ווען אבראהאם וואלט ווען געוואונען...
די חוקי תועבה גרופעס האבן אויפגעגעבן זייער קאמפיין אין ניו יארק נאכדעם וואס קאנסילמאן אבראהאם האט געהאלטן א פייערדיגע רעדע און אלע קאנסולייט האבן פארשפראכן אז זיי וועלן שטימען אקעגן דעם געזעץ, טייל קאנסילייט האבן נאך די פייערדיגע רעדע איינגעזעהן אז יש מנהיג לבירה און האבן פארלאנגט קאפלעך מיט ציצית, לויט געוויסע באריכטן וועט דארט זיין איעדן טאג מנינים שחרית מנחה מעריב.
דער ווארטזאגער פון די חוקי תועבה גרופעס האט זיך אויסגעדריקט אז נאך ראביי אבראהאמס רעדע איז זיי שוין גרינגער אדורכציפירן דעם געזעץ אין יוטא און אין טעקסעס.
די גרעסטע שיפן פארט אין די וועלט איז די וואך פארענדיגט געווארן אין וויליאמסבורג, קאנסילמאן ראביי אבראהאם וועלכער האט אנגעפירט און געשאפן פעדעראלע פאנדן פאר דעם פונעף אונזיבעציג ביליאן דאלארדיגן פראיעקט האט אויפגעטרעטן מיט א רעדע פאר זיינע מיליאנען שטיצער וואו ער האט דערקלערט מיט פאטאס: וויליאמסבורג איז אויף די מאפע!
דער פאדיום פון וואו אבראהאם האט אדרעסירט די מיליאנען פארזאמעלטע איז געווען ארומגענומען מיט א בולעט פרוף גלאז נאכדעם וואס עס איז אריינגעקומען צענדליגער טויט דראונגען אויף אבראהאם צוליב זיינע קאנטראווערסיאלע סטעיטמענטס אקעגן אראפאט וואס האט געהאט א אפקלאנג איבער די וועלט.
דער זיכערהייטס שעף טולי גראס האט אנגעפירט די קאמאנדע אקציע האט זיך ארומגעדרייט מיט א גרויסע וואקי טאקי און האט געלאזט וויסן פאר די ארומיגע אז ער האט געהאלפן אויסקלויבן אבראהאמס נייע קוטשמע.
המשך יבא
 |
|
|