בית פורומים אחים אנחנו

ברעקינג! זאליס צוקנאקט אויף שטיקער

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-10/9/2009 20:54 לינק ישיר 
ברעקינג! זאליס צוקנאקט אויף שטיקער


די זאליס האבן אין גרויס פארצווייפעלונג, נאכדעם וואס זיי קענען זיך נישט דורך קומן מיט ר' זלמן פאלאק, איבער די בית פאלאק לאט וואס זיי ווילן אפקויפן פון אים, און איצט שלאגן זיי זיך ארום מיט פאלאק, וואס בעט א טייערן געשוואלענעם פרייז, פאלאק זאגט זיי אז ער האלט עוזיאל פערלשטיין אלס משכון, טאמער מען קלאזט נישט לאזט ער נישט באגראבען דארט קיינעם, און פערלשטיין מיטן נפל וועלן בלייבן ליגן דארט ווי אן עגלה ערופה.

די זאליס האבן שוין פרובירט אלע מיני אופנים, אבער זיי טאפן א וואנט, פאלאק רירט זיך נישט און פארלאנגט זיין געלט, ער זאגט אז מען האט אפגעמאכט א פרייז מיט אים, און מען דארף איינהאלטען וואס מען האט צוגעזאגט, ר' זלמן מיט זיין משפחה וואוינען נאך דארט, ווייל די זאליס זענען נאך נישט אויפגעקומען מיט א הויז פאר אים ווי צו וואוינען ווי מען האט אים צוגעזאגט.

פאלאק זאגט פאר יעדעם אז ווי לאנג מען קלאזט נישט מיט אים און מען באצאלט אים נישט וואס מען איז אים שולדיג, ליגט עוזיאל פערלשטיין און א גע'גנב'טע גע'גזל'טע לאט, און דאס איז א שרעקליכע ווייטאג פאר א די נשמה פונעם נפטר, די זאליס האבן געמיינט אז מען וועט אריין ריקען פאר פאלאק א נפטר, און דערנאך וועט פאלאק נישט האבן קיין ברירה און מיזן פארקויפן די לאט פאר ביליג פאר די זאליס, דערווייל זאגט פאלאק ניין, איצט בין איך נאך מער ידו על העליונה, ווייל איך האב א משכון שאול פערלשטיין זין אין מיין בעק יארד.

איצט קען זיך ר' זלמן לייב אויפשטעלן און וויינען אויף זיין נייע בית פאלאק לאט, שרייען חמסנים גזלנים...

די זאליס האבן זיך דערזעהן דא אין א ביטערן בראך, זענען זיי אין גרויס איילענישט געלאפן פאריגע וואך סוף וואך פרובירען איבערצושרייבען די בניני המתיבתא הק' אין קרית יואל, אויף זייער נייע בית החיים קאפערשאן ויואל משה סעמיטערי, אזוי וועלן זיי מיט איין שאס שיסן ביידע סיי די אהורנים און סיי פאלאק, ווייל אז זיי וועלן האבן די בניני המתיבתא וועלן זיי מאכן דארט א בית החיים, און איינוועגס אויך באקומען אלע בניני המתיבתא, א שיינער זיסער חלום....

אבער די קאנטי קלערק האט גלייך מודיע געווען פאר די הנהלת המתיבתא וואס די חמסנים גזלנים ווילן טאן, און זיי האבן ארויסגעטראסקעט די טרענספער וואס די זאליס האבן געוואלט מאכן בגניבה.

איצט זענען די זאליס מיטן צינק אינדעראויסן, און ווייסן זיך נישט ווי אהין צו טאן מיט פאלאק.




דווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-10/9/2009 20:59 לינק ישיר 

איך ווייס נישט וואס וועט זיין. די מחלוקות ענדיגן זיך נישט.

יעדע מינוט פרישע נייעס.

ווען וועט מען האבן צייט תשובה צי טיען? דאווענען אביסל, לערנען א בלאט גמרא? ס'ענדיגט זיך נישט!!



