|
|
| נשלח ב-11/9/2009 01:46 |
|
| |
איך בין שוין ליידער געווען אין דעם שול
ס'האט זייער א שוואכע מחיצה מען קען געהריג אריין קוקן ביי די נשים.
|
|
|
|
| נשלח ב-11/9/2009 01:49 |
|
| |
כ"ק רבינו שליט"א
וועט בע"ה זאגען א דרשת התעוררת
היינט נאכט 8:00 שארף
אין בית מדרש בית אמונה
(טוב שכן טוב 14 - 52)
דער עולם ווערט זייער געבעטן צו קומען צייטליך
אזוי ווי דאס איז א ליטווישע בהמ"ד און 8 מיינט פונקטליך
אויך וועט אויפטרעטן הרה"ג לעקוואד ראש ישיבה
|
|
|
|
|
| נשלח ב-11/9/2009 02:02 |
|
| |
איך קים יעצט פין דארט וואס זאל איך ענק זאגען אשרי עין ראתה כל אלה..ארנמלך אוי וואלט זיך ענקער רבי געווינטשען צי זיצען דארט מיט אלע רבנים פין די ליטע..אוי ווי גיט דע בילד וואלט געצייגט אין די כל העלם כולו.. אבער ליידער נאך די פערלשטיין פרשה אין קרית יואל האט עם כלל ישראל אויסגעשפיגען אין מען האט מחליט געווען אז מען ריפט דעם יונגערען ברידער..
|
|
|
|
| נשלח ב-11/9/2009 02:02 |
|
| |
דאס איז די פירות פינעם בראך משה מיט זיינע קינדער
זיי זאגן קרעציג, אין זיי זאגן שוין הלל ה' אייר. אז זיינע קינדער קענען שוין אריין גיין אין שול וואס דער דברי חיים האט גע'אסר'ט וואס ערווארט ער שוין פין אנדערע
מען וואלט געדארפט דעם בראך משה מפנה זיין אין לייגן אין פאללאק'ס לאט.
ער טאר ציזאם מיט הייליגען רבי'ן נישט ליגן, ער מיט זיינע קינדער האבן מטמא געווען כלל ישראל מיט נ' שערי טומאה מיט די שוך אין זאקן.
ס'איז א פחד וואס דא גייט פאר
אזוי פיל קען איך יא זאגן וואס הרה"ח ר' סענדר דייטש האט געזאגט
אז ווען די רבי ז"ל זאל היינט אויף שטיין הייבט ער אן פריש מיט 6 קינדער.
אין איך גלייב נישט אז די רבי ז"ל וועט צוריק נעמען דעם פקדון פינעם בראך משה וואס ער האט אזויפיל פראפגאנדירט אין זיין לעבן .
|
|
|
|
| נשלח ב-11/9/2009 02:10 |
|
| |
איך מיז ענק זאגען סאיז ממש נישט נארמאל כ''ק אדמ''ר מסאטמאר שליט''א טיילט שיריים פאר די נשים..איך האב עס אליין געזען...
|
|
|
|
| נשלח ב-11/9/2009 06:45 |
|
| |
אפדעיט:
- אין די שול הענגט א גאנץ יאר א מי שברך טאוועל פאר די טמאנע צה"ל, נאר היינט האט מען עס אראפגענומען צו כשרן די חזיר פיסל.
- ה' אייר, אויסער וואס סהענגט א פאן, קומט דארט פאר יעדעס יאר א גאנצע צערעמאני פאר די טמאנע רשעים
- די שול האט נאר איין אריינגאנג פאר מענער און פרויען צוזאמען
- אויך היינט נאכט זענען געווען דארט פרויען, מיט אייגענע האר און אן זאקען, און זיי זענען ניטאמאל ארויף אויף די גאלערי אן די מחיצה, נאר זיך געדרייט אונטען נעבן די מענער
איינער זאגט מיך סדערמאנט אים די מעשה פון יענעם ליטוואק וואס איז געגאנגען זוכען עבירות ערב יוכ"פ אז ער זאל האבען וואס צו תשובה טון
|
|
|
|
| נשלח ב-11/9/2009 11:42 |
|
| |
קהל יטב לב די פרעגסט ווי די לישקע איז ?
