איצט וועלן מיר גאר אין קורצען זען די אומרעאליסטישקייט און די קורץ זעענדע אויגען פון ר' אהרן מיט אלע זיינע קארטאפעל קעפ.
ווי עס איז שוין היינט באקאנט, האבען די ארונים קיינמאל נישט געטראכט צו גיין צו דין תורה. זיי האבען געוויסט אז זיי האבען נישט קיין שאנס אז א דין תורה וועט פסקנען לטובתם, זיי האבען געוויסט אז דאס מערסטע וואס זיי קענען באקומען פון א דין תורה איז אפשר א בנין צו עפעס געלט, און וויבאלד זיי האבען אלעס געוואלט צוריק באקומען, איז א דין תורה נישט קיין אפציע. אבער שפילען דעם שפיל האט מען נאך אין אפאנג געמוזט, האבען זיי אויפגענומען א בי"ד פון פלעטבושער אינגעלייט, וויסענדיג אז סאטמאר וועט זיך ביי זיי קיינמאל נישט מתדיין זיין, און ממילא וועלען זיי קענען בהיתר אריינגיין אין געריכט.
וועט איר דאך אוודאי פרעגען, נו ווער האט זיי געזאגט אז אין געריכט וועלען זיי יא געווינען, אז זיי זאלען איינשטעלען צו קענען פארלירען מער ווי ביי דין תורה, ווייל ביי א דין תורה קען מען אייביג אויס האמערען א פשרה, אבער אין געריכט איז נישט פארהאן קיין פשרות, דארט איז אדער אדער, נו פארוואס האבען זיי איינגעשטעלט?
דער תירוץ אויף די פראגע איז, ווייל זיי רעכענען איינס מיט איינס איז א חלה-דעקל. און איך וועל דאס מסביר זיין. יצחק ראזענבערג דער ארונישער קארט פירער איז א געבוירענער דריי קאפ, און מיט זיין דריי קאפ האט ער געהאלטען אז ער גייט אלעס געווינען. ווי אזוי? ער קען זיך מיט דעם לויער "ראווי באטרא", וואס דער "באטרא" איז אויסער א דריי קאפ, אויך א גרויסער שישקע אין די ניו יארקער געריכט הייזער און ער איז איינער פון די וואס האבען א ווארט אין אויפנעמען ריכטער צום געריכט הויז, ער איז א שותף מיטן ברוקלינער דעמאקראטישער פארטיי באס דער שווארצער "קלעראנס נארמען" וואס שמאכט היינט אין תפיסה פאר'ן פארקויפן ריכטער בענקלעך, אבער דעמאלטס האט ער געהאט א לאו אפיס אינאיינעם מיט באטרא, און דער "באטרא" האט אים געזאגט אז ער וועט דעם קעיס אזוי מאנווערירען אז עס זאל אנקומען צום ריכטער "ריינאלד מעיסאן" און דער ריכטער "מעיסאן" וועט אים אלעס נאך געבען. "באטרא", האט אבער געזאגט פאר יצחק ראזענבערג אז "מעיסאן" קען דערווייל נישט אננעמען דעם קעיס ווייל ער דארף ענדיגען עטליכע קעיסעס, אבער ביי ענדע זומער וועט ער זיין עוועילעבעל. און דאס איז געווען די סיבה פארוואס זיי האבען ארומגעשלעפט די צייט ביי די דין תורה.
און דער ריכטער "מעיסאן" ווי נאר ער האט באקומען די קעיס אין פראנט פון זיך, האט "אלעס" נאך געגעבען פאר "באטרא", וואס לויט ווי דער קורצזיכטיגער בליק האט זיי געלויטעט, האט מען געפלאנט איבערנעמען אלעס פלוצלינג און דערנאך וועלן זיי שוין ווארפן א ביינדל פאר יאנקל כהנא. אבער דער פראבלעם איז געווען אז זיי האבן נישט געטראכט פון איין טאג נאכדעם, און דאס איז אז עס וועט אנגעקומען צו פיל מער א ערענסטער ריכטער, "באראש".