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-10/9/2009 21:02 לינק ישיר 

יונה'לע

פארוואס ענדיגסטו נישט די מעשה?.

האסט געדארפט דערציילן אז דערפאר האבן די זאליס נעכטן נאכט אונטערגעצונדן די מתיבתא בנין...

און ספין נאך ווייטער

אז די הקמת המציבה פון ר' עוזיאל פערלשטיין ז"ל גייט נישט פארקומען זונטיג ווייל מען האט נישט באקומען קיין פערמיט פון יאסל ווייס, ווייל מען האט נישט אויסגעצאלט די דיוס פאר די געוועזענע ק"י קהילה...



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-10/9/2009 21:05 לינק ישיר 

אה! שלום עליכם יונה שוין לאנג נישט געהערט פון דיר.

קודם כל

פערלשטיין ליגט שוין לאנג נישט אין פאלקס בעק יארד! די ביסט צוריק געבליבן מיט בערך צוויי וואכן. שוין צוויי וואכן צוריק ווען מרת. פאללאק האט געכאפט א אטאקע (געדענקסט נאך יענע קעיק?) האט זלמן פאללאק ארויסגעגראבן פערלשטיין צוזאמען מיטן נפל און אריינגעלייגט אין א גרויסע שווארצע גארביטש בעג, ער האט דאס באהאלטן אין זיין בעיסמענט. דערווייל זענען די זאלי'ס חוזק אין די לענק חוזק אין די ברייט (געדענקסט נאך פון חדר?) אן א ביה"ח און אן פערלשטיין.

יעצט וועגן די מעשה מיט די בניני המתיבתא, דאס פארדינט באמת א באזונדערע אשכול, ס'איז זייער נישט שיין אז אזא פעטע נייעס קלעבסטו צאם אין איין אשכול. אויך לאזסטו אויס וויכטיגע פרטים, ווען דער קלורק האט געזען די שווינדל האט ער תיכף ארויסגעכאפט זיין שווערד און אראפגעפליקט דעם קאפ פונם גנב (דרך אגב פאסט נישט אן א נאמען, מיט א נאמען זעט דאס אויס בעסער סאוי לאמיר זאגן פיצי יאקאבאוויטש, OK?) און פיצי יאקאבאוויט'ס קאפ איז געפלויגן ביז פאללאקס לאט, זלמן פאללאק האט א כאפ געטון דעם בעזעם און געגעבן א שמיץ, די קאפ איז געפלויגן ביזן בנין המתיבתא ווען די בחורים האבן געזען די געוואלדיגע נס און סייעתא דשמיא פון רבינו הגה"ק שליט"א האבן זיי "נישט" געזינגען "אומפאסיגע" ניגונים, אלע ניגונים זענען געווען דיירעקט פאסיג.

ווען די קאפ האט געזען אז קיינער באדערט זיך נישט מיט אים האט ער זיך אריינגעראוילט אין די בוילער רום ער האט אינטערגעצינדעם דעם בוילער רום, פארדעם איז געווען נעכטן א פייער דארט.

ס'בלייבט נאר איבער ווער ס'קען פארענטפערן, ווי אזוי האט ער אינטערגעצינדען די פייער אן א הענט, כידוע איז נאר די קאפ געפלויגן. און נאך א קשיא פריער האסטו געזאגט אז די שווינדל ביים קאנטי קלורק איז געווען פאריגע וואך, אויב אזוי פארוואס איז די שריפה פון יאקאבאוויטש געווען נאר נעכטן?




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-10/9/2009 21:13 לינק ישיר 

היות איך זע אז מיין מנהל איז נישט צופרידן מיט מיין אשכול דעריבער בעט איך די מנהל דא "זאל דאס אויך אויסמעקן".

נ.ב. מזל טוב תמיד'ל, נאך 10 מאל זאגן פארשטייסטו אויפן ווינק.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > אחים אנחנו > ברעקינג! זאליס צוקנאקט אויף שטיקער
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר

bholext