אז ס'האט געקענט אויסוואקסן אזא עגל הזהב אין זאגן אלה אליקך רח"ל אין ס'זאל יודען וואס זאל עס אפקויפן.
אין נאר צי פארדאנקן אזא לישקע...
וואס ביי זיי עקזעסטירט נישט קיין חילול שבת, חוקי תועבה, ציונית, כשרות, ערכאות, שפיכות דמים, עניני קדושה, גניבה, לשמוע בין אחיכם, דרך ארץ, עירוב. .
אז אזעכלכע הפקר יונגען קענען זיין דיינים, אין דערצייט וואס יעדער סעיף אין שלחן ערוך וואס זיי ווילן ווערט אויסגעפליקט אז מען דערקענט ניטאמאל אז דארט איז געוען אמאל א בלאט
איז נישט קיין ספק אז דער ירעבם בן נבט קען קומען אין נאכדעם לייגן גאלדענע קעלבלעך.
|
|
|
|
| נשלח ב-11/9/2009 17:54 |
|
| |
אין די שול הענגט א גאנץ יאר א מי שברך טאוועל פאר די טמאנע צה"ל,
נישט אמת
- ה' אייר, אויסער וואס סהענגט א פאן, קומט דארט פאר יעדעס יאר א גאנצע צערעמאני פאר די טמאנע רשעים
נישט אמת
- די שול האט נאר איין אריינגאנג פאר מענער און פרויען צוזאמען
נישט אמת
וואס סאיז יא אמת איז, אז נעכטען איז געווען הכתרה 2009 ,ר' מאלכיאל קאטלער האט זיך אויף געשטעלט רעדען אין ער האט געזאגט, ברשות די גבאים אין ברשות... כ''ק אדמר...מסאטמר...שליט''א..יא יא ארוניםלך ענק באדרעד נישט קיין מגן דוד..נאכן אראפ נעמען מזיזות פין אזא הייליגען מוסד פין שערי חמלה..אין נאכען אויף נעמען ביי זיך שטיב דעם עוכר ישראל די מעיער פין בני ברק..אין נאכען אריין גיין אין א תיפלה..באדערד ענק גאר ווייניג די מגן דודס..ענק באדערד איין זאך אז ענדליך נאך 10 יאר האט די עולם התורה איין געזען כ''ק אדמר מסאטמר שליט''א אלס דער גרעסטער מנהיג בדרינו..טראץ ענקער סטראשנינגען א גאנצען טאג פאר די גבאים אין פארן רב פינם בית המדרש אז זיי זאלען ציריוק ציען פין איינלאדענען רבינו שליט''א האבען זיי ענק גאלאכט אין די פויסטען.ארוניםלך קיין סך קען איך ענק נישט העלפען איך קען נאר ענדיגען מיט א ן פוסק..המקום ינחם אתכם..זייט אייך מחזק עס וועס נאך קימען בעסערע צייטען.......
תוקן על ידי YESWECAN3 ב- 11/09/2009 17:52:09
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-11/9/2009 18:12 |
|
| |
וואס טוט זיך מיט מחיצות פאר די עזרת נשים וואס דער דברי חיים האט גע'אסר'ט
אין וואס טוט זיך מיטן מגן דוד וואס דארט הענגט
באדערט עס פאר די זאליס שוין אויך נישט
קיטשי וואלי האט דאך באצלט פאר די על הגאולה ועל התמורה ווייל ער האט געזאגט אז בחורים טארן נישט לערנען די ויואל משה ווייל ס'איז א פאליטשע ספר ( אזוי קוקט מען אויס ווען מען ליינט דעם ניו יארק פאוסט יעדן טאג )
וואס זאגט יעצט קיטשי, דער ארבער בן ציון שווארץ וואס זאגט ?
