עס איז כדי נאך צו זאגען א ווארט וואס רבינו הקוה''ט בעל דברי יואל זי''ע האט געזאגט ביי די מחלוקה פון ר' עמרם בלוי ז''ל מיט די עידה החרידית, וואס זיי האבן געטענה'ט אז אזא גרויסע מענטש וואו ר' עמרם, פאסט נישט אז ער זאל חתונה האבן מיט א גיורת,
האט רבינו הקוה''ט געזאגט: מאכט אים נישט אזוי גרויס וועט די עבירה נישט זיין אזוי גרויס,
מען איז מוחה אז קאלעגע ''ארגינעלער'' רעד מיט זלזול אויף ר' מנשה, לאמיר פארשטיין,
די זאליבאנער האבן זיך דערזען און א גרויס פראבלעם, זיי האבן אויף גענימען דעם ר' זלמניו, און אים א נאמען געגעבן ''סאטמאר רב'' מען האט אים געזעצט אויף א פאזיציע וואס ער דארף קענען ענפערן שאילות,
אויף חלב עכו''ם, אתרוגי ארץ ישראל,זרעה ממלכתית, כשרות החלב, כשרות הבשר, כשרות המקווה, גיורות שלא ע''פ תורה, לולב שמיטה, און נאך און נאך,
און זיי האבן גאנץ גוט געוויסט אז ווען דער ר' זלמניו עפענט אויף א מויל און זאכען וואס האט צו טון מיט יודישקייט, הלכה, השקפה, לאזט דאס איבער אויף די זאליס א ערענסטע זויערע נאך טעם, די בישות זענען שרעקליך,
דערמאנט אייך נאך ציריק, ווען דער עם הארץ הגדול האט געוואלט געבן פאר רבינו שליט''א א משנה ברורה אויף הלכות אבילות,
אדער ווען ער האט געבעטן א חומש ביי די תנאים פון די ''גאלדענע יואלי'' זיכענדיג דעם פסוק און משלי המגיד מראשית אחרית, און דער נאך איינגענימען א טאטאלע שטילשווייגעניש, פיצי פריעדמאן איז דאן נישט געקימען א פאר וואכען און קראלי מקווה,
אדער דער שקל שלום תורה, אז יודען האבן א שקל שלום צו בויען די אדנים, צו ווייזען אז מען דארף דינען דעם אייבישטען מיט ביידע כוחות, סיי מיט די כוח פון די יונגע יארען, סיי מיט די דעת פון די עלטערע יארען, איין האלב איז מרמז אויף די עלטערע יארען און די אנדערע האלב איז מרימוז אויף די יונגערע יארען,
און דאס האבן די קווינס בויעס אפגעדרוקט, און כלל ישראל האט ממש געוויינט פאר געלעכטער,
ווער געדענקט דען נישט ביי די אסיפה פון די התאחדות הרבנים ביי די גיורות פרשה, ווען דער זאב''ד איז געזיצען ביי די אסיפה פון ערענסטע גדולי תורה, און ער האט זיך דארט געשפריט וואו א כהן און פאלאקס סעמעטערי,
וועלענדיג ווייזען אז ער איז באהאווענט האט ער מעיר געווען אויפן ניסח פונעם קול קורא,
''אז איינער וואס וועט טיען אזא זאך, וועלן זיינע קינדער נישט קענען לערנען און די מוסדות'', אזוי איז געשטאנען דארט,
הייבט אונזער זלמניו אן צו קלאפען אויפן טיש, און ער עקלערט קאטאגאריש, אז וועט דאס נישט אונטערשרייבען, וואו לאנג מען לייגט נישט צו די ווארט הק', מוסדות הק'
, די רבנים וואס זענען דארט געזיצען, אריינגערעכענט ר' אברהם ליינטער ז''ל, ר' מענדל זילבער שליט''א רב ביק שליט''א, און נאך האבן געמיזט ניצען די סגולה פון קיקען אויף די נעגל,
עכ''פ זענען די זאליבאנס אויף געקימען מיט א קאפשטיק, א קליגע עיצה, (די ליצים זאגען אז דער ערפונדער פון דער דאזיגער פלאן איז געווען נישט קיין צווייטער וואו דער ר' סענדער דייטש בדורינו ליפא'לע קרוס)
מען וועט מאכען א ב''ד, מען וועט קרוינען מיט 38 הכתרות ר' מנשה פאר ראב''ד, און דער דאזיגער ב''ד וועט מען ניצען און א פאל אז מען דארף עפעס אריין רעדן און א דבר הלכה, דער ב''ד זאל רעדן במקום הזאלי, ווען אימער עס וועט אויספעלען,
און מען האט אנגעהויבן א פאמפע דראמפע, איבער די גרויסקייט פון ר' מנשה, מיט זיינע שיתפים, וואו גרויס און הייליג זיי זענען,
אדש דער פשוטער יוד וואס האט געקענט ר' מנשה אלע יארן, און ער האט געוויסט, יא! ער לערנט פאר א שיעור יעדן טאג, ער דאווענט שפעט, ער פאסקענט א האלבע שעה און טאג שאילות פאר יודען, און אויב עס מאכט זיך א שווערע שאילה (וואס מען קען ח''ו חושש זיין אז עס איז פארהאן א חסרון ידועה) נויגט ער מער לחומרא, ער שרייט ר''ה אביגדור( המלך) האט ערענסט אנגעהויבן זיך איינצורעדען אז דא איז דא א ראב''ד, א זאב''ד, חברי ב''ד, און דער ראב''ד א גדול, א קדוש, א בעל מסגף, א שונא בצע, א ת'''ח, אד''ג
מען מאכט א גאנצע מחאה אז מען האטט גערעד אויף אים, גוט עס קען זיין אז מען דארף נישט רעדען, אבער מאכן א מחאה? ער איז עפעס אזוי גרויס? ווייל ליפא'לע קרויס מיט זיין ברידער לייגען אריין גאנצעטע רעפעטאשען און דשיד אז ר' מנשה איז אזוי גרויס, און אזוי הייליג, ?און די גאנצע זאלי פראפעפאנגע מאשין שרייט אזו
תוקן על ידי פארשטיי ב- 09/09/2009 21:23:40
 |
|
|