בית פורומים כל העולם כולו

וועלכע צד האט געווינען ביי די וואלן אין וומס"ב?

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-16/9/2009 17:45 לינק ישיר 
וועלכע צד האט געווינען ביי די וואלן אין וומס"ב?

לויט ווי איך פארשטיי, האבן די ארונים  ארויסגעקוועשט נעכטן א מעכטיגען זיג און וומסב"ג, מיט'ן ארויסברענגן מער שטימען פאר זייער קאנדידאט, ווי דער צד שכנגד האט געטיען פאר זייער קאנדידאט, אמת טאקע אז  לעווין { יעצט מעג מען שוין זאגן דעם אמת אז ער גייט נישט אייביג מיט א קאפעל?!........} האט געהאט מער שטימען און וומסב"ג, אבער יעדער ווייסט אז ער האט  זייער שטארק אנגעצויגן ביי די שפאנישע ווי לאפעז איז זייער  גרויס דארט, אן די שפאנישע וואטס וואלט לעוין קלאר געווען די מינדערהייט און וומסב"ג, אדער לכל היותר 50/50 דאס איז זייער א שטארקע געווינס אז די רעלאטיוו נייע ארגענזאציע UJC האט דעליווערט אסאך  מער וואטס ווי די עלטערע  "פאראייניגטע ארגענזאציע פון וומסב"ג", כה לחי

איך האף אז אונזערע עסקנים וועלן עס אויסניצען ווי געהעריג, און מאכן א שטיקעל PR דערפון פאר ווי עס קען העלפן,

דרך אגב, און קר"י טענה'ן די זאליס אייביג אז זייער גאנצע כח דארט איז ווייל זיי האבן דארט ביי יעדע וואלן בערך 36 - 40 פראצענט וואטס, דא האבן מיר געהאט איבער 50 פראצענט, עס איז באמת ווערט צו באגריסען, און עס איז זיכער א נייע בעסערע אנהייב פאר אנשי שלומינו



תוקן על ידי ניהול_גרופ ב- 24/09/2009 0:48:15




דווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-16/9/2009 17:48 לינק ישיר 

איך פארשטיי נישט איין זאך.
איז דא אין וויליאמסבורג צוויי טויזענט היימישע אידן, וועלכע דארפן נישט קיין גוטע קינדער, רח"ל.

דאס איז דאך ערגער פון אן עיר הנידחת !



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-16/9/2009 17:50 לינק ישיר 

וואס הייסט? וואס האט עס מיט גיטע קינדער?




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-16/9/2009 17:52 לינק ישיר 

ס'איז געקומען נעכטן א קלארע הבטחה פון הרה"צ הקדוש והטהור רבי שלום דייטש שליט"א !

ווער ס'וועט שטימען פאר לעווין וועט האבן גוטע קינדער
און ווער נישט... חלילה נישט !



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-16/9/2009 17:59 לינק ישיר 

יונה און שר קעצעלע, נפול תפול, געוואונען זאלסטו געוואונען...



דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
נשלח ב-16/9/2009 18:06 לינק ישיר 

א געווינער לאכט !
אויב שעלט ער... מסתם האט ער סיבות דערביי...!



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-16/9/2009 18:07 לינק ישיר 

Could someone bring a accurate breakdown of the district demographics and their allocation according to the polling places so that we could get a real understanding of how many votes UJO vs. UJCare got?
gimpele



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-16/9/2009 18:14 לינק ישיר 

און קורצען!

כ''ע מודה, אז קרוב צו 2000 וויליאסבוגער יודען האבן נעכטען אויסגעשריגען ביי שטים בודקעס, מיר ווילען נישט האבן מיט נידערמאן גארנישט! ער זאל אונז נישט פארטרעטען!

כ''ע מודה, אז 2000 טויזענט יודען האבן אויסגשריגען נעכטען מיר ווילען נישט האבן קיין פארטרעטער וואס שטיצען תועבה געזעצען!

