| נשלח ב-15/9/2009 03:19 |
|
| |
לצים: הכרת הטוב פאר לעווין?
איך בין נישט קיין וומ"ב ממילא בינעך נישט אזוי באקאנט די ארטיגע פאליטיק, אבער ליינענדיג ר' זלמן לייב טייטלבוים'ס קאמפיין בלעטער פאר לעווינ'ן האביך ערענסט געמיינט אז דער לעווין איז דער אמטריענדער קאנדידאט, אין אבראהאם טשעלענדשט איהם,
היינט ליינענדיג א ברוקלין בלאג ווער איך געוואויר א גרויסע נייעס, אז דער 33סטער דיסטריקט סיטי קאונסיל פארמעסט איז פאר א ליידיגער זיץ, דער יעצטיגער קאונסילמאן הייסט דעוויד יאסקי און ער געבט אויף די זיץ צו לויפן פאר עפעס אן אנדערן פאזיציע.
האט איינער דאס געוויסט?
קלער איך אפשר האט דער לעווין רעפרעזינטירט וומ"ס אויף אן אנדערען פאליטישן אמט, דערווייל ליין איך זיין פראפייל זעה איך אז ווי וואס ווען, ער איז א נייער גרינער מענטש, וואס זוכט פשוט צו אנהייבן א פליטישער קאריער, ער איז א נעפיו פון סענאטאר מיטש לעווין פון מישיגען.
האט איינער דאס געוויסט?
ליין איך ווייטער ר' זלמן לייב טייטלבוים'ס קאמפיין בלעטער, שרייבט ער אז דער לעווין איז טאקע נישט קיין ערוויילטער פאליטישן, אבער ער אינדארסירט ביי וויטא לאפעז, אין מ'דארף ווייזן הכרת הטוב פאר לאפעז'ן, האב איך געמאכט א שטיקל ריסערטש ווער איך געוואויר אז יא דער לאפעז איז טאקע אן אלטער אסעמבלימאן אין ברוקלין, "אבער" דאס דער גרויסער "אבער" "וויטא לאפעז רעפרעזענטירט מיטאמאל וויליאמסבורג!!!" א גוטן פורים!!! דער וומ"ב אסעמבלימאן איז דשאסעף לענטאל!!!
האט איינער דאס געוויסט?
ליין איך ווייטער ר' זלמן לייב טייטלבוים'ס קאמפיין בלעטער, זאגט ער אז אינה"נ לעווין איז א גרינער, לאפעז רעפרעזינטירט נישט וומ"ס, אבער לאפעז האט נונטע באציאונגען מיט נידערמאן!! עטס הערטס א מין מעשה? דאס מיינט, דער הכרת הטוב איז נישט פאר לעווין, ווייל ער איז קיימאל קיין ערוויילטער פאליטיקאנט געווען, נישט לאפעז, ווייל ער רעפרעזיטינרט דאך נישט וומ"ב, דער הכרת הטוב איז פאר נישט קיין אנדערן ווי נידערמאן, און אויב חלילה מ'וועט נישט ווייזן הכרת הטוב פאר די אנערבל משה דוד נידערמאן וועט ער מער נישט ארבעטן פאר וומ"ב!!! א שיינע מעשה!!
איך זאג ענק רבותי אזעלעכע לצים ווי די זאליס האב איך קיינמאל געזען, נאר אזעלכע מענטשן וואס זיצן אין בג"ץ, טרעטן אויפן ויואל משה, און קענען נאך האבן די העזה זיך צו רופן די פרומע און מוחה זיין אויף אנדערע, נאר אזעלעכע אקטיורן CAN GET AWAY WITH MURDER
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-15/9/2009 03:54 |
|
| |
נאך מער קישקע
סטיוו לעווין איז 28 יאר אלט, רבוש"ע וועלכע הכרת הטוב רעדט מען דא
|
|
|
|
| נשלח ב-15/9/2009 06:54 |
|
| |
ס'דערקענט זיך אז די ביסט נישט קיין וויליאמסבורג'ער, ווייל די וומסב"ג'ער איינוואוינער ווייסן דאס מאל זייער גוט אז דער גאנצער קאמפיין פון נידערמאן האט נישט קיין הענט און קיין פוס.