איצט ווען זיי וואלטען געווען ווייט זעענדע און אויסגערעכנטע מענטשען, וואלטען זיי ארויס פון געריכט אין די מינוט וואס דער "אפעלאט" האט ארויסגעווארפען דעם "טי.אר.או." ווייל דער טי.אר.או., וואלט זיי געברענגט צו א שטאפעל וואס מען מוז מיט זיי ערענסט פארהאנדלען, ווייל זיי זענען פונקט אזוי בעה"ב אויך אלע אינסטיטוציעס, אבער ווען דער טי.אר.או. איז ארויסגעווארפען געווארען, וואלטען זיי געמוזט איינזען אז דער קעיס איז דערנאך. און זיי גייען גארנישט געווינען דא, ווייל עס וועט זיי נישט מעגליך זיין צו ווייזען פארן געריכט אז אויב יאנקעל כהנא פירט קהל איז דא א פראבלעם.
אבער מיר מוזען זאגען חסדי ה' אז זיי זענען אזוי ווייט פון רעאליטעט ווי מיר זענען פון פלאנעט מארס, און איך וועל אייך זאגען א שטיקעלע "סיקרעט" פארוואס עס איז א חסד פון אויבערשטען אז זיי האבען דאס נישט איינגעזען און זיי זענען געבליבען אין קאורט.
די ארונים האבען פון זומער תשנ"ט איבערגעדרייט דאס ביהמ"ד יעדען שני וחמישי. עס איז נישט געווען איין שבת, א יו"ט, א ר"ה, יוה"ק, הושענא רבה, וואס זיי האבען געלאזט דעם רבין פירען די טישן, די תפילות, די הקפות, די טישן אין די סוכה, ווי דער רבי האט אלעמאל געפירט. זיי האבען געמאכט פון יעדע תפילה א חוכא וטלולא. עס לאזט זיך היינט נישט גלייבען וואס זיי האבען אלץ אפגעטאן אין ביהמ"ד. און דאס איז געווען ארקעסטרירט פון ר' אהרן, וואס האט א שיטה, אויב נישט איך, זאל קיינער.
זיי מיט זייער סינדראם און מיט זייער אומרעאליסטישע געדאנקען און אקציעס, האבען אויס געארבעט א פלאן: מען וועט אזוי שטארק איבערדרייען אלע תפילות און אלע טישען אז מען וועט זיך מוזען מיט זיי אראפזעצען פארהאנדלען. און ר' אהרן האט געקוואלען פון נחת יעדען מוצאי שב"ק ווען ער האט געהערט אז מען האט איבערגעדרייט דאס ביהמ"ד, מען האט נאכגעשריגען זיין ברודער אין די גאסען, מען האט דעם רבין באשריגען מיט הילכיגע "פוי" געשרייעכץ. ער האט געקוואלען ווען מען האט אריינגעזונגען אין ר' זלמן לייבס "קרעפעל פשעטל" שבועות, א.א.וו.
דער עולם געדענקט שוין נישט אז עס איז אמאל געווען איינער א מטורף מיטען נאמען "יאסי בראך" וואס ער האט אנגעפירט יעדע איבערדרייעניש און מען האט זיך נישט געקענט מיט אים א עצה געבען. ער האט אויף זיך גענומען דעם געוואלדיגען עול אז דורך זיינע מעשים וועט ר' זלמן לייב ארויספליען פון ביהמ"ד. יעדע וואך האט ער זיך געשטעלט ביים מזרח וואנט און זיך ארויף געשטעלט אויף א באנק און משוגע געמאכט יעדען וואס האט אים נישט געשמעקט. עס האט אים קיינער נישט געזאגט א ווארט ווייל ער איז געווען א ריכטיגער מטורף, א פון זינען געריטער מענטש. אבער ער איז געווען דער שליח פון ר' אהרן אז ער זאל אנפירען דאס איבערדרייען דעם ביהמ"ד מידי שבוע בשבוע.
(א קורצע ביאגראפיע פון דעם אלעמען באקאנטען מטורף יאסי בראך.
נאך זיין חתונה האט ער געוואוינט אין מאנטרעאל ביי זיין שטיף שווער, ר' חיים אבידור קאהן דער ראה"ק פון סאטמאר-מאנטרעאל. תשמ"ג האט ער באגנב'ט ר' חיים אביגדור קאהן מיט מיליאנען דאלארען און ער האט געמוזט אנטלאפן פון קאנאדע, און האט זיך באזעצט אין קרית יואל.
דערנאך האט ער געמאכט א גרויסן ווינט אז ער איז אן עושר ער איז געקומען צום רבי'ן דער ברך משה מ'האט געמאכט א גרויסן קבלת פנים פאר דעם עושר וואס גייט געבן א מיליאן דאלאר פאר "קרית ויאל משה".
