ר' משה דוד נידערמאן דער פירער פין יו. זשעי. או. האט אנגענימען דעם קאנידידאט סטיוון לעווין
וואס דער לעווין איז שיק יונגעל פין וויטא לאפעז
קודם דארף מען צי וויסן אז וויטא לאפעז האט אלעמאל אינטער געהאקט די פיס פין יודען אין וויליאמסבורג אין אזא מענטש קען קיין טראסט נישט געווינען אין נישט זיינע שלוחים.
ר' משה דוד נידערמאן מיינט מענטשן אין וויליאמסבורג זענען משוגע מען קען קומען יעדע יאר אין צי זאגן בליגע האזניג וכו.
אין די זעלבע ווען בלומבערג איז געלאפן האט מען דאס זעלבע צי געזאגט.
יעצט לאמיר רעדן אביסל וועגן די סקול וואטשערס אין איך האב שוין כמה פעמים ארויס געבערנגט די וויכיטקייט וואס אלע מוסדות התורה האבן פין די סקול וואטשערס, אין די הנאה וואס די עלטערן האבן דערפון, ס'איז נישט קיין ספק אז ווען נישט קיין וואטשערס וואלטן די מוסדות מיט די יעצטיגע עקנאמיע נישט געהאט קיין קיום אין זיי וואלטן רח"ל צי זאם געפאלן.
פאר 2 חדשים איז געווען א גרויס מערכה וועגן וואטשערס וואס בלומבערג האט געוואלט אפשאפן
דער איינציגעסטער וואס האט עס אפגערעטוועט איז שמחה פעלדער מיט די הילף פין די עלטערן.
מען האט דעמאלס נישט געהערט פין מענצער לאפעז מיט די אלע אנדערע וואס פרובירן זיך ארויף צי כאפן אויף די וואגן פין עסקנות אין אינז איין רעדן אז זיי קענען ארלעדיגן מיט קאנעשענס .
מעו האט דעמאלס באשיינפערלך געזעהן אז מען האט א מענטש פין אינווענדיג טוט מען אויף גדולות ונצרות.
יעצט דער סטיוון לעווין האט ביי די דעבאטע קלאר געזאגט אז ער איז קעגן סקול וואטשערס
קען יעצט קומען ר' משה דוד נידערמאן אין אריין לייגן אין דבר יום אז לעווין איז יא פאר ווטשערס
וואס מיינט ער אינז זעמיר פערדן מען קען קימען אינז איין רעדן ווייל ער האט א אינטערס
היינט קומט ר' משה דוד מיט א פרישע ספין ווייל מענטשען האבן געכאפט מיט א ליגענט
זאגט ער יעצט אא סקול וואטשעקס איז אומקאנסטעשנעל אין מען קען עס נישט ברענגן
ער פרובירט דעם עולם צו פארדרייען א קאפ כאילו ער איז פאר AFTER SCHOOL וואוטשערס יא, און נישט פאר געהעריגע וואוטשערס!
אדרבה פרעגט אייך נאך ביי אייער מוסד אדמיניסטראטאר די וואוטשערס וואס מיר רעדן איז AFTER SCHOOL וואוטשערס!!!!
פרטים יבאו
תוקן על ידי לאגיש ב- 13/09/2009 16:36:42
נשלח ב-13/9/2009 17:29
ר' משה דוד לויפט יעצט ארום אז מען טאר נישט וואטן פאר אייזיק אברהאם ווייל ער איז א יוד אין ס'איז נישט גוט אז מען זאל וואטן פאר א יוד.
קודם לכאורה א הארבע שאלה סטיוון לעווין איז דאך אויך א יוד ער האט אפילו א קאפל
איז דען ח"ו דא שתי תורות, פאר לעווין דער יוד איז א מצוה צי וואטן
אין פאר אברהאם איז טאר מען נישט וואטן
פארוואס ????
אין צווייטנס פארוואס האט מען תשל"ד פארשטאנען די וויכטיקייט פין צי וואטען פאר א חסידישן יוד
אין דעס איז געווען אין דערצייט ווען דער סאטמארער רב ז"ל האט געלעבט אין מען האט זעך נישט גערירט אן זיין הסכמה
אין מען זעט ווי זיין גבאי שרייבט זיך אויך אינטער
זעמיר אינז היינט גרעסערע חכמים
נשלח ב-13/9/2009 17:55
יעצט לאמיר אויס שמועסן די ברענדיגע טעמע פין חוקי תועיבות וואס דער סטיוון לעווין שטיצט
1) ר' משה דוד נידערמאן זאגט אז ער דער לעווין רעדט נישט דערפין אין ער האט גארנישט ציטאן מיט חוקי תעובה
2) טענה'ט ר' משה דוד אז די חוקי תועבה האט גארנישט ציטאן מיט סיטי נאר מיט פעדראל אין סטעיט
ליינט וואס ר' משה דוד שרייבט:
( בדרך אגב דא שרייבט ר' משה דוד אז דער לעווין איז נישט קיין יוד בין איך שוין אינגאצען צימישט פארוואס האט ער אן קאפל )
דא שטעלט זיך ארויס אז ר' משה דוד פארדרייט דעם ציבור אין ער מיינט אינז זעמיר קעלבלעך !!!!
