האב נישט מורא, זאג דעם "רייכן פעטער" אין פנים אריין!
אין דער בלאט מיט עטליכע וואכן צוריק איז געווען א ריזיגער בריוו פון עמיצן וועלכער
האט גוט ארונטערגעריסן דאס וואס מענטשן האבן מורא צו זאגן אפן אין פנים אריין פאר
די רוצחים וואס פאטשקענען צענדליגער טויזנטער ביים חתונה מאכן א קינד פונקטליך וואס
זיי האלטן אמתדיג פון זיי, און אנשטאט געט מען זיי נאך אפ קאמפלימענטן איבער 'ווי
שיין די חתונה איז געווען'.
איך מיין אז ס'וואלט געווען א גוטע געלעגנהייט
עס יעצט דא ארויפצולייגן און פארשפרייטן אין די חתונה סיזאן אז מענטשן זאלן וויסן
וויאזוי צו רעאגירן צו אזא אויסברענגעריי, וואס אין די היינטיגע עקאנאמי איז עס ממש
רציחה רח"ל צו הייבן די סטענדערט. אויב דו קענסט אים נישט זאגן אין פנים אריין די
שמוץ וואס סקומט אים כאטשיק געב אים נישט א קאמפלימענט.
און ביי די וועי,
פאר די אלע "רייכע פעטערס", ווער סמיינט אז אים מיינט מען דעם מיינט מען
טאקע.