אפאר יאר שפעטער האט ער איינגערעדט פאר דעם גאווערנאר פון אקעלהאמע אז ער גייט אויפבויען א ריזיגן פאבריק פון "טוילעט סיטס" וואס גייט האבן מורא'דיגע טעכניק און עס גייט אויפבויען די עקאנאמיע דארט. ער האט אראפגעברענגט דעם גאווערנאר פון אקעלהאמע קיין ניו יארק צו ווייזן זיין אייגן פאבריק וואס ער פארמאגט אין ניו יארק. ער האט אים געוויזן זיין שוואגערס פעקטערי פון סחורה און האט באקומען פון די סטעיט אוו אקעלהאמע א הלואה פון מיליאנען דאלארען...
עס האט גענומע א שטיקל צייט און די סטעיט איז געוואר געווארען אז ער איז א שווינדלער א באטריגער, האבען זיי אים געקלאגט אין געריכט, אבער עס האט געקאסט פארן גאווערנאר זיין זיץ. ער האט פארלוירען די וואלען אדאנק די הלואה פאר א געמיינעם פארברעכער.
וואוינענדיג אין קרית יואל איז ער געווארען דער נאנסטער ידיד פאר העניך אשכנזי וואס האט דאן חתונה געהאט. ער האט געדרייווט א פענסי קעדילעק און ארומגעטראגן העניך אומעטום. ביז איין טאג האט די עף.בי.איי. געלייגט די הענט אויף אים און איינגעזעצט אין תפיסה
פון תפיסה איז ער ארויסגעלאזט געווארען פאר עטליכע טאג, דאכט זיך פאר זיין טאטענס לוי'. אבער צוריק איז ער נישט געקומען. ער איז געווארען א געזוכטער פארברעכער. נאך א וואך צוויי האבען זיי אים דערווישט און צוריק אריין געשליידערט אין טורמע.
דעמאלטס האט ער גאמאכט א דיל מיט די רעגירונג אז זיי לאזען אים ארויס פון טורמע אבער ער דארף פאר זיי ברענגען קרבנות. ער איז געווארן א מסור פאר די רעגירונג. און עס איז באקאנט אז ער איז געווען דער וואס האט דערציילט פאר די אמעריקאנער רעגירונג אז ר' חיים בערגער פון סקווער געפינט זיך אין ארה"ק און פונקטליך וואו.
אבער פון זיינע גניבות האט ער זיך נישט אפגעלאזט. ער האט באגנב'ט זיין מוטער און זיין ברודער פתחי' בראך.
ארויסקומעדיג פון תפיסה האט ער זיך באזעצט אין ווילאמסבורג און געפירט רעדעלעך און קופקעס אין ראדני. מיט ר' אהרן איז ער אלעמאל נאנט געווען ווייל די צוויי משו... האבן זיך פארשטאנען מורא'דיג. עס איז נאך היינט באוויסט אז ר' אהרן האט א קרבות צו יוסי וואס ער האט נישט צו קיינעם. אפילו נאך וואס מנחם גרשון לעבאוויטש האט געבעטן ר' אהרן זיך אויפהערן חבר'ן מיט יוסי'ן, זיצן זיי נאך אלץ שעות און פארברענגען.
און נאר דעם משוגענעם האבען זיי געקענט טרעפען וואס זאל פאר ר' אהרן טאן אלע געמיינע שטיק, צו וואס מען האט געדארפט האבען איינעם. ער האט געעפענט די בלאט, ער איז געווארען זייער "ספאוקסמען", זייער היראו. ער איז געווארען א "הרה"ח", א "שר העסקנים" ביז ארי' לייב איז אריבער אויף זייער זייט און איבערגענומען דעם טיטול.
זיי האבן געדארפט א נאמען פאר אלע זייערע געמיינע שטיק, פונקט ווי מאיר שפיץ האט געדארפט א נאמען זיך שלאגן מיטן ברך משה האט ער גענומען נחמן בראך, אט דאס האט געדינט יאסי בראך. זיי האבן געזוכט א בהמה וואס האט נישט קיין שכל אין איז גרייט צו טוען אלעס אויף דער וועלט, ער האט נישט קיין פראבלעם פון קיין משפחה קיין קינדער קיין ווייב קיין ברודערס קיין עלטערן, עס גייט אים גארנישט אן.
