בית פורומים אחים אנחנו

ווילסט זיין א "יום זה מכובד"? זיי א ארויני

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-10/9/2009 00:21 לינק ישיר 
ווילסט זיין א "יום זה מכובד"? זיי א ארויני

איך האב נישט קיין צייט פאר אריכות אבער איך מיין אז דער עולם ווייסט זייער גוט פון וואס איך רעדט און ס'פעלט נישט קיין הסברים.

הגאון ר' ישראל חיים מנשה שליט"א וועלכער איז געווארן אויסגעקליבן דרוך דעם רשכבה"ג רבינו הקוה"ט זי"ע אלס דער ערשטער דיין אין די גרעסטע קהלה בעולם ווערט אראפגעריסן דורך די ארוינים טאג און נאכט, זיי שרייבן אויף אים די ערגסטע לשונות, ואתו עמו די רבנים חברי הבד"ץ הגאון ר' זלמן לייב פילאפ שליט"א הגאון ר' שלמה לייב וויינבערגער שליט"א הגאון ר' חיים כ"ץ שליט"א.

משא"כ פון די אנדערע זייט שטייט ר' געציל בערקאוויטש דער געוועזענער סאטמאר'ער דיין אין מאנרא (נישט קיין פעיראל! הע?) און ער ווערט נישט אראפגעריסן דורך די זאלי'ס, וואס איז? פשוט, די ארוינים פרייען זיך דאך אז ער האט זיך נאך נישט אפגעטשעפעט פון "סבלן הדור" הגה"ק אהרן טייטלבוים און די זאלי'ס זענען נישט פוער פיהם כדוגמת הארוינים.

די ארוינים פארשטייט זיך פראבירן צו מאלן א בילד אז ר' געציל איז א גאון הגאונים א צדיק הדור וכו' פארדעם קענען די זאלי'ס נישט רעדן אויף אים משא"כ ר' מנשה. זיי פארפעלן צו פארענטפערן פארוואס ווען רביה"ק זי"ע האט געשריבן אויף אהרן המאור הגדול איז דאס געווען א אפענע רוח הקודש, אויב אזוי ווי איז געווען זיין רוח הקודש ווען ער האט ממנה געווען ר' ישראל חיים מנשה שליט"א? ווי איז מעגליך אז א בעל רוח הקודש ווערט אזוי שרעקליך נכשל אין ממנה זיין א דיין א רשע שגץ מגלה פנים בתורה שלא כהלכה לוקח שוחד קל הדעת - מיט די איבריגע טיטלען וואס די ארוינים פראבירן ארויפצושמירן אויף אים אלס שנאת עם הארץ לתלמיד חכם - א תשובה ווייס איך נישט, כנראה לאהרוינים פתרונות.

פון די אנדערע זייט האבן די ארוינים אויפגענומען אין ב"פ - כדי לנגח - דעם משה פריעדמאן, ווייל קיינער האט נישט געוואלט טשעפען דעם גאון ר' חיים דוד כ"ץ שליט"א. אויב משה איז א תלמוד חכם בין איך א גאון עולם. ס'איז א רחמנות צו זען ווי ער דרייט זיך ארום און 53 פון מזרח וואנט צום ביה"כ אינדרויסן אהין און צוריק און די היט און ווארט נעבעך אז א אינגערמאן זאל אים קומען פרעגן א שאלה. ער פלאצט און פארשטייט נישט פארוואס לעבן ר' חיים דוד האט זיך אלעמאל געשלענגעלט א שורה, אלעמאל זענען אינגעלייט נאכגעלאפן און געווארט צו כאפן אפילו נאר א האלבע מינט. ער איך און אלע ארוינים ווייסן די תשובה און דאס איז די זעלבע תשובה ווי אויף די קשיא פארוואס א וואך נאכן אויפנעמען משה אויפן בוטשער האבן זיי זיי אויך צוגעלייגט לייכטאג. ס'האט גענומען איין וואך און אין בוטשער האט מען געשפירט אז דער עולם וועט משה'ס פלייש נישט עסן (אפילו נאר ממליחה ואילך), מאכט נישט קיין טעות די בוטשער בהשגחת ר' חיים דוד איז נאך דאן נישט געווען אף על פי כן האט דער עולם אויפגעהערט קויפן דארט. דאס אליינס קען פארציילן ווער משה איז. איך וויל אין זיין גאונות נישט איירנגיין ווייל נישט איך און נישט ער קענען מחליט זיין וואס דאס הייסט בכלל א גאון.

פון זיין שכל וואלט איך יא גערעדט אבער איך האב נישט קיין צייט (אויב ווילט איר דווקא יא וויסן, שטעלט אים אפ אין גאס פאר 2 מינוט).

אף על פי כן, וועט איר דא טרעפן אפילו נישט א צענטל פון צונעמען צו אים אדער א צענטל שמוץ אויף אים מטעם די זאלי'ס אפילו נישט א צענטל וואס די ארוינים שמירן אויף די דיינים. פארוואס? די תירוץ ווייסט איר אויך.

היוצא לנו מזה: דיין, ווילסט האבן א חיים טובים און זארגסט נישט וועגן יענע וועלט? כבוד איז דיין נומער איינס? זיי א ארויני סיי די ארוינים וועלן דיר געבן טיטלען וואס אין חלום האסטו אליינס נישט געגלייבט און סיי די זאליס וועלן נישט מוציא שם רע זיין אויף דיר.

תוקן על ידי עטגאסט ב- 10/09/2009 0:52:37




דווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-10/9/2009 00:51 לינק ישיר 

גראדע ר' געציל איז א תלמוד חכם, און ער האט געהאט שכל זיך נישט לאזן פארפירן פון זיי, ער האט קיינמאל נישט געגעגבן קיין היתרים פאר קאורט אדער אנדערע עבירות, ער האט ניטאמאל געוואלט זיין דער בורר פון ר' אהרן'ס זייט, זיי וואלטן אים סיי ווי קיינמאל נישט געטראסט, זיי ווייזן זייער גוט וויפיל ער האלט פון ר' אהרן.






דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-10/9/2009 00:57 לינק ישיר 

איך וויל נישט רעדען אויף איך האלט אז ער האט עס געטיען פאר טעראר מתיר זיין אידיש בלוט ביים אסר'ן בני יואל איך נאך דעם ביי מתיר זיין די פאבליק סקול



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-10/9/2009 01:49 לינק ישיר 

בני יואל און פאבליק סקול קען אפשר זיין א עולה מצדו, ער וואלט געדארפט האלטן אז דאס איז ביהרג ואל יעבור, ווייל ער וואלט נישט ארויס קיין לעבעדיגער אויב ער שרייבט נישט אונטער, און ער האט זיך תולה געווען באילן גדול א זון פון הייליגן עצי חיים וואס איז לכל הדעות געווען מרא דאתרא וואס האט לשיטתו געמעגט אסר'ן נייע מוסדות, און האט געהאלטן אז פאבליק סקול איז נישט קיין יהרג ואל יעבור,  אבער דארט האבן אונזערע דיינים אויך אינטערגעשריבן



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-10/9/2009 04:55 לינק ישיר 

הוי זהיר בגחלתן גייט דא אויך אן



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > אחים אנחנו > ווילסט זיין א "יום זה מכובד"? זיי א ארויני
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר

bholext