בית פורומים כל העולם כולו

פאר ראקעוועי: חרדישע אינדארסירטע קאנדידאט זיגט.

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-17/9/2009 20:45 לינק ישיר 
פאר ראקעוועי: חרדישע אינדארסירטע קאנדידאט זיגט.

אפשר בין איך אביסל צו שפעט צו ברענגן די נייעס, אבער פטור בלי כלום אי אפשר.

איך וויל בלויז מבשר זיינע די בשורה טובה אז דער אמטרירענדער קאנדידאט פארן 31סטן נ.י. סיטי קאנסול וואס איז אינדארסירט געווארן דורך אלע חרדישע קהלות אין פאר ראקעוועי והגלילות, הלא הוא מר. ג'יימס סענדערס ירום הודו, האט ב"ה אפגעשלאגן אן ערענסטער טשעלאנדשער דער פרא-תועבה קאנדידאט זשאק ליאנדרע. (איך שטעל פשוט אויף די חזקה אז ער איז פרא-תועבה).

ליאנדרע האט גענצליך איגנארירט די פרומע קהלות, מיטאמאל פארלאנגט זיך צי טרעפן מיט זיי, און נאר קאמפיינט צווישן די אפריקאנע באפעלקערונג, די גאנצע דיסטריקט איז געווען באדעקט מיט די גרינע ליאנדרע פלאקאטן, שפעטער האט מען זיך דערוויסט אז ער איז אינגאנצן פינאנצירט דורך די טרויעריגע בארומטער אנטיסעמיטישער ארגענעזאציע נעשאן אוו איסלאם ווי לואיס פאראקאן איז דער פירער ה"י, דאס האט געברענגט גרויס אנגסט אין שרעק פאר די פרומע אידן,

דאן האט די וואויל באקאנטע ארגעניזאציע "פאר ראקעוועי דשואיש אלייענס" (באזוכט דעם וועבזייט http://frja.org/) קאנפערירט און זיך מטכס עצה געווען כדת מה לעשות, און מ'האט אנגעהויבן אן איידעלן און סטרעטיגישן קאמפיין פאר דער אידן פריינד מר. סענדערס, און הודו לה' כי טוב, די אידישע געמיינדע האט פריי אפגעאטעמט ווען ס'איז אנאנסירט געווארן דינסטאג נאכט די רעזולטאטן אז ג'יימס סענדער איז ווידערערוויילט געווארן מיט א שטארקע מערהייט אדאנק די גרויסע צאל חרידישע שטומעס.

צום שלוס, וויל איך מייעץ מיינע טייערע אידישע ברודער אז מ'זאל שוין דעם ראש השנה אנפאנגען קאמפיינען פאר די צוקנופטיגע פארטרעטער פון אלע אידישע קינדער און דאס איז "השיבה שופטינו כבראשונה ויועצינו כבתחלה" און זאל שוין זיין "והסר ממנו יגון ואנחה" ביז מ'וועל מיר אלע זוכה זיין בקרוב ממש צו "ומלוך עלינו אתה לבדך בחסד וברחמים"

א כתיבה וחתימה טובה ושנת גאולה וישועה!!!



דווח על תוכן פוגעני

מנותק
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > כל העולם כולו > פאר ראקעוועי: חרדישע אינדארסירטע קאנדידאט זיגט.
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר

bholext