אין יענע צייט זענען זיי געווען אזוי צודרייט אז זיי האבן זיך געפרייט אז איינער שטעלט זיך ארויס פאר זיי. זיי זענען געווען אזוי פארגלייבט אינעם קאורט אז זיי האבן פשוט געדארפט נאר דעם אינטערשריפט. זיי איז נישט איינגעפאלן אז דער משיגענער גייט ארויסנעמען דעם "באראש" פון די כלים און ער וועט זיי געבן אין זיבעטן ריפ. ביז דא, די קורצע ביאגרעפיע פון יאסי בראך.)
און, איך בין נישט זיכער אז זיי וואלטען נישט אויסגעפירט, אז מען זאל מיט זיי מוזען פארהאנדלען. ווייל פאקטיש איז געקומען א מצב אז מען האט נישט געקענט קומען אין שול מיט קינדער דאווענען, ווייל דער ביהמ"ד איז געווען אויסגעשטעלט ווי א שלאכט פעלד. יעדע וואך איז געווען געשרייערייען און מען נאכגעשריגן מענטשען וואס זענען מיט געשטאנען מיט'ן רב. און אז מען קען מער נישט קומען וואלט מעגליך געווען די איינציגע עצה, צו פארהאנדלען מיט זיי.
אבער ב"ה מען איז פון זיי פיל שנעלער פטור געווארען און אן פארהאנדלונגען, און דייקא דורכען קאורט וואו זיי האבען אזוי שטארק געוואלט אנקומען און געדארפט צו געווינען. ווייל ווי נאר דער סכסוך איז אנגעקומען אין געריכט סוף זומער תשס"א האט דער נייער ריכטער "באראש" די ערשטע זאך געטון, צו ברענגען ארדענונג ביי די תפילות. ער האט געווארענט דעם יאסי בראך וואס איז געווען דער "אנקלעגער", אז אויב וועט ער ווייטער איבערדרייען דאס דאווענען וועט ער אים האלטען אין קאנטעפט אוו קאורט.
איך וועל אין דעם מאמר נישט אריינגיין אין אלע פרטים – וויאזוי זיי האבען זיך אנגעפיפען אינעם ריכטער און יאסי בראך האט געשריבען אין בלאט אז זיי גייען יא פארקויפען זיצען און דורך דעם ברענגען א אומארדענונג אין ביהמ"ד, און דער ריכטער האט אים פארבאטען פון אריינקומען אין ביהמ"ד – ווייל אויף דעם וועלען מיר שרייבען אין די שפעטערע מאמרים פון די חלוקה היסטאריע ווען מען וועט האלטען דארט בעזה"ש.
אבער דער תמצית איז אז זיי זענען ב"ה געבליבען אין קארט עד הסוף. און ווען זיי האבען איינגעזען אז זיי פארלירען אין געריכט ביי יעדע סעסיע, און דאס מודה זיין פאר ר' אהרן און פאר זייער ציבור, קען מען נישט ווייל זיי קענען נישט זען קיין רעאליטעט, האבען זיי אנגעהויבען פארפירען ר' אהרן און זייער ציבור, אין בלאט, ביי יעדע דורכפאל, אז זיי האבען גאר געווינען. און אויב האבען זיי איינגעזען אז נישט אלעמאל קען מען טאקע פארקויפען פאר אלע ארונים אז מען האט געווינען, האבען זיי זיי געוויזען אין פאקט אז זיי פייפען זיך אן אויפן ריכטער און זיי טוען וואס זיי ווילען. און דאס האבען זיי נישט אויסגעזאגט פאר זייער ציבור אז זיי פייפען זיך אן, זיי האבען נאר געזאגט אז זיי האבען געווינען אין קארט, און עס איז נישט ווי די קהילה זאגט אז דער קארט לאזט נישט. זיי האבען געטון צוויי אומרעאליסטישע שטיק. איינס, זיי האבען אנגעפיפען דעם קאורט, און צווייט, זיי האבען מיט דעם אנפייפען געוויזען פאר זייער ציבור אז זיי האבען טאקע געווינען.
