נידערמאן, נעם אראפ דיין לאפעז פון אונז!
אזויווי מ'האט אביסל ארומגעשמיעסט היינט איבערן טאג איבער די אנאליז פון נאך די וואלן, און אזויזווי ס'איז דא אסאך וואס צו זאגן אויף דעם, וויל איך דא אויסשמיעסן אפאר נקודות.
איך וואלט אנאלאזירט די מעשה אזוי:
די אישו איז דא עטליכע זאכן, און נישט נאר איינס, וואס איז טאקע זייער וויכטיג ארויסצוברענגען.
לאמיר דאס צוטיילן אין דריי חלקים:
1. וואס וויליאמסבורג וועט פארדינען,
2. וואס דער קאנדידאט פרעזענלך וועט פארדינען,
3. וואס פאר א מעסעדזש וועט וויטא לאפעז באקומען.
און אויף די זאכן איז זייער וויכטיג צו קוקן סיי אין די טאג פון די וואלן, דער טאג נאך די וואלן, און ביי די קומענדיגע וואלן.
***
ווי ס'איז באקאנט, מיט יארן צוריק אין וויליאמסבורג, אין די בראשית יארן, ווען מ'האט געברויכט עסטאבעלירן סיי מוסדות וקהילות הקדושות מיט אלע צוגעהערן וואס א חרדי'שע שטאט ברויך האבן, און סיי פרעזענליכע הילף פאר אלע איינוואוינער בפרט - וואס אסאך פון זיי זענען נאך געווען היבש גרין דא, האט מען געברויכט אסאך הילף פון די שטאטישע טאטעס, האבן די געטרייע ראשי קהילה פון אלע קהילות, און בפרט פון סאטמאר וואס איז געווען די גרעסטער, איינגעזעהן אז מ'מוז שאפן א גרויסן "בלאק וואוט" ווי פארשטענדליך, וואס נאר דעם שפראך ווערט געהערט אין די אויערן פון די שטאטישע טאטעס.
דער בלאק וואוט האט גאר שטארק ארויסגעהאלפן. צ.ב.ש. ביים מאכן דעם BQE האט מען געזעהן, אז די געגנטער וואו מ'האט ארויסגעגאנגען שטימען האט מען זיך מיט זיי גערעכנט, און מיט ס'איבריגע האט מען זיך גענצליך נישט גערעכנט מיט זיי.דערפאר האבן אלע ראשי קהילה פארשטאנען דאס וויכטיגקייט דערפון און האבן פרובירט צו ארבייטן צוזאמען אין דעם הינזיכט.
ווען ס'איז געקומען צו א מצב וווען געוויסע שטאטישע טאטעס וואס האבן נישט אזוי געגליכן דעם חרדי'שן וויליאמסבורג, סיי צוליב א פרייען אפשטאם, סיי צוליב אנדערע סיבות, און האבן פרובירט אריינצוברענגען פארשידענע איבלען דא אין שטאט - ברוחניות ובגשמיות (א שטייגער ווי דער אינסינערעטער), האט מען זיי שטענדיג געקענט צו ווייזן דעם בלאק וואוט, און דאס האט געקענט בעזהשי"ת אפשטעלן אלע זייערע פלענער. און מיטן זעלבן בלאק וואוט האט מען בעזר השם געקענט אויספועל'ן פארשידענע עינים בכלל ובפרט, דערגרייכענדיג ביז צו די העכסטע פענסטער.
(הגם, ווי ס'איז באקאנט, ווען ס'איז געווען גאר א שווערן גזירה, האט מען אפילו געקענט נוצן א גרעסערן נומער ווי מ'האט טאקע געהאט (ווי דער שטייגער איבעראל...), האט מען געמוזט כאטש האבן עטליכע טויזענט שטימען, כדי צו קענען זאגן גרעסערע ציפערן. ווייל פארשטייט זיך אז מ'קען נישט מיט 150 שטימען בלאזן אז מ'פארמאגט 20,000 שטימען.)
דער בלאק וואוט האט אבער אנגעהאלטן ביז א 10-12 יאר צוריק.
אין די סוןף נ' יארן ווען אסאך פון די אלטע ראשי קהילה זענען ליידער אוועקגענומען געווארן פון אונז, בפרט די סאטמאר'ע ראשי קהילה, האט זיך די גאנצע פאליטישע כח צעביסלעך אפגעשטעלט.
