עס לאזט זיך גרינג אנאליזירן די זאך אז אזוי ווי אין אלע אזעלכע אומשטענדן פרייען זיך די ארוינים מיט די נצחון.אויף די מינוט אהן קוקן וואס עס גייט ארויסקומען דערפון, זייער ווייטן בליק איז באגרעניצט צו טראכטן נישט מער ווי ביז 15 מינוט ארום.
זיי פרייען זיך זיי שאלן מען האט פארשפארט די לעקטער און וואסער פון די בית מדרש, אבער לאמיר נוצן אביסל די פרייע שכל וואס דער אייבערשטער האט אונז באשאנקען, די שריט וואס זיי האבן געטוהן איז דאך בעצם א אומלעגאלע זאך און אנטקעגן די פסק פון א ריכטער, אפילו ווען א טענענט באצאלט נישט קיין רענט אדער וואס האט נישט דער בעל הבית א רעכט צו אפשפארן די לעקטער אהן א צעטל פון א קארט.
און כל שכן דא וואס עס איז דאך געווען א פסק פאריגע וואך פרייטאג וואס האט גענצליך אויסגעשלאסן די ארוינים פון די הערשאפט אויף די רעבעצין בית מדרש (יא ארויני לאך אבער קודם גיי איבער אין סקול צו לערנען ענגליש אהן ווארפן פיטשעס אויף די טיטשער און דערנאך ליין די פסק פון די קארט וועלמיר דעמאלס זעהן פארוועם עס קומט צום לאכן) איז דאך עס זיכער א אומלעגאלע זאך וואס די ארוינים האבן געטוהן
און לאמיר שוין זאגן אז דאס האבן זיי יא געמעגט טוהן ווייל די סוויטש און די אנדערע זאכן ווי מען צינדט אהן און מען לעשט אויס די וואסער ליגט ביי די ארוינים אין בעסמענט, איז לאמיר זאגן אז וועגן דעם האבן זיי יא געמעגט טוהן ברשותם כל מה שלבם חפץ, זאגט יעדע מענטשנס שכל אז נאך די פסק פון א ריכטער וואס האט געזאגט אז מען מעג זיך באנוצן מיט די פלאץ און די רעבעצינס מענטשן זענען בעל הבתים דא וועט צום סוף די לעקטער מיט די וואסער ווערן צוריגעשטעלט אזוי ווי ימיר לעבן ברוך השם נישט אין קיין דריטע וועלט לאנד נאר אין אמעריקע ווי עדע מענטש האט א רעכט צו האבן לעקטער מיט וואסער. און דא ביי די רעבעצין בית מדרש איז די זאך נישט אנדערש אז די בעל הבתים דערפון האבן א רעכט דערצו.
עס איז פשוט אז עס גייט נישט בלייבן פארשפארט לעולם ועד נאך די פסק פון די ריכטער וואס האט קלאר געגעבן די אויסשליסליכע בעלות פאר די מענטשן פון די רעבעצין אז עס געהערט דירעקט פאר זיי און קלאר נישט פאר די ארוינים (זיי האבן נאר פארלאנגט צו האבן א פערמיט צו קענען זיין א שוהל כידוע)
דא וועט זיך ארויסשטעלן אז די ארוינים וועלן ליידן א מיאוסע מפלה כדרכם ווען מען וועט קענען אנווייזן אז דאס האבן זיי מיט אלע כוחות געוואלט צונעמען און זיי האבן אפילו פרובירט מיט טעראר צו פארמאכן די לעקטער מיט די וואסער און דאך גייט אלעס אהן כמקדם און עס איז זיי נישט געלונגען.
ראדני יוכיח וואס די גרעסטע מפלה האבן די ארוינים געהאט מיט דעם וואס זיי האבן אזויפיל פארפירט עס צו פארכאפן, מען האט איבערגעדרייט צענדליגע מאל די בית מדרש, מען האט געמאכט פראגראמען געשלאגן געשטויסן וכו' זיך געשוואוירן ביים באבענס בארד אז מארגן גייט מען דאווענען אין ראדני און למעשה ווער דרייט זיך היינט אין די גרויסע סאטמארע בית מדרש אין וויליאמסבורג?! איבריג צו ענטפערן!