כ''ע מודה, אז מען קען נישט וויסען וואו פול שטימען נידערמאן האט ארויסגעברענגט, פון די וויליאמסבורגער איינוואוינער,

כ''ע מודה, אז לעווין האט געווינען א דאנק די היספאנישע,

כ''ע מודה, אז דער וויטא לאפעז איז דאך געווען דער וואס האט ארויסגעריקט יעדן איד פון די פראדזשעקס, יעצט איז מדין ומואב עשו שלום, לאפעז האט געפאדערט הכרת הטוב פון די ספאניעלאס, און נידערמאן האט געליאמערט הכרת הטוב פון די זאליס, שאפראן, וויען, קלויזענבורג, קראלי, נייטרא, צעהלים, ספינקא,

כ''ע מודה, אז קיינאיינער האט נישט געהאט קיין הוה מינה בעולם אז אבערהאם גייט עס מאכען!

כ''ע מודה, עס עס איז מער מענטשליך און מאראליש צו העלפען א יודישער קאנידאט!




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-16/9/2009 19:03 לינק ישיר 

קינדערליך.

הערט אויף צו שפילן הויז, און הערט אויף צו טראכטן קינדיש.

די ארונים האבן נעכטן גוט פארלוירן.

זיי האבן אוועקגעווארפן 2 טויזענט שטימעס אין מיסט קאסטן.
יא זיי געהאט תורה'דיגע הסברים, אבער פאליטיש האבן זיי גוט פארלוירן.


זאגט מיר איך בעט אייך.
וועלכען פאליטישאן גייט אן ווער עס האט געהאט מער ביי די פראדזשעקס אדער ביי פלאשינג?

זאגט מיר ביטע
וועלכען פאליטישאן אינטערעסירט דער פאקט אז אבראהאם איז ארטאדאקס און דערפאר האט מען געמוזט שטימען פאר אים.

דאס אז לעווין האט אנגעצויגן אין וויליאמסבורג בערך 3400
און אבראהאם דער איד, נישט מער ווי קארגע 2000 רעדט זייער הויך.

תירוצים איז דא גענוג:
ס'איז נישטא קיין ארגאניזאציע געהעריג.
יו דזשעי קעיר איז א לעדערהעט
נידערמאן האט א מעכטיגע אפעראציע
זיי האבן יעדן ארויסגעשלעפט און די ארונים נישט.

די באטעם ליין איז:
די ארונים האבן גוט פארלוירן.

ס'קען זיין אז בעולם העליון וועט מען באקומען שכר פאר'ן שטימען פאר אבראהאם.
דא באקומט מען דערפאר פעטש !



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-16/9/2009 19:16 לינק ישיר 

פון ווי נעמסטו דער ציפער 3400 פאר לעווין אין וומ"ב?



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-16/9/2009 19:17 לינק ישיר 

Isaac,

Is your 3400 number accurate?
if yes, any politician who will want to court the jewish vote has a equal opportunity in getting either UJO or UJCare to support him.

Lets go further, if it's true what the zalonim claim that they had all other kehilos on board. then it shows that in satmar itself the Aroinim have a majority.
Not something I think should excite any Zaloni.

Gimpele



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-16/9/2009 19:48 לינק ישיר 

כ'וויל קלארשטעלן 2 פאקטן
1) רוב וומסב''ג איינוואוינער זענען ''נישט'' ארויסגעקומען שטימען, והא ראי' לויט אלע ווערסעיס, אינקלאדעט די לעצטע געבעקסן פין די זאלי'ס האבען נישט געוואוט מער ווי ארום 6000 מענטשן אין וומ''ס - אריינגערעכנט די שפאנישע פראזשעקס איינוואינער, אינדערצייט וואס וומ''ס האט ארום 10000 ''משפחות'' וואס דארף ווען זיין כאטשיק 15000/20000 שטימען פין אלט וומ''ס אליין, אן די שפאנישע.
2) ביי די ארונים איז לכה''פ 40% נישט רעגעסטרירט צו שטימען אין דעמאקראטישע פריימעריס, ציליב פארשטענדליכע סיבות, זיי האבען אינגאנצען איין מאל געמאכט א רעגיסטרעישאן דרייוו, אין איך האף אז יעצט וועט זיך איינער אויפוועקן אין רעגיסטרירן דעם ציבור.


אגב, אויב איינער האט די טעיפ'ס אדער די קליפס ווי מ'הערט די געשרייען נעכטן פין א' ד' אויף די מייקס פין די תואבה'ניקעס, זאל עס ביטע פאוסטען.