ס'האט קיין לאנגע צייט נישט גענומען, און מ'האט טאקע אנגעפאנגן צו זעהן די טרויעריגע נאכפאלגן. די שטאטישע טאטעס האבן אנגעפאנגען צו שפירן אז היות שטימען קומען סייווי נישט אריין, קען מען אנפאנגן צו איגנארירן דעם חרדישן וומסב"ג, ביז אונז גענצליך איגנארירן ה"י. און ווען געטרייע עסקנים האבן געוואלט ארויס העלפן היימישע אידן מיט פריוואטע ענינים, האט מען ליידער אנגעפאנגן צו קלאפן אויף טויבע אויערן. (נישט רעדענדיג פונעם פאקט, אז געוויסער ווילדער אקטיוויסט, זעענדיג דעם חלל וואס איז אנטשטאנען דא אין שטאט, זיך גענומען ארומלויפן צו פאליטישאנס, פארשטעלענדיג זיך אלס דער א.ג. וויליאמסבורגער פארטרעטער, וואס האט צו אסאך גוטס נישט צוגעגעבן. וואס דאס איז נישט דער ארט איצט אויסצושמועסן.)
אין די צייט, האבן אלע אנטיסעמיטן - אזא שטייגער ווי וויטא לאפעז - זיך גענומען אין הייבן קעפ דערשפירנדיג אונזער שוואכקייט.
דער מצב איז געווארן ארגער און ארגער פון יאר צו יאר, די געטרייע אחריות'דיגע ראשי קהילה וואס זענען דאן געווען, האבן אנגעפאנגען איינצוזעהן אז דער מצב מוז קריטיש וויכטיג האבן א שארפן צוריק-דריי, און אן ערענסטער תיקון. מ'האט זיך צוזאמגענומען בכובד ראש דן צו זיין מיט אן ערענסקייט און מיט א פילן אחריות און מיט א געלאסענקייט וואס מ'קען טון צו ראטעווען דעם מצב דא אין שטאט.
זיי האבן איינגעזעהן אז דער איינציגסטע ברירה איז, זיך צוזאמנעמען און ווידער ארויסברענגען אין וויליאמסבורג טויזענעטער שטימען, און צוריק אויפבויען א שטארקן בלאק וואוט וואס זאל דערגרייכן ביז צו די העכסטע פענסטער, אזאנס וואס גאנץ כלל ישרא' וועט בעזר השם נהנה זיין, (א שטייגער ווי אפשטעלן גרובונגען אין די אלטע בתי עלמין אין אייראפע, ועוד ועוד.)
מ'האט אנגעפאנגען צו טון אין דעם ענין, און מ'האט זיך צוזאמענגענומען אונטערן נאמען יו, דזשעי, קעיר.
אנפאגענדיג ארבייטן אויפן בלאק וואוט, האט מען זיך אנגעטראפן אין א חלל אסאך גרעסער ווי געראכטן, זעענדיג אז צענדליגער רעגעסטרירטע וויילער זענען גענצליך ארויסגעפאלן פון די ליסטע, און ס'הערשט א געפערליכע אפטיע און קאלטקייט אפצוגעבן די שטימען אפגעזעהן וואסערע טובות מ'קען אלס ארויסנעמען דערפון. (איינע פון די סיבות דערצו, איז צוליב דער ווילדער אקטיוויסט וואס האט ליב ארומצולויפן כסדר פאר אביסל נער'ישע אינטערעסן און אויפמערקזאמקייט (בילדער), און גענומען די חתימות פון טויזענטער אידן, און דאס גענוצט פאר פריוואטע סיבות. ווי יעדער געדענקט יענעם מוצאי שבת ביים טרויעריג באקאנטן פריצות'דיגן ראלי ווואס ער האט אנגעפירט פאר זיינע פריינט, האט ער זיך נישט געשעמט, און ארויסגענומען דעם ליסטע פון דרייסיג טויזענט מענטשן - וואס האבן דאס תמימות'דיגעהייט אונטערגעשריבן, נישט וויסענדיג פאר וואסערע בייזוויליגע צוועקן דאס גייט געניצט ווערן - און דאס איבערגעגעבן פארן מעיאר, זאגענדיג אז די מענטשן האבן אונטערגעשריבן אויפן צעטל, אז ער, און נאר ער (ה"י), איז בעל הבית און פארטרעטער פון זיי אלע. דאס האט דאן גענצליך צעמישט דעם מעיאר, ווי ער האט זיך שפעטער אויסגעדריקט, אז ער האט זיך געווינדערט ווי איז דאס מעגליך אז פון די אנגעבליכע דרייסיג טויזענט, איז בלויז אפגעגעבן געווארן 150 שטימען?!)
זעענדיג דאס, האט מען באשלאסן אז מען גייט טון פארשידענע פעולות, מסביר צו זיין פארן ציבור דאס וויכטיגקייט זיך צו רעגעסטרירן, און זיך נעמען די פאר מינוט אפצוגעבן די שטימע. האפענדיג אז דערמיט וועט מען ארויפטאנצן פון די 33 אפגעגעבענע שטימען אין דעם דעמאקראטישן פרעזידענט פריימערי יארע 08', מיט כאטש 1,500 שטימען.
