שמואל ווידערס סטראטעגיע וועגן אברהאם און לעווין
כדי דער עולם זאל נישט מוזן קויפן דער בלאט וועל איך דא שרייבן וואס ער טוט:
1) ער מאכט נישט קיין העדליין בכלל פון אבראהאם עס איז א געהעריגע נייעס צוזאמען מיט אלע אנדערע וואל נייעס ערגעץ אינמיטן
2) כדי אז עס זאל נישט אויסקוקן אז ער טוט דאס ווייל ער האט באמת נישט געווינען, שרייבט ער אין די נייעס אז מען האט גארנישט פארלוירן און גארנישט געווינען, 1500 לעווין וויילער זענען געווען ספאנישע, און מיט די אידישע וויילער האבן זיך אברהאם און לעווין צוטיילט האלב און האלב
3) און דאס צו באפעסטיגן ברענגט ער לאנגע ראיות מיט סטעטמענס פון לאפעז אז 1500 זענען ספאנישע. און מיט דעם ווערט שוין פארענטפערט פארוואס אבראהאם האט נישט פארלוירן. (ער פארגעסט אז בנוגע סטעיטמענטס פאר די פרעסע איז דא פיל בעסערס פון אברהאם וואס האט געזאגט אז ער גייט זיכער געווינען אן נידערמאן ווייל גאנץ וומסב"ג גייט פאר אים, און אז דאס איז נישט אמת איז אפשר לאפעז אויך נישט אמת? )
4) נאכדעם וואס דאס שטימט שוין דארף מען זיך נעמען צו שפילן נרדף, און שרייבט אז אבראהאם האט געפירט זיין קאמפיין בקדושה וטהרה, ברתת ובזיעה. און דא נעמט ער זיך צו שרייבן ווי א נעבעכדיגע שעפעלע וואס האט באמת געווינען און ער ווייסט נישט וואס מען וויל פון אים. זיי האבן האלב וויליאמסבורג און פארטיג. רבי, יענע אינגל האט מיך פאר פלעין געטשעפעט 
נאכאמאל מען דארף דאנקן השי"ת אז עס זענען נאר דא 1700 ארונים + טעשינדש אין וומסב"ג. ווייל ווען נישט האבן מיר היינט אבראהאם, נחום רז"ב, און טולי גראס פירן א באם פארטיי נישט נאר אויף פעיסבוק, נאר אויך אין וומסב"ג.
עס קומט יעצט ר"ה דארף מען מתפלל זיין אז אייביג זאלן זיי נאר געווינען.
תוקן על ידי שנעלקל ב- 17/09/2009 20:51:58
 |
|
|