זאל אלע נישט וומ''ס איינוואינער זעהן מיט וואס פאר אימאראלישע בעיבי'ס מיר האבען צו טוהן, ווען ביז 9 אייזגער ביינאכט האבען זיי ווי חיות אין בעיבי'ס באמבאדירט וומ''ס מיט JBL ספיקער'ס - פין ''שלום סאנדעל'' מיט קינדערישע - נער'ישע - ליגנירישע - ''נעגעטיווע'' לאזינגען, דורך דעם א' ד'.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-16/9/2009 20:02 לינק ישיר 

נאך א זאך איז אינטערסאנט צו נאטירן, וואס דארף ארויסגעברענגט ווערן.

אייזיק אבראהאם האט געפירט זייער א מעסיגע רואיגע קאמפיין
אפשר האט עס אים געשאדט?
אפשר נישט?

נידערמאן און די זאליס האבן געריסן שטיקער פון אייזיק'ן אבער ער איז געווען זייער אנשטענדיג.
איז דאס דער וועג צו פירן א קאמפיין.

אפשר תורה'דיג, אבער פאר וויליאמסבורג ארבעט דאס נישט.

איך האב געזען דעם צייטונג וואס אבראהאם האט געמאכט
דארט איז נישט געשטאנען קיין איין ווארט איבער נידערמאן, קיין נעגאטיוו ווארט קעגן די קארופציע פון UJO

גארנישט ! בלויז פאזטיוו.
קען מען אזוי פירן א קאמפיין?


עס קען זיין אז מענטשן וועלן אפשר טראכטן אז אבראהאם האט געפירט א שיינעם, רואיגן און מענטשליכן קאמפיין
אבער צו די וואל בודקעס ארבעט דאס נישט !


איך האב געזען די ריזיגע פלאקאטן געהאנגען אויף די גאסן
נידערמאנ'ס איז געווען בייסיג, אגרעסיוו און באמבארדירענד

אבראהאם האט בלויז געשריגן: איך שטיץ נישט תועבה...
זייער גוט. וועסט באקומען אסאך שכר בעלמא דאתי.
אבער ברענגען שטימען, בלא !

בין איך אפשר צו ראדיקאל?
פארוואס?




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-16/9/2009 20:10 לינק ישיר 

האסט ארויסגעברענגט א שטארקע פוינט
מיר האט נעכטן געזאגט א וומ''ס'גער - נישט קיין סאטמערער, אז ביי די לעצטע וואלן האט נידערמאן נאך געשריגען היתכן מ'רייסט אים אראפ - א אימשילדיגע עסקן,
אין פליצלינג פאר עטליכע וואכען ציריק, האט ער אנגעהויבן אראפצורייסען א צווייטן יוד אזוי ביליג אין נעגעטיוו

נאך איין פוינט: די קאמפיין איז בעיקר געפירט געווארען דורך דעם קאנדידאט ר' אברהם יצחק אליין אין נישט אזוי ווייט דורך די ארונים, - ד''ה ער האט געניצט די ארוינים פאר זיין PR אד''ג אבער ער אליין געשטאנען איבער יעדע זאך, אין אליין געצאלט, אנדערש ווי ביי די סקוואדראן קאמפעין.




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-16/9/2009 20:11 לינק ישיר 

פין אימעיל
breaking news ! Steve levin just annunced  that he's giving a piece of broadway tryangle for the zalis bias hachaim



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-16/9/2009 20:31 לינק ישיר 

איך האב געהערט פון נייטראלע רבנים וועלכע האבן געהאט גרויס קריטיג אז דער בלאט האט פובליצירט דער אבראהאם אדווערטייזמענט וועלכע האט אנטהאלטן אין ''אידישע'' איבערזעצונג לעוויס געמיינע ווערטער
אינדערצייט וואס די זאלונים רעגיסטרירן זייער ציבור העפטיג בעפאר יעדע קאמפיין איז דא א ריזיגער חלק ארונים וואס זענען נישט רעגיסטרירט צו פארמיידן ווייטערדיגע דורכפאלן דארפן זיי אריינלייגן דגוש אין דעם געביט




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > כל העולם כולו > וועלכע צד האט געווינען ביי די וואלן אין וומס"ב?
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר
1 2 לדף הבא סך הכל 2 דפים.

bholext