ס'אמת אז די קאמפיין פון נידערמאן איז גאר שמוציג און נידריג, אבער זייערע מתפללים אליין שעמען זיך מיט דעם שאנדפולען קאמפיין וואס וויליאמסבורג האט נאך קיינמאל נישט געזעהן. אויף אזוי ווייט אז אפילו די מתפללים אין זייער אייגענע בתי מדרשים ווייסן ניטאמאל וואס נידערמאן וויל פון זייער לעבן האבן און זיי שעמען זיך מיט זיין גאר מאדנעם צוגאנג ביים איצטיגן קאמפייין.
|
|
|
|
| נשלח ב-15/9/2009 11:11 |
|
| |
דער וויכטיגסטער פונקט ביסטו (אפשר) נישט באקאנט, וויטא לאפעז איז דער מאכטיגספעלער דעמאקראט אין ברוקלין.
אז מען העלפט לאפעז און זיינע מענטשן באקומט מען צוריק פון די רעגירונג כפל.
חוץ מזה, אבראהאם האט נישט קיין שאנס צו געווינען, לעווין איז פון די פראנט ראנערס!
|
|
|
|
| נשלח ב-15/9/2009 17:31 |
|
| |
הבדלה, "ווער" באקומט צוריק "וואס"?
אז נידערמאן זאל באקומען כפול, מעג מען שוין אזוי עקלהאפטיג באשמוצן אין דער וועלט אריין דעם אידישן קאנדידאט, וועלכער שטיצט "נישט" קיין תועבה, און וועט אויך "נישט" פארזיכערן אז נידערמאן זאל באקומען באצאלט כפל פאר גארנישט טון?
|
|
|
|
| נשלח ב-15/9/2009 18:16 |
|
| |
| הבדלה_מנין כתב: |  | |
דער וויכטיגסטער פונקט ביסטו (אפשר) נישט באקאנט, וויטא לאפעז איז דער מאכטיגספעלער דעמאקראט אין ברוקלין.
אז מען העלפט לאפעז און זיינע מענטשן באקומט מען צוריק פון די רעגירונג כפל.
חוץ מזה, אבראהאם האט נישט קיין שאנס צו געווינען, לעווין איז פון די פראנט ראנערס!
|
|
אזא אפגעריסענע טופשית האב איך שוין לאנג נישט געהערט
מען רייסט געמיינערהייט אראפ מיט שקרים אין כזבים א עסקן וואס טיט שוין פאר וומ"ס מיט א געטריישאפט עטליכע צענדליגע יאר שלא על מנס לקבל פרס
אין מען אינדארסירט א ראצער, אן אפרוח, זיין גאנצע קראדענשאלס איז אז ער האט געארבייט פאר דעם וויסטען שונא ישראל וויטא לאפאז,
אין פארוואס ווייל אזוי וויל דער שונא ישראל
זאג נאר די חכם איינער אפשר ביסטו מסביר וואסערע כפל וומ"ס האט באקימען פין דעם שונא ישראל, אויסער פראבלעמען
אין איך זאג אז וומ"ס איז נאך נישט פטור געווארן פין דעם נידערמאן זענט עטץ א באנדע משו.....
תוקן על ידי טאטלע ב- 15/09/2009 18:16:29
|
|
|
|
|
| נשלח ב-15/9/2009 18:35 |
|
| |
קושקע, דו ביסט זייער זיס.
אבער אין אמת'ן גערעדט, איז די קשיא איז שווער איבעראל, קענסטו מיר זאגן וואס סקוואדראן האט מיר געגעבן נאכן קריגן מיין וואוט?
איך באקום פונקט אזוי ווייטער טיקעטס,
מען האט מיר אוועק געגאנבעט די טו-וועי אויף קענט עוו.
מען צאלט פונקט אזוי ווייטער העכערע סיטי טעקס,
מען צאלט מער פאר וואסער,
מען האט צולייגט נאך בייק לעינס,
מען גייט העכערן די מיטער פרייזן,
איי מין, וואס איז די איידיע בכלל פארן גיין וואויטען? סך הכל האט מען געהאלפן א מענטש אנקומען אויפן בענקל, אין ער מאכט 130 טויזענט דאללער א יאר, אין מיר וועלן ווייטער באצאלן ווי פערדן טייער פאר די סיטי.
אפשר זאלן דארפן וואויטען פאר דעם סעלף העיטינג דזשו בלומבערג? רשע דער! וויפיל געלט האט ער שוין געמאכט פון אומשולדיגע טיקעסט, דער ממזר!
