דא האט איר א ביסעל פון די זאלי געמויזעכס, ווען די משפחה האט באשריבען כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א,
נישט אז איך האב א קישא אויף די זאליבאנער! זיי זענען נישט מער וואו א כאפקע לייצים, גיי פרעג קישות אויף לייצים!
שמעון 39
דא האט איר א לינק דערפון:
http://www.mishpacha.com/getPdf/1/271/22/0/1
ווי ס'זעט אויס האט ער געהאט גרויס פרעשור, וועגן דעם אינטערוויא פסח.
האט ער דא זיך געדארפט ריינוואשן.
דאס איז אלעס זייער גוט,
ווען ער קומט ווען אן מיט דעם חכמה,
אז ער האט זיך דערמאנט, אז באמת האט ער נישט ליב צו געבן קיין אינטערוויא,
פיין וואלט מען ווען עס געקענט עס אראפ שלינגען,
אבער די חוצפה גייט עד לב השמים,
ווען כדאי זיך אויסצוואשן פון זיין שמיץ, אריינברענגען די רבי ז"ל,
דאס איז שוין אן אימדערהערטע חוצפה,
ווי יעדער זעט דארט
אז גלייך נאך דעם קדוש'לס שמועס
ברענגט ער אראפ אן אינטערוויא, וואס די רבי ז"ל האט געהאט מיט עפעס א ציוניסטישע שרייבער
וואס איז די שייכות
דאס האט ער געוואלט ווייזען אז די רבי האט אויך געגעבן אינטערוויא'ס פאר ציוניסטישע צייטונגען
איך האלט אז יעדע סאטמארע חסיד
דארף ארויסגיין מיט א מורא'דיגע שטורעם,
און אויף קאכן דעם ציבור, איבער דעם אימדערהערטע חוצפה,
(איך בין נישט קיין גיטע שרייבער, אבער איך בעט א שרייבער מיט געפיל, זאל ארויסברענגען, די מורא'דיגע עוולה וואס דא איז געטוהן געווארן)
איין זאך בין איך נאר נייגעריג, וויפיל געלד ס'האט זיי געקאסט זייער מכלומר'שדיגן ריינוואשן זיך,
ווער ווייסט, צו ס'קימט נישט פון די שקל הקודש געלטער.
שמעון 39
אינטערסאנט עפעס האט זיך אפגעהאקט דארטן, אין דעם לינק.
פריער איז עס געווען 11 פעזשעיס
יעצט איז עס אראפ צו 4.
אבער איך געב דא ארויס א ווארנונג, ח"ו נישט קויפן דעם משפחה מאגאזין,
דאס איז א ריין ציונ'יסטיש צייטונג, אסאך מאל איז עס אפי' מליטאנטיש, געטרייע שטיצער'ס פאר די מתנחלים, און פאר אלע ציונ'יסטישע אידיעס,
לאמיר זיך ח"ו נישט, אין די טעג ארום דעם רבי'ןס יארצייט
פארכאפט ווערן אין דעם נעץ, וואס אהרן ט"ב, צוזאמען מיט די משפחה סטעף, האבן אויסגעשפרייט,
אז היימישע אידן תלמידי וחסידי רביה"ק זי"ע, זאלן פארכאפט ווערן מיט ליינען מינות וכפירה,
לאמיר אינאיינעם חזר'ן די רבי'ןס תורה,
אין זיך פרובירן צו האלטן מיט זיין הייליגן שיטה
פון התבדלות מרשעים
און דאס אריינבאקן אין אינזערע קינדער,
און זיך נישט לאזן פארפירן, פון דעי אלע וואס ווילן אינץ אפקילן פון דעם,
איין זאך קען איך ענק זאגן
אהרן ט"ב האט אריינגעשטאכן א גרויסער מעסער אינעם יהדות החרדית
זאל ער נאר האבן א כפרה.
(שמעון לאז דיך שוין אפ מיט דעי אלע רעבעזיכרוינוילבראכא קרעפ..... ס'איז אנדערע צייטן............)
שמעון 39
איך דארף דיר באמת נישט ענטפערן אויף דיין נער'ישן תגובה,
(דא רעד מען פון יסודות'דיגע זאכן, מישט ער אריין די אלע נער'ישקייטן פון הייד פארק)
אבער מיין עיקר רוגזה איז נישט אויף דעם איטערוויא זעלבסט, (דאס האט ער שוין געבראכן פסח, במילא איז שוין נעשה לו כהיתר)
מיין עיקר רוגזה איז, אז גלייך נאך זיין אינטערוויא, ברענגט ער די אינטערוויא פונעם רבי'ן מיטן ציוניסטישן שרייבער,
וואס איז דאס אויב נישט געמאכט ליצנות
פונעם רבי'ן ז"ל
פון זיך
פון סאטמאר
פון אלע אונזערע יסודות.
אויף דעם שרייען מיר און וויינען מיר,
ער וויל מאכן גאנץ יודישקייט פאר א ליצנות, א דזשוק,
די ביסט א ציוניסט
איך בין א קנאי
ביידע, מיינען מיר עס די זעלבע ערנסט. ה"י.
געוואלד! די רביזכיתויגנעלינו!!!!!!! יא! יא! יא!
 |
|
|