סטיוון לעווין שרייבט קליפ אין קלאר אז ער שטיצט עס יא די ביטערע חוקי תועבה
איי וועסטו וועלן זאגן אין הכי נמי סטיוון לעווין שטיצט יא די חוקי תועבה
אבער דאס האט גארנישט ציטאן מיט די סיטי נאר מיט די סטעיט
פין די התאחדות הרבנים איסור קעגן דעם סיטי מאיער קאטש זע מיר אינז אז אפילו פאר א סיטי קאנדידאט טאר מען אויך שטימען
אין א מאיער קען דאך גארנישט דורכפירן קיין שום געזעץ אן די סיטי קאנסול
תוקן על ידי לאגיש ב- 13/09/2009 17:53:03
נשלח ב-13/9/2009 19:02
זייער גוט ארויסגעברענגט
נשלח ב-13/9/2009 19:16
עס דארף אויך ארויסגעברענגט ווערן אז דער וויסטער שונא ישרא' וויטא לאפעז, האט אלע יארן געפייט מיט ציין אין נעגל קעגן אידן אז זיי זאלן נישט באקומען עפארדיבעל האזינג, ווער געדענקט נשיט די בערי דירות?
דאס זעלבע גייט אין די גאסן אין בושוויק גאסן נאך גאסן בויעט די רעגירונג עפארדיבעל האזינג, פארוואס איז נישט דא אין ווילי?
פארוואס קען נישט א איד באקומען קין דירה אין די פראדשעקס?
פארוואס אין בעדפארד גארדנס האבן אלע משה דוד נידערמאן קינדער און איידעמער באקומען דירות, און קיינער מער באקומט נישט?
פארוואס איז משה דוד נידערמאן די איינציגסטער איד אין בעדפארד גארדנס וואס וואוינט אין א E דירה וואס האט 4 בעדרום, און מען האט אים נאך נישט ארויסגעווארפן פון דארט?
ווי אזוי קען זיין אז דער שונא ישראל וויטא לאפעז וויל היינט צו טאג פלוצלינג צושטעלען עפארדיבעל דירות פאר אידן?, וואס איז געשעהן?
די תירוץ איז אז די גאנצע זאך איז שקר פון קאפ ביז פיס!!!
וויטא לאפעז דער ארכי שונא ישרא' האט געמאכט א דיל מיט משה דוד נידערמאן אז ער זאל ארבעטן פאר אים, ער האט מסביר געווען פאר משה דוד אז ער גייט אים ממילא נישט געווינען, ממילא זאל ער צו אים צו שטיין, און ער וועט זעהן אז ער זאל פאריוואט מאכן אסאך געלט פון די סיטי, און בעדפארד גארדנס זאל געבן דירות פאר זיינע קינדער און איידעמער.
איך וועל נישט נישט זאגן אז ער איז דער שטילסטער באשעפעניש, אבער קען מיר איינער אנווייזן און במשך די לעצטע 36 יאר פון זיין עסקנות אז א אידישקינד זאל שאדן האבן פון דעם וואס ער איז א LOUD מענטש? אבער גאר די היפך?
עסדערמאנט מיר די מעשה וואס עמיצער האט מיר נאכגיזאגט פונעם סאטמארער רב דער ברך משהז"ל, עמיצער האט אים גיפרעגט פארוואס ער האט אויפגענומען א געוויסן איד און קריתיואל אנצופירן די פאליציי? האט ער גיענטפערט אז ער האט דאס אנגעטראגן פאר ר' שמואלקעסטנבוים און ער האט דאס אפגיזאגט...
ר' אברהם יצחק אבראהאם איז נאך צויעדע צייט אזוי פאסיג וואו שמחה פעלדער און בארא פארק אויב נישט מער, און פרעגטאייך נאך ביי די עסקנים וואס זענען גיווען אינוואלווד יעצט פאר זומער מיט דיוואוטשערס מערכה וואס איז גיווען אנגעפירט דורך הרה"ח ר' חיים דוד צוויבל ר' יושעאסטרייכער און נאך עסקנים, וועט איר הערן אז ר' שמחה פעלדער האט באגלייט איעדע טריטאון שריט גיזאגט פונקטליך יעדן ריר וויאזוי מען זאל זיך באגיין צום מעיאר אלעס ווילער איז און קאונסיל! און ער איז א היימישער! און דער איינציגסטער איד וואס איז גוטמיט בלומבערג!