| נשלח ב-23/9/2009 06:37 |
|
| |
חילול השם און חילול סאטמאר ליידער ביי די UN
עס איז היינט פארגעקומען דער דריטער פראטעסט אין מאנהעטן קעגן מדינת ישראל, אין א קורצען אפשניט פון 3 וואכן.
ביים היינטיגן פראטעסט קעגן דעם ראש הממשלה ביבי נתני' און זיינע גזירות השמד ורדיפת הדת, האבן זיך גרופירט עטליכע מזרחי'ניקעס און אויפגעהויבן טעוועלעך קעגן די פרידליכע מוחים און זיי פארגעווארפען היתכן סאטמאר גייט אין ציוניסטישן געריכט אין די ממשלת הכופרים.
די יוגענטליכע אקטיווסטן פון די מזרחי אדער אנדערע פרא איזראעלי האבן געפאכעט מיט זייערע טעוועלעך, קעגן איבער די UN געביידע, אויף די ערשטע עוועניו און די 47'סטע גאס, א האלבן בלאק אוועק פון די סאטמארער מוחים.
בושה תכסה פנינו אז אויך דא אין ניו יארק, האבן זיך געיאוועט אזעלכע חברה וועלכע קומען זיך רייצען בעת מען מאכט א פראטעסט קעגן די ציוניסטישע מדינה, א שטייגער ווי געוויסע פאנאוויעזשער בחורים האבן געטאן בעבר אין בני ברק, בשעת עס זענען פארגעקומען מחאות קעגן די בחירות הטמאות פארגאנגענעם ווינטער.
עס איז גאנץ זיכער אז דער ראש הממשלה ביבי וועט אוודאי נישט וויסן פון די פאר מזרחי'ניקס מיט זייערע טעוועלך, אבער פאר אונז איז דאס א גרויסע בושה אין פנים, און א ווייטאג אין הארץ.
ווייל... דער אמת טוט וויי !
תוקן על ידי פארזיכטיג ב- 23/09/2009 6:38:45
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-23/9/2009 09:39 |
|
| |
די פנים פלאמט פאר בושה דעס צי ציקוקן.
|
|
|
|
| נשלח ב-23/9/2009 20:55 |
|
| |
בושא תכסה פנינו!!
|
|
|
|
| נשלח ב-23/9/2009 21:44 |
|
| |
מען האט שוין ענדליך מחזיר געווען די עטרה צו יושנה!
הרה''צ זלמן לייב פילאף זאל לעבן האט שוין ענדליך א ווארט מען הערט אים שוין אויס!
הרה''צ ר' מנשה זאל לעבן דארף שוין נישט פאסטען קיין דרייערל נאכן שרייבען דעם דעת תורה!
הרה''צ ר' וויינבערגער זאל לעבן דארף שוין נישט ארויס לויפען פון ראדני פון מעריב זייט, ווייל דער ברך משה זי''ע, האלט נישט ביים דאווענען מיט אים אונטער איין דאך,
פייטער כ''ץ קען זיך שוין געהעריג ארויסשטעלן און זיינע ריכטיגע פארבען!
בקיצור זייט ח''י סיון תשנ''ט איז געווארן א תיקון השלום!!! מען האט איבערצייגט פאר די גאנצע וועלט אז ''ויואל משה'' אמת ותורתו אמת, ביז א פאר דאללאר, אדער ביז צו דערלאנגען פאר כ''ק רבינו שליט''א א ריק!
דער ברך משה זי''ע האט געזאגט אויף די בני יואל, אז זיי וועלן נאך זאגען הלל ה' אייר רח''ל, רוח הקודש הופיע בבית מדרשו! לאמיר האפן אז די אנדער זאכן וואס ער האט געזאגט אז זיי וועלן נאך האבן א מפלה וואו המן, זאל מקיים ווערן בב''א
תוקן על ידי פארשטיי ב- 23/09/2009 21:39:42
|
|
|
|
| נשלח ב-24/9/2009 00:26 |
|
| |
על עון חילול ד' אין יוכ''פ מכפר, ס'כאפט א ציטער!
די תובאים אין בג''ץ, אין זייערע משלחים מיזען זיין קלים ורקים, אין קוקען נישט ווי זיי האלטן נעבעך, ר''ל.
אגב, כ'ווינדער מיך פארוואס די שרייבסט ''חילול סאטמאר'', ווען אפאר בעל תאווה רופן זיך ''סאטמאר'', ווערט סאטמאר פארשמעט פין זייערע חטאים?
יעדער ווייסט ווער זיי זענען, אין ווער זייער א''ג רבי איז, אין ווי שטאק די תוה''ק איז אים מחייב, אין וואס זיי האבען מיט סאטמאר, הגם ס'איז זיי געלונגען צו גנב'נן ריעל עסטעיט, קענען זיי ''מוחות נישט גנב'נן''........
|
|
|
|
|
| נשלח ב-24/9/2009 05:40 |
|
| |
| rebyankel כתב: |  | |
על עון חילול ד' אין יוכ''פ מכפר, ס'כאפט א ציטער!
די תובאים אין בג''ץ, אין זייערע משלחים מיזען זיין קלים ורקים, אין קוקען נישט ווי זיי האלטן נעבעך, ר''ל.
אגב, כ'ווינדער מיך פארוואס די שרייבסט ''חילול סאטמאר'', ווען אפאר בעל תאווה רופן זיך ''סאטמאר'', ווערט סאטמאר פארשמעט פין זייערע חטאים?
יעדער ווייסט ווער זיי זענען, אין ווער זייער א''ג רבי איז, אין ווי שטאק די תוה''ק איז אים מחייב, אין וואס זיי האבען מיט סאטמאר, הגם ס'איז זיי געלונגען צו גנב'נן ריעל עסטעיט, קענען זיי ''מוחות נישט גנב'נן''........
ר' יענקעל שריי נישט אזוי,... זיי נישט אזו היסטעריש איך וועל דיך פרעגען דריי קשוית אין איך זאג דיר צי אז ווען די וועסט דעס ענטפערען וועט דיר ווערען גרינגער אופען מאגען..
1# וויפעל האט שמאול ווידער באצאלט פאר די ערלים..אז זיי זאלען שטיין מיט די סיינס..
2# ביי די פרשה פין די סקול דיסטריקט אין די נ' יארן איז געווען ביי איינע פין די פראטעסטען אין ירושלים ווי די בחורים פין די פאנעוויטש ישיבה האבען געהאלטען סיינס אז ענק זאלען צי מאכען ענקער פאבליק סקול, האבען ענק עס ציגעמאכט?..
3# ווען מען גאנבעט א דיד איז פינקט ווי איינער קימט אריין צי דיר אינדערהיים אין ירושלים אינמיטען די נאכט..זאג וועמען ריפסטי?הא? די עדה החרדית... אדער די מדינת ישראל פאליציי?
|
|
תוקן על ידי YESWECAN3 ב- 24/09/2009 5:36:50
|
|
|
|
| נשלח ב-25/9/2009 03:00 |
|
| |
| YESWECAN3 כתב: |  | |
3# ווען מען גאנבעט א דיד איז פינקט ווי איינער קימט אריין צי דיר אינדערהיים אין ירושלים אינמיטען די נאכט..זאג וועמען ריפסטי?הא? די עדה החרדית... אדער די מדינת ישראל פאליציי?
|
|
ווער האט ג'גנבט א דיד, ברענג אראפ דיין גאנצע פארבריקאציע
געדענק אבער דעם כלל, מיתא דעבידא לגלי' וכי', אין רעדט צו די זאך פאר א זשעינזש.
|
|
|
|
|