נידערמאן מאכט וומ''ס פאר א ספארט זאל
היינט איז וומסב''ג געווארען א ספארט זאל, ווי קארן מיט מייקס פארן ארום, מ'זאל וואוטען פאר די קאנדידאטן פין דעם וואס האט געשיקט די קאר, דאס א ערשיינונג וואס פלעגט זיך אפשפילען אין יעדן פאל ווי ס'פלעגט לויפן מער ווי איין קאנדידאט ביים היימישען עולם.
אבער ווילט איר וויסען ווי מאראליש די זאלי'ס אין זייערע פירער זענען,
מאכט זיכער צו באגעגנען זייער טראק מיט די ריזיגע JBL ספיקערס אויפן דאך, וואס איז נאכנישט געווען אין וומ''ס חוץ ביי די מאטי קאנאר וואלען,
די בעיבישקייט אין ווילדקייט איז נישט אזא פראבלעם ווי די רשעות דערפון, ס'לעכערט די אויערן ערגער ווי די שבת בעל'ס, דער נייער פאקעל אין עולם המחלוקת א' ד' שרייט דארט מיט אימבאנימענע קולות זיינע באמבאסטישע בעקערייען, אין וועקט אויף פין קליינע פיצלעך ביז עלטערע מענטשן, אויף א פארנעם ווי קיינמאל בעפאר.
איר וועט מיר נישט גלייבן ביז איר וועט נישט באגעגענן דעם טראק.
כ'קען נישט גלייבן אז דאס איז לעגאל
אבער כ'האב נישט געוויסט אז חוץ די זאלי'ס האט קיינער נישט די גאטס צו רופן 311 אדער 911 אין זיין א מסור
אשרנו מה טוב חלקינו,
תוקן על ידי rebyankel ב- 15/09/2009 21:20:58
 |
|
|