שעם דיך נישט פארצייל אלעס.
|
|
|
|
| נשלח ב-11/9/2009 18:17 |
|
| |
וואס איז דער עולם אזוי בייז אויף ר' זלמניו ווייל ער גייט אריין און א ציוניסטישע שוהל?
וואלט ער ווען געווען סאטמארער רבי וואלט ער ווען נישט אריין געגאנגען,
נא אז ליפא זענטער'ס ברידער דרייט זיך און ציוניסטישע שוהלען הא קערס???
פארקערט אמאל האט ער זיך געדרייט אויף פלעצער וואו א יוד אפי' א ציוני טאר נישט גיין, און היינט דרייט ער זיך און א ביהמ''ד, איז עס ציוניסטיש!
|
|
|
|
| נשלח ב-11/9/2009 18:19 |
|
| |
ס'איז אויסער מיין כבוד זיך צו שטעלן פארהערן מיט דעם אפגעריסענעם יעסוויקען מיט די קינדערישע "יא אמת נישט אמת" פון כיתה ח', ביי די זאליס איז במילא גארנישט קיין עוולה ווי לאנג ס'ווערט נישט געטון דורך סאטמאר.
וואס יא, קיין איין אהרוני האט נישט געלייגט קיין פרעשור אויף קיינעם אז מ'זאל צוריקווייזן די דרשה, די אהרונים וואלטן גאר צוגעצאלט פאר רז"ל צו גיין רעדן דארט!
נישט ווייל איין זאלי, אדער איינער פון די היפאקריטישע דיינים זייערע, וועט טוישן זיין מיינונג וועגן דעם שטריק און עם הארץ. ביי זיי איז דער הייליגער ספר "ויואל משה" נישט מער ווי א קרדום לחפור בה און א מיטל, נישט קיין ציל.
אבער ס'איז גוט פאר אונזער אייגענעם ציבור צו זען פן צייט צו צייט אפן און קלאר מיט וואספארא היפאקריטן מ'האנדלט דא, און וויאזוי אלעס ווערט מותר ביי די זאליס אויב ס'דינט דעם ציל פון זייער כל התורה כולה: שטויסן סאטמארן רבי'ן שליט"א!
תוקן על ידי מבקש_האמת ב- 11/09/2009 18:18:09
|
|
|
|
| נשלח ב-11/9/2009 19:21 |
|
| |
אזא יוד וואס געט די הענט פאר חברי הכנסת לייזערזאהן
אזא יוד וואס חבר'ט זיך דוד שמידל וואס רח"ל אריין כנסת המינים
אזא יוד וואס זיצט אינעם ציוניסטישן בג"ץ רח"ל
איז נישט קיין ווינדער ער זיצט אין פלאץ ווי סאיז דא א פאן מיט א מגן דוד
ס'איז אינז די גרעסטע כבוד אז ער איז אריין אויף דעם פלאץ.
גיי הגז"ל גיי.
|
|
|
|
| נשלח ב-11/9/2009 19:40 |
|
| |
הרב שודריך איז רב דארט ?
|
|
|
|
| נשלח ב-11/9/2009 20:23 |
|
| |
| YESWECAN3 כתב: |  | טראץ ענקער סטראשנינגען א גאנצען טאג פאר די גבאים אין פארן רב פינם בית המדרש אז זיי זאלען ציריוק ציען פין איינלאדענען רבינו שליט''א האבען זיי ענק גאלאכט אין די פויסטען.ארוניםלך קיין סך קען איך ענק נישט העלפען איך קען נאר ענדיגען מיט א ן פוסק..המקום ינחם אתכם..זייט אייך מחזק עס וועס נאך קימען בעסערע צייטען.......
|
|
WE WANT MORE
YES YOU CAN!!!!
|
|
|
|
|