איך האב באמת נישט וואס מיר האבן פון ארויסגיין וואטוען פאר די אלע בהמות,
ש
משא"כ דער אברהאם איז א איד וואס האט אייביג געארבעט בלויז עסקנות, קומט זיך אים אזויפיל צוריק צוצולאן אז ער זאל באקומען א בענקל אין מאכן כאטשיג עפעס געלט,
ווייל הער זיך איין, מיט דעם דרעק וויטא לאפאז וועט מען אנקומען ארויס פון וויליאמסבורג, ער מיינט נישט אונז, ער מיינט זיינע פארשאלטענע מעקסיקאנע ברודער, דער עקלהאפטיגער שייגאץ.
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-15/9/2009 19:10 |
|
| |
שטימט פאר הרב לעווין
מאכט זיכער צו שטיצען פאר דעם הייליגען סטיוו לעווין
לאזט אייך נישט פארפירן פין די וועלכע זאגען אז ער שטיצט תועיבה - ס'האט גארנישט מיט אים, ער האט פשוט געשריבען אין א בריוו די שטיצע דערצו ''בטעות''
לאזט אייך נישט פארפירן פין די וועלכע זאגען אז ער איז קעגן סקול וואוטשער'ס - ס'האט גארנישט מיט אים, ביי די דעבעיט האט מען בטעות ארויפגעברענגט די אישו אין ער האט בטעות גענטפרט.
וואוט נישט פאר א היימישער יוד, א גוי וואס ארבעט פאר אלטען וויטא לאפעז ער פארשטייט אינזער געגנט אין נאר פאר אים מעגן מען שטימען.
שטימט אלע פאר ר' משה דוד/שמעון לעווין,
אבער
ודע לפני מי אתה עתיד ליתן דין וחשבון!
מ'האלט געציילטע טעג פאר'ן הייליגען יום הדין!
א שטימע קעגן ר' אברהם יצחק איז מכריע דעם וואגשאהל קעגן א היימישען יוד!
אויב פילט איר אז אייער פארטיי שטיפט אייך צו שטארק דאן געדענקט ''שב ואל תעשה עדיף''
|
|
|
|
| נשלח ב-15/9/2009 23:58 |
|
| |
ס'קומט באריכטן אז ס'דרייט זיך יעצט ארום אין די שטאט וויליאמסבורג דער מנוול סטיווי לעווין, און פרובירט אריינצוכאפן אידן יראים ושלמים אין זיין השחתה נעץ.
וויכטיג! יעדער זאל אנזאגען פאר די קינדער מען זאל בשום אופן נישט צו נעמען אדער צורירן צו קיין שום ליטעראטאר פון דעם משחית, מ'קען נישט וויסן וואס מ'קען דארטן אנטרעפן ר"ל.
|
|
|
|
| נשלח ב-16/9/2009 01:25 |
|
| |
אזוי ווי יעדער זעהט קאמפיינט מען לעטלי אין וויליאמסבורג פאר
סטיוו לעווין אין מהאט אויסגעטראפען א צוזאג פארן עולם דא אז מגייט בויען א
"בראדוועי טריי ענגעל"!!
וויל איך מיר אביסל אויסרעדן מיין ווייטאג אלס שכן וואס איך
וואוין דארט דערנעבן בשכינות.
דארט איז דא אין די גאנצע געגענט ליידגע שטחים פון אידן בעלי
בתים יעצט אנשטאט צו בויען אויף די ליידיגע שטחים, גייט מען אין מענמט אוועק
פראפערטיס פון אידן וואס איז שוין "אויפגעבויעט" אין יעצט וויל איך
צוקומען צום פינטל .
