דער גדר ווערט געבויט אפצוטיילן צווישן די פאלאק'ס לאט און דעם בית החיים פון מרן הק' והטהור מסאטמאר זי"ע.
אז רביה"ק האט אויבן אין הימל געזען אז די רשעים זאלן נישט ליגן במחיצתו, איז עס א גוטער שריט פון ראשי קהילתינו הקדושה צו מאכן א גרויסן צוים, אפצוטיילן פון די אפטריניגע וועלכע טרעטן אויף תורת משה.
נשלח ב-9/9/2009 22:35
און די אלע רשעים וואס האבן געוואלט בויען א וואנט צווישען רביה"ק בעל דברי יואל, און רביה"ק בעל ברך משה, וועלן יעצט האבן א וואנט צווישען זייער קבורת חמור, און די הייליגע קברים.
עס איז באקאנט דאס ווארט וואס רבינו הקדוש זי"ע האט אמאל געזאגט אז ער האט נישט קיין פראבלעם נישט צו האבן קיין שייכות מיט די כופרים און די וואס זענען דבוק אין זיי, און האט נישט דעם נסיון פון נעמען זייער געלט, ווייל יענע ווילן נישט האבן קיין שייכות מיט אים און ווילן אים נישט געבן קיין געלט. ער האט געזאגט אז אין ארור מדבק בברוך איז ווייל דער ארור וויל נישט האבן קיין שייכות מיט'ן ברוך!
אויך בימינו אלה זעט מען דאס בחוש וויאזוי די כת הולכי בערכאות ומבזה גדולי ישראל בויען א גדר צווישן זייער בית החיים און די סאטמארע בית החיים! דאס איז גענוי וואס רבינו הקדוש זי"ע האט געזאגט: דער ארור וויל נישט!ֿֿ