אנפאנג האט די ארבייט אויסגעקוקט ווי אוממעגליך, אבער מ'האט געהאפט אז מיט די יארן וועט מען צעביסלעך קענען ארויסברענגען טויזנטער שטימען בעזר השם.
דאן, 5-6 יאר צוריק ביי יענעם זיצונג, איז דארט אויפגעקומען א פארשלאג, אז איינע פון די מיטלען אנציציען ווי מער שטימען לטובת וומסב"ג, זאל מען ארויסשטעלן א היימישן קאנדידאט, דא אין דעם דיסטריקט. אזוי וועט געשען אין פאקט א מאסיוון טוירנאוט, פון וואס עווענטועל וועט דער גאנצער ציבור שטארק בענעפעטירן דערפון.
דעמאלט האבן די ראשי קהלה, קענענדיג דעם שיינענדיגן פרעזענליכקייט פון אזא טייערען און ערענסטער איד ווי הרה"ח ר' אברהם יצחק אבראהאם (לאנגיארי'גן מתפלל בביהמ"ד קי"ל - קליימער סטריט) - וואס העלפט ארויס יעדן איד מיט א שטארקן אחריות, און שטייט גענצליך ארויס פון כל ערליי פאליטיק - און אים געבעטן זיך ארויסצושטעלן אלס סיטי קאנסיל קאנדידאט, און נעמען אויף זיך דעם שווערן און אחריות'דיגן ארבייט וואס פאדערט זיך דערפאר. ער האט דאס אנגענומען, טראץ וויסענדיג אז מיטן ארויסשטעלן א חרדי'שן קאנדידאט וואס איז שוין א פיליאריגן קעמפער פאר וויליאמסבורג, וועלן די וויסטע אנטיסעמיטן אנפאנגען אויסצוגעבן שווערע געלטער אים פרעזענליך צו אטאקירן אין א שווערן שמיציגן קאמפיין ה"י.
למעשה, האבנדיג די אלע פלענער אין באטראכט, האט מען אנגעפאנגען די שווערער ארבייט צו רעגעסטרירן דעם ציבור, וואס האט פון אנפאנג אויסגעקוקט שווער. קיין לאנגע צייט האט דאס נישט גענומען, אבער פארשטייענדיג דעם ערערנסטקייט דערפון האט דער ציבור, אנגעפאנגן זיך צו רעגעסטרירן אין די טויזענעטער, וואס האט געברענגט א געוואלדיגן חיזוק פאר די ראשי הקהילה. (אין די זעלבע צייט האט זיך אנגעפאנגן א אומפארשטענדליכן לצנות קאמפיין פון דעם א.ד. ווילדער אקטיוויסט.)
אט איז אונטערגעקומען די נעקסטע וואלן, און בעזהשי"ת אט דאס אומגלויבליכע איז געשען: עס איז אריינגעקומען איבער 5,500 שטימען (אריינגערעכנט די 1,500 ספאנישע) וואס האט אויפגערידערט גאנץ ניו יארק.
אין דעם טאג נאך די וואלן, האט זיך די מידיא אראפגעלאזט איבער וויליאמסבורג, און געפרעגט דעם ציבור "וואס דרוקט אייך?" און דער ענטפער איז געווען גאר א לאנגן און ווייטאגליכן ליסטע (מ'רעדט שוין נישט פון דעם וואס אינגעלייט ווערן דערשטיקט גלייך נאך חתונה מיט אומדערטרעגליכע רענט אפצאלינגען.) (בדרך אגב, האט דער ווילדער אקטיוויסט געשיקט זיין אגענט ש. וו. זאל זיך אויך אריינרוקן דעם נאז, און געבן ווילדע סטעיטמענטס, וואס יעדער נארמאלער בר דעת האט געהויבן אויגן ברעמען, והמבין יבין)
אין די זעלבע צייט האט דער וויסטער אנטיסעמיט וויטא לאפעז וואס האט ארויסגעווארפן צענדליגער אומשולדיגע אידן פון זייער דירה אין די פראדזשעקס, געקוקט מיט ברייט צועפענטע אויגן פיל מיט שרעק אויף די מפיכה וואס פאנגט זיך אן אין וויליאמסבורג. מורא'האבענדיג אז די צייטן וואס מ'קען טרעטן אויף די אידן איז פארטיג.
***
יעצט לאמיר אנאלאזירן דעם אויסקום פון די וואלן לטובת וומבס"ג.
א. אויב גייט מען ווייטער אנהאלטן מיט די 5,500 טויזענט שטימען, אפגעזען פאר וועלכן קאנדידאט, וועט דאס זיין א געוואלדגער טובה פאר אונזער שטאט, ווי אויבן געשמיעסט.
ב. אויב וועט ח"ו זיין אונטער דעם נומער - אפגעזען פאר וועלכן קאנדידאט - וועט דאס נישט זיין אזוי גוט, אבער נאך אלס א שטיקעלע געווינס.