די אינטערשטע שורה וואס דא גייט געשעהן איז אזוי אז מגייט
ריזאנען די גאנצע געגענט אין די הלכה פון די געזעץ איז אז אויב איינער וואס האט
פראפערטי דארט איז מחויב אוועקצוגעבן זיין קרקע פאר אפערדעבל האוזינג אבער די קרקע
מוז אבער נישט זיין אין יענע געגנט סא וואס דא גייט געשעהן איז אז די שטאט נעמט
אוועק "אויפגעבויטע פראפערטיס" אנשטאט צוצונעמען די "ליידיגע
פראפערטיס
אין חוץ מזה דעי אלע אידן וואס האבן דארט שטחים וועלן זיך
בויען דארט ריזיגע הייזער צום פארקויפן פאר געפערפערטע פרייזען אין דעס אז זיי
דארפן בויען אפערדאבעל מוז נישט דייקא זיין דא אין געגענט מקען עס בויען סיי ווי,
סא די אלע אידן וואס האבן דארט קרקע וועלן זיך בויען אין בושוויק צו אין סיי
וועלכע געגענט אפערדאבעל דירות אין דא וועלן זיי בעטן געפערפערטע פרייזען אין די
גאנצע "בראדוועי טרייענגעל" פון וואס משה דוד נידערמאן מאכט אזא מצב איז
נאר סך הכל 95 דירות וואס פון דעם גייט גיין פאר די ספאנישע 80% אין 20% פאר אידן
קומט אויס די סך הכל אז די דירות וואס מזאגט צו פאר אונז איז נאר טאקע
דעי 20% דעס מיינט 18 אין 1/2 דירות....... אין דעי 4000 טויזענט דירות וואס ער
זאגט צו איז נאר אז מגייט קענען ריזאנען צו בויען דירות אין אפאר מענשטען זאלן
קענען מאכן נאך געלט
איך וועל ענדיגען מיינע ווערטער
א שטיצע פאר סטיוו לעווין איז א שטיצע פאר נאך א
ספאנישער אין אונזער געגנט
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-16/9/2009 02:17 |
|
| |
please make sure to forward to family an friends, every vote is more crucial now then ever, they are trying to take over williamsburg and turn it into KJ. we will never allow this to happen without a fight, fight now, come out to vote or fight the next 20 years with the reshuim.
ווען מען זעט די כוחות וואס דער צד שכנגד לייגט אריין אין "אבראהאם"
ווען מען זעט ווי זיי זענען גרייט צו לויפען מיט דעם צודרייטען "אבראהאם" אבי אונטערצוהאקען די פיס פאר די היימישע עסקנים
ווען מען זעט ווי אזוי אבראהאם ווערט אזוי שיין אויפגענומען דורך אהרן חארינער
ווען מען זעט ווי דער בלאט פארדעקט זיין גאנצע היסטארי דורך שרייען אויף די אמת'ע עסקנים "תועבה"
ווען מען זעט ווערצבערגער, גלאנץ, משכיל ווידער, מסור שלעזינגער שרייען קולי קולות "אבראהאם"
פארשטייט דער ערליכער ציבור דעם ציל..........
דער ציל איז צו צוברעכען דעם פאליטישען כח וואס די ערליכע עסקנים און קהלתינו הקדושה האבען זיך ערווארבען מיט גרויס מיה.
דעם כח וואס האט מיט סייעתא דשמיא אפגעקעמפט די "שמיני עצרת אינוואזיע"
דעם כח וואס האט מיט סייעתא דשמיא געראטעוועט די לוי' פון רבינו הקדוש בעל ברך משה
דעם כח וואס האט אפגעראטעוועט מוסדות סאטמאר, יו. טי. עי. פון פאלען אונטער די שמוציגע נעגעל
דעם כח וואס האט געראטעוועט קהל יטב לב פון די מושחתים
דעם כח וואס האט געראטעוועט ביתו נאוה קודש של מרן רבינו שליט"א פון אהרן חארינער
דעם כח וואס וועט אונז ווייטער שטיין צו הילף מיט סייעתא דשמיא אז קהלתינו הקדושה זאל זיך ווייטער פירען על מי מנוחות ביז ביאת גואלינו..........
נעמט דאס נישט פאר לייכט!!!!
מאכט זיכער אז אייער משפחה, עלטערען, קינדער, שכינים און באקאנטע קומען אין די מאסען שטימען פאר
סטיוו לעווין פאר סיטי קאונסיל, ביטע קומען ווי פריער אין טאג, ווייל מען קען נישט וויסען די איבערקערענישען וואס די טמאים לנפש פלאנירען פארען טאג.
סטיוו לעווין און אלע קהלות אינדארסירטע קאנדידאטען!!!!!!!!!!
לאזט איך נישט פארפירען, די אישו איז נישט וואוטשערס, נישט תועבה, און אפילו נישט האוזינג......
די אישו איז מלחמה לה' בעמלק מדור דור!!!!!!
מיר דארפען מלחמה האלטען מיט די קליפה פון אהרן טייטלבוים אויף אלע פראנטען.
בשם ה' נעשה ונצליח
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-16/9/2009 02:20 |
|
| |
מ'האט עם דערטשאפעט: אבראהאם ביים רבי'ן
|
|
|
|
|