און ווען מען האט דאס דערציילט פארען ריכטער, איז ער געווארען שוימיג ביז די ציין, און עס שוין נישט קיין ווינדער אז דער ריכטער האט זיי נאר געוואלט ווייזען וואס א געריכט מיינט און ער האט זיי דערלאנגט מנה אחת אפים. און אויב האט דער ריכטער ארויסגעגעבען א ארדער אז זיי זענען אין קאנטעמפט אוו קארט, האבען זיי נישט פארציילט אין בלאט אז זיי האבען אנגעפיפען דעם קארט און פארדעם זענען זיי אין קאנטעמפט. ניין. זיי האבען פארקויפט פאר זייער אומרעאליסטישען ציבור אז דער ריכטער איז "אונטערגעקויפט" און פון איצט אן איז שוין קיינמאל נישט מער פארהאן קיין געווינען צו פארלוירען, ווייל דער ריכטער איז דאך א "זייעריגער".
ווען זיי האבען ווען באמת א געזונטען רבין, איינער וואס קען "פעיסען" אלעס וואס קומט נאר אונטער, איינער וואס קען הערען אז ער ליידט א דורכפאל דא און דארטען, איינער וואס קען זיך ספראווען מיט פראבלעמען, איינער וואס האט נישט קיין קאמנוקאציע פראבלעמען, וואלט ער געבליבען ביי דין תורה און טאקע ביי די דייני הקהילה, און עס איז נישט קיין פראגע ער וואלט ביי די פשרה ארויס געגאנגען מיט פיל מער ווי יעדער באזעצענער מענטש האט פאראויסגעזאגט, וויפיל זיי וועלען באקומען אין גויא'ישען געריכט. (נאכאמאל, מיר רעדען אלעס פון די גשמיותדיגע זייט, און נישט פון רוחניות. ווען ר' אהרן וואלט געווען א ערליכער איד וואלט ער דאך זיכער נישט גערופען זיין טאטענס החלטה צו דין תורה. מיר רעדען באשר הוא שם, אז ר' אהרן איז דאך נישט אן ערליכער איד, אבער כאטש נארמאל, געזונט וואלט ער יא געווען, וואלט ער געשטאנען פיל בעסער אין יעדע הינזיכט אפילו ער קריגט זיך מיט זיין טאטען און ברודער.)
און די אלע זאכען וואס די ארונים האבען געטון במשך דעם געריכט, איז אלעס געטון געווארען כדי ר' אהרן זאל נישט מוזען "פעיסען רעאלעטי". אלעס נאר כדי אז ר' אהרן זאל קענען בלייבען קראנק אויף די "עספערדזשערס סינדראם" און אים האלטען ווי ווייטער פון דעם אמתן רעאליטעט.
*
איצט וועלען מיר באהאנדלען דעם צווייטען הויפט געשעעניש: אינוואדירען דאס גרויסע סאטמארע ביהמ"ד תשס"ה.
איינע פון די הויפט "מבצעים" וואס די ארוני מעמבערס האבען זיך אונטערגענומען כדי צו שטערען דעם רבין דער ברך משה פון אנגיין מיט זיין עבודה, איז געווען צו מאכען פון די הקפות, א חוכא וטלולא. אראפברענגען דעם גאנצען ציבור צו א שטאפעל וואס וועט קאלט מאכען יעדע ווארעמע צייט. פאר ר' אהרן איז געווען זייער וויכטיג אז ווי מער מענטשען זאלען זען אז דער טאטע איז נישט הונדערט פראצענט געזונט, און עס איז דא צייטען ווען ער פארגעסט. דער "עספערדזשערס סינדראם" ליידענדער האט מיט זיין אומרעאליסטישן צוגאנג אפגעמאכט אז אויב וועט יעדער זען אז דער טאטע איז נישט אין ארדענונג וועט ר' זלמן לייב ווערען אויס רב. חלה-דעקל.
און די "מבצע הקפות" האט ר' אהרן געגרינדעט שוין אין יאר תש"ס, און זיינע מעמבערס האבען דאס אויסגעפירט עד הסוף. יעדער פון קרית יואל איז אריינגעפארען צו די צווייטע יו"ט, כאטש יעדער האט געוויסט אז די הקפות גייט זיין צושטערט. אלע זענען גרייט געווען ע"פ פקודתו צו טאן אלעס אז די הקפות זאל נישט דורך גיין רואיג. און פארדעם זענען אלע ארונים גרייט געווען זיך אריין צו שלעפען מיט פעק און פאק, קינדער און רינדער, צו ווייזען אז ווייל ר' זלמן לייב איז רב אין וויליאמסבורג וועט מען צושטערען די הייליגע הקפות.