ג. אויב וועט זיין איבער 5,500, וועט דאס זיין גאר א גרויסן געווינס פאר וומסב"ג.
2.לגבי דער קאנדידאט הרה"ח ר' אברהם יצחק אבראהאם,
א. אויב באקומט ער איבער 2,000 שטימען, וועט דאס זיין גאר א גרויסן דערגראכונג פאר אים פרעזענליך, האבענדיג איבער 2,000 מענטשן וואס האבן געשטימט פאר אים טראץ דעם העסליכן קאמפיין וואס מ'האט געפירט קעגן אים פרעזענליך.
ב. אויב באקומט ער אריין אונטער 2,000 איז דאס נאך אלס א שטיקעלע געווינס פאר אים, פארטרעטענדיג פיפצען הונדעט רעגעסטרירטע מענטשן, וואס איז נישט אוועקצומאכן.
ג. אויב באקומט ער 2,500 שטימען, וועט דאס זיין א מעכטיגער געווינס פאר אים און פאר אלע ראשי קהילה, און פאר אלע מענטשן וואס ער האט געהאלפן בעבר, און וואס ער וועט ווייטער העלפן להבא. קומענדיג מיט אזא ריזן ציפער פון רעגעסטרירטע אידן, וואס זענען געקומען ארויסווייזן אז זיי שטיצן אים, און זיינע מעשי חסד. אויסער דעם דער פאקט אז אזא ריזן ציבור האט זיך נישט געלאזט פארפירןו פון אזא נידריגן און אומאראלישן קאמפיין קעגן אים פרעזנליך.
3. לגבי א מעסעדזש פאר וויטא לאפעז באנאזאם מיט אלע שונאי ישראל וואס ווילן נישט אז וויליאמסבורג זאל צוזאמענקראצן קיין 150 שטימען, און אוואדי נישט אז דער חרדי'שער קאנדידאט זאל האבן 2,000 רעגעסטרירטע שטימען.
א. אויב קומט אריין 2,000 שטימען פאר ר' אברהם יצחק, איז דער מעסעדזש קלאר און שארף: צוויי טויזענט מענטשן זאגן דיר: ס'איז פארטיג מיט די גוטע צייטן, וויליאמסבורג איז מער נישט קיין טאבע מיט וועם מ'קען זיך ארומשפילן ככל העולה על רחו רח"ל, און מ'קען נישט ארויסטראסקענען אומשולדיגע מענטשן פון זייערע דירות ואין פוצה פה ומצפצץ.
ב. אויב קומט אריין ח"ו אונטער 2,000 שטימען, וועט נאך אלס זיין א מעסעדזש, אבער נישט אזוי שארף פארשטייט זיך. הגם דאס איז נאך אלס בעסער ווי גארנישט.
ג. טאמער ס'וועט בעזר השם זיין איבער צוויי אהאלב טויזנט שטימען פאר ר' אברהם יצחק, וועט זיין דער מעסעדזש שארף און קלאר: די מיט דיינע טעראריסטן, ווילדע היצקעפ און אגענטן (ליידער א חלק פון מזרע ישראל): ס'פארטיג מיט די אלטע צייטן פון די לעצטע יארן, און די גייסט נישט קענען באזיגן וומ"ס מיט דיינע ווילדע אגענטן און מיט די אלע טעראר שטיקלעך, און די קרוב צו א האלב מיליאן דאלאר וואס עטס אונטערברעכערס האבן אריינגעגאסן אינעם שוידערליכן קאמפיין וואס קיין נארמאלע בר דעת פארשטייט דאס נישט, און מענטשן פון דיין אייגענע פאלק פארשטייען דאס אויך נישט.
סך הכל:
טאמער ס'וועט טאקע בעזהשי"ת זיין אזוי, אז ס'וועט אריינקומען צוויי אהאלב טויזענט שטימען פאר ר' אברהם יצחק, וועט דאס זיין אן אן הילכיגן אויסשריי: וויטא לאפעז, טראג דיר אפ פון וויליאמסבורג צוזאמען מיט דיינע שליחים און היץ קעפ. מיר זענען זייער פיינע מבינים אויף ענק, מיר וועלן זיך מער נישט לאזן אומיושר'דיג אונטערדרוקען און זיך לאזן ארויסשליידערן אויפן גאס, און נאכדעם וועט עטס צאלן מיליאנען פאר א נידריגן שמיציגן קאמפיין דא אין וויליאמסבורג היל"ת.
בשם השם נעשה ונצליח. אלה ברכב (קאמפיין טראקס מיט די ריזיגע ספיקער) ואלה בסוסים (דער גרויל'יגער ) ואנחנו בשם השם אלוקינו נזכיר.
 |
|
|