איד האט הנאה ווען ער ליינט ענקערע ווילדע געשרייבעכצער דא? עס פארעקלט יעדן! דו מיט נאך עטליכע נארישע שרייבער פארעקלען יעדן נארמאלן מענטש פון צו ליינען דעם פארום.
אין "ערגסטן פאל" וואלט איך אין דיינע הויזן אזוי געשריבן (דיינע ווערטער בקצת שינוי):
היינט נאכט קומט פאר די יערליכע מסיבה פאר מוסדות רמ"א לע"נ הרה"ק ר' משה ארי' פריינד זי"ע
וואס זיין יארצייט געפאלט מארגן אויס.
לדאבונינו וועלן אנ"ש זיך נישט קענען משתתף זיין דארט, צוליב וואס די מסיבה קומט פאר ביי א דיין וואס ליידער ליידער איז מען עפ"י הסכמתו מחלל שם שמים בפהרסיא.
אויף זיין סמך:
גייט מען צו ערכאות
גייט מען אינעם טמא'נעם ציניסטישן בג"ץ.
האלט מען אפן דעם פריצתדיגן עטרת בלעם זאל מיט ביימלעך.
פירט מען א מקוה טהרה אן א געהעריגע השגחה.
פירט מען א בוטשער מיט השגחה נאר פין מליחה ואילך.
קענסט מיר זאגן וואס דיר וואלט געפעלט ווען דו שרייבסט ווען אזוי??
 |
|
|
|
|
|
| נשלח ב-9/9/2009 04:46 |
|
| |
איך ווייס נישט צו וועלכע פארטיי דער מנחם מענדל באלאנגט...
אבער דאסמאל זאג איך קבל את האמת ממי שאמרו
|
|
|
|
| נשלח ב-9/9/2009 04:52 |
|
| |
| allgood1s כתב: |  | | איך ווייס נישט צו וועלכע פארטיי דער מנחם מענדל באלאנגט... |
|
דאס איז די נומער 2 וואס פארעקלט מענטשן דא.
|
|
|
|
| נשלח ב-9/9/2009 05:02 |
|
| |
איז פארוואס ביסטו נאך דא???
|
|
|
|
| נשלח ב-9/9/2009 06:40 |
|
| |
ארגינעלער איך ווייס צי די האסט געשריבן שארף אדער א מילד
די האסט געשריבן דעם ריינעם אמת.
|
|
|
|
| נשלח ב-9/9/2009 20:24 |
|
| |
עס איז דא מענטשען דא וואס ציען זיך אראפ די היט אין שרייען, נו איך בין מוחה תלמוד חכם, תלמוד חכם וכדומה.
לאמיר זעהן אביסל די היסטאריע פין כלל ישראל, דתן ואבירם זענען נישט געווען אזאלכע גרויסע מענטשן זיי זענען אויך געגאנגן מיט ווייסע בעקיטשעס אין עטרות אויפן ריקן, אין אזאלכע ת"ח, אין וואס זיי זענען געווען רשעים.
טאר מען אויף דתן ואבירם אויכט נישט רעדן??
די מרגלים זענען נישט געווען אזאלכע גרויסע מענטשען, (די תורה זאגט אזוי אויף זיי), אין זיי זענען געווארן רשעים אין געמאכט א חרבון אין כלל ישראל.
טאר מען אויף זיי אויכט נישט רעדן??
קרח איז נישט געווען אזא גרויסע מענטש, ווי פין דעם וואס מען רעדט דא??, די רבי ברענג אז ווען משיח וועט קומען וועט ער זיין א כהן וכו'.
טאר מען אויף קרח אויכט נישט רעדן??
קוקט נאר אביסל אין נ"ך וועט איר זעהן וויפיל נבאי שקר זענען געווען, אין זיי זענען נאך געווען אזאלכע גרויסע צדיקים אין ת"ח, אין וואס זענען זיי געווען רשעים ארורים אין גורם געווען די חורבן בית המקדש.
טאר מען אויף זיי אויכט נישט רעדן??
ירבעם בן נבט איז נישט געווען אזא גרויסע מענטש, פון וועם מען רעדט דא?, די גמרא אין סנהדרין קב. פארציילט אמר רבי אבא אחר שתפשו הקב"ה לירבעם בבגדו, ואמר לו חזור בך ואני ואתה ובן ישי נטייל בגן עדן, אמר לו מי בראש בן ישי בראש. אי הכי לא בעינא. נו ער האט זוכה געווען אז הקב"ה אליין האט גערעדט צו אים, איז ער זעכער געווען א גרויסע מענטש. מיט דעם אלעם איז ער געווען א חוטא ומחטא את הרבים.
טאר מען אויף ירבעם אויכט נישט רעדן??
לאמיר לויפן אביסל ווייטער דער שבתי צבי ימ"ש, איז נישט געווען אזא גרויסע תלמוד חכם ווי ער?
טאר מען אויף די שבתי צבי ימ"ש אויך נישט רעדן??
איז קוק נישט געווען אזא גרויסע מענטש אין תלמוד חכם ווי ער?
טאר מען אויף קוק אויך נישט רעדן??
וועם מיינט די גמרא שבת קלט. אם ראית דור שצרות רבות באות עליו צא ובדוק בדייני ישראל. מיינט די גמ' גוים אדער שוואכע אידן, אדער מענטשען וואס זענען תלמידי חכמים אין דיינים ביי כלל ישראל??
וועם מיינט די נביא יחזקאל פרק לד, מיט הוי רעי ישראל, וואס די רבי אין דברי יואל פ' שופטים זאגט אז א איד דארף דאס צי חזר'ן יעדן טאג??
מיינט דאס נישט דיינים וואס רייסן אויס שטיקער פין די תורה און רייסן אויס גאנצע סמנים אין שלחן ערוך, אלעס פאר אביסל אייגענע אינטערעסן אין פאר אביסל כבוד המדומה אין פאר נקמה (פאר וואס ווייס איך נישט, אדער ער האלט אז רבינו שליט"א האט אים אמאל געטשעפט), נאר אויף אים טאר מען נישט רעדן???
רביה"ק בעל דברי יואל זי"ע האט אונז אויס געלערנעט, אז ווען מען זעט איינעם טוהן א עבירה, אפי' די וועלט האלט אז ער איז א צדיק זאל מען וויסן אז די תורה בלייב תורה אין ער איז א שגץ.
ס'איז ידוע וואס די רבי האט אמאל געזאגט די חילוק פון א געוויסע חסידות אין זיין חסידים, ביי יענע חסידות אויב זייער רבי וועט נעמען א חזיר יום הקדוש פאר נעילה אין ארויף גיין אויפן בלעמער אין דאס שעכטן, וועלן די חסידים זאגן אז די רבי איז אברהם אבינו אין די חזיר איז יצחק אין ער ברענגט אים יעצט אויף די עקידה, אבער מיינע חסידים האט ער געזאגט, וועלן זאגן אז די חזיר איז א חזיר אין די רבי איז א שגץ...
 |
|
|
|
|
|