די גרעסטע מפלה וואס זיי האבן געווענליך נאך אלע זייערע "אויפן מינוט" נצחונות איז אז עס ווייזט זיך נאכדעם אהן קליפ און קלאר קוק די האסט געטרייט מיט אלע כוחות און... און האסט געטרייט און נאכאמאל טערארעזירט און נאכאמאל געשלאגן און נאכאמאל געשריגן אז מארגען גייען מיר עס האבן און למעשה דארף מען נישט אויספירן,, דא וועט זייט די זעלבע זאך, מען גייט מארגן אריינגעבען אן עמורדזשענסי אין קארט און עס וועט צום סוף ווערן צוריקגעשטעלט די לעקטער און די ארוינים וועלן בלייבן מיט די צונג אויף די בייכער און ווייטער דארפן שטיין און קריצן מיט די ציין יעדעס מאל וואס מען שפאצירט דארט אדורך און אלעס גייט אהן, ימים ידברו ובשם ה' נעשה ונצליח
נשלח ב-2/10/2009 03:04
די סיין אז מען טאר נישט דאווענען מער פון 49 מענטשען אויפאמאל און נישט פארקען
תוקן על ידי 1satmar ב- 02/10/2009 3:05:53
נשלח ב-2/10/2009 03:16
די ביסט זיכער אז די צעטל האבן די רעבעצין מענטשן געלייגט אדער די ארויניס? עס קוקט אויס מער ווי א פאשקעוויל נאכדעם וואס א אנאנימע אינטערשרייבער "דער פירערשאפט" שרייבט אינטער, האסט שוין אמאל געזעהן א קהילה אזוי אינטערשרייבן?
נשלח ב-2/10/2009 03:45
די ארוינים האבן ארויסגעהאנגען א צעטל אין די ווייסע שוהל א פארענטפערונג אויף די מעשה, צו קען עס איינער אהער אריבערברענגען אז דער גאנצער עולם זאל דאס קענען זעהן
נשלח ב-2/10/2009 04:10
דער צעטיל האט די הנהלת בית יואל אויפגעהאנגען, זיך צו האלטן מיטן געזעץ, ווייל מען האט צוטון מיט די ארוינישע מוסרים
יעדער האט געזען ווי דער שמש פון בית יואל האט דאס אויפגעהאנגען
תוקן על ידי 1satmar ב- 02/10/2009 4:11:23
נשלח ב-2/10/2009 04:45
הר' אהרן טייטלבוים נגד מקום קדוש, נוסח היטלער ימ"ש, פארלאשען די ליכט פארשפארט דאס וואסער פארלאשען דעם סוער
תוקן על ידי 1satmar ב- 02/10/2009 4:47:50
נשלח ב-2/10/2009 06:45
הרב סאסמאן האט די ארונים געווארענט בעפאר זיי האבן אפגעטון די מעשי נבלה בישראל
דע מעסעדש איז יעצט אנגעקימען אויף מיין סעל ביטע פארשפרייט עס צי וועם איר קענט גדעקט דעס איז נאר די אנהוב צוריק צי גיין צי זייער רשעות
-- important !!due-2-the closing of the-REBETZiN's-SHUL-there will-B-A-protest-10:am-by-ARON(chicken)TEiTELBAUM'[email protected] come-&-fwd. this msg.
נשלח ב-2/10/2009 16:51
ב"ה מיר האבן איבערגעלעבט היטלער ימ"ש, מיר וועלן אי"ה איבערלעבן הר' אהרן טייטלבוים
ב"ה מען האט ווייטער געדאווענט אין געלערט אין בית יואל!
מען האט זיך געפירט ווי אינזער אבות אבותינו איטער די רשעי אמוה"ע
נאר ליידער אונז זעמער אונטער רשעי ישראל ר"לץ
מען האט געלערט ביי די ליכט, און זיך געוואשן זיך מיט וואסער פון וואס
די וואסער טרעגער האבן געברענגט מיט די פלעשער!