איך וועל נישט אריינגיין אין אלע דעטאלען פון די צווייטע טעג פון תש"ס ביז תשס"ו, ווייל דאס וועט זיין באשריבען אין די אנדערע אפטיילונג פון די "סוכות ביילאגע", איך וועל נאר אין קורצען באשרייבען די געשיכטע, ארויסצוברענגען די מחלה "עספערדזשערס סינדראם" אויף ר' אהרן און זיינע אומרעאליסטישע ארונים.
אין יאר תשס"ה אין די נאכט פון אושפיזא דיוסף האט מען געטאנצט שמחת בית השואבה אין ביהמ"ד הגדול, ווי אלע יארען. קיין ארונים זענען נישט געווען דארט, ווייל זיי האבען שוין אלע געהאט יענע צייטען אפגעפיצט פון ביהמ"ד און זיי האבען שוין געהאט דאן "טערטין הופער" ווי זיי האבען געדאווענט ר"ה, יוה"ק און גאנץ יו"ט סוכות.
אלענפאלס, אינמיטען טאנצען איז אריינגעקומען משה דער גבאי און האט אויסגערופען אז דער רבי שליט"א וועט נישט אריינקומען די צווייטע טעג אין ביהמ"ד, נאר דער רב שליט"א וועט פראווען מיט'ן ציבור די הקפות אין ביהמ"ד.
איצט וועל איך אייך איבערגעבען די טרוקענע פאקטען אין קורצען. טראץ וואס ר' אהרן האט געוואוסט אז דער רבי וועט נישט אריינקומען צו די הקפות, דאך האט ער באשלאסן אריינצוקומען קיין וויליאמסבורג, מיט די בפירוש'ע כוונה אז דאס זאל אויפרייצן זיין ציבור אז זיי זאלן מיטקומען און העלפן דורכפירן דעם שוידערליכן פאגראם. דערפאר האט ער באשלאסען אז ער פארט אריין אין שטאט, כאטש דער רבי קומט נישט אריין. די ארונים האבען אויפגעבויעט א טענט אויף די פובליק סקול שטח און דארט וועט ר' אהרן טאנצען.
הושענה רבה האט ר' אהרן געפראוועט פאר זיך מיט זיינע ארונים און ביי די דרשה געוויינט מיט בכיות נוראות אויפן אריכת הגלות און אויף ביאת משיח, כדרכו. ווען ר' אהרן האט געוויינט מיט קראקאדיל טרערן ביי זיין הושענא רבה דרשה האבן אים שוין געווירבעלט אין קאפ און האט שוין געהאלטן טיף אינמיטן ארקעסטרירן עפעס אומגלויבליך.
"איחוד התלמידים" (ר' אהרןס ארגעניזאציע) האט ארויסגעשיקט א טעלעפאן און אי.מעיל מעסעדזשעס אז יעדער זאל זיין ביים זמן אין ראדני, און אויף זייער האט-ליין האבען זיי באפוילען אז אלע בחורים זאלען זיין ביים זמן אין בית המדרש. א קלארער באפעל אנטייל צו נעמען אין דעם שוידערליכען געשעעניש.
עס איז דער זמן הדלקת הנרות און דער יו"ט שמיני עצרת קומט אריין אין אלע הייזער איבער די וועלט, אבער דא אין סאטמאר האט ר' אהרן מיט זיינע מענטשען באשלאסען אז עס גייט איצט זיין א האלאקאסט, א חורבן.
טוירטין הופער סטריט ווי אויך דעם טענט "הענקי", האט מען "פארשלאסען" אויף די ערשטע נאכט יום טוב, כאטש וואס אין די הייליגע טעג ווען דער ברך משה האט געדאווענט פארן עמוד אין גרויסען ביהמ"ד, האבען זיי טריאומפירט אין בלאט אז זייער שול אויף דרייצען הופער איז איבערגעפילט און מען פארקויפט דארט מיליאנען זיצען. דעמאלטס האבען זיי זיך נישט גערעכענט מיט די וויכטיקייט מיטצוהאלטען די תפלות מיטען רבין. בלויז שמיני עצרת, ווען זיי האבען געוואוסט אז דער רבי וועט נישט אריינקומען צו די הקפות, האבן זיי געפינען פאר וויכטיג אפצושפארען זייערע שולען צו פארזיכערען אז אלע זייערע מיטגלידער קומען אויף ראדני זיך באטייליגען אינעם שוידערליכען פאגראם.
ר' אהרן האט געמאכט א שפיל כאילו ער וויל זיך זייער באטייליגען ביי די הקפות ביי זיין טאטען אין קליינעם ביהמ"ד ברך משה, און ער איז אהין אנגעקומען מיט א גאנצע מחנה צעיושטע יוגענטליכע באנדע. אבער אנקומענדיג אהין, האט מען אים געזאגט אז ער קען אריינקומען אבער נאר מיט זיינע קינדער און מיט עטליכע גבאים. די אלע שלעגער-באנדעס וועלן נישט אריינקומען.
און אויף דעם האט ער געווארט. ער האט קאטעגאריש אפגעזאגט די איינלאדענונג אריינצוגיין צו זיין טאטען, נאר ער האט געשיקט די אלע באנדעס קיין ראדני, און ער איז זיך געגאנגען אין סיגעט מיט א מספר מצומצם.
די הקפות שמיני עצרת ביינאכט האט ר' אהרן נישט אפגעראכטען אינעם "שאטער הענקי", וואו עס האבן זיך שפעטער אין יו"ט באטייליגט הונדערטער טויזענטער מענטשען, נאר עס איז געפראוועט דעווארען אין סיגעטער בהימ"ד און מען האט אהין בלויז באשטעלט א מנין מצומצם, אין די צייט וואס אלעמאל זוכט ער – און זיי – להגדיל הטראסק און צייגן אז ער האט א ריזן עולם, איז ער אויף די נאכט געווארען צוריק א "ר' אהרן המהודרת"... שטיל און באשיידען. אלעס, אז זיינע אנהענגער זאלען זיין אין ראדני און אנטייל נעמען און דעם שוידערליכען פאגראם.
עס איז איבריג צו שרייבען וואס די הקפות מיינען אין יעדע חסידישע הויף. עס איז נאך א טייל פון דעם חתימה טובה וואס מיר האפען זוכה צו זיין און עס איז פון די שענסטע זמנים פון יאר אין אלע חסידישע הויפן. אין סאטמאר זענען די הקפות די סאמע הויכפונקט פון יאר. עס איז דער יו"ט בה"א הידוע. אבער דאס דייקא האט ר' אהרן געוואלט אראפברענגען עד הדיוטא אחרונה.
איצט וועלן מיר אייך אריינפירען אין גרויסען סאטמארען ביהמ"ד אויף ראדני סט. די ערשטע שריט איז געווען גלייך ביים זמן ווען יאסי בראך זייער הויפט פירער, מיט נאך עטליכע אפגעריסענע נאראנים, זענען אריינגעקומען אין שול מיט דריי גוים ("באדי גארדס"), ארויף ביז צום פלאץ פון רב שליט"א וואס דאס האט געדארפט זיין דער צייכען אז די "אינוואזיע" האט זיך אנגעהויבען.
אינאיינעם מיט זיי האבן זיי מיטגעברענגט א שיקסע, א רעפארטער פארן "דעילי ניוס". די גוי'טע האט לויט זייער פלאן געדארפט באריכטען דעם אנדערען טאג די אלע געשעענישן אין די פרעסע. און "כיון שניתנה רשות למשחית" - וויבאלד ר' אהרן האט שוין פון פריער געגעבן דעם צייכן פאר זייערע כוליגאנעס אז מ'קען אלעס טאן, האבן זיי זיך גענומען צו דער ארבעט. גלייך דערנאך האבן זייערע יוגענטליכע אנגעהויבן מיט זייערע געשרייען קולי קולות "זאלי" אויפן רב, און צוגאב באגלייט מיט גאר מיאוסע ווערטער אויסרופן. די קולות זייערע און געפילדערייען זענען געגאנגען אויף די העכסטע טענער, ווי אפריקאנער שחורים אין א דזשאנגל האבן זיי געווילדעוועט און געליארעמט, געזידלט און געלעסטערט, וואס איז באלד אריבער צו מעשי חילול יום טוב דורך אנהויבן ברעכן און שעדיגן די מעבל פון בית המדרש.
למעשה זענען שוין געווען אסאך ר' זלמן לייבס יונגעלייט וואס האבען געהאלפען ארויספירען דעם יאסי בראך און ביז געציילטע מינוט איז ער יאסי געווען אינדרויסען פון שול, און געכאפט געזונטע טרוקענע קלעפ, און דאס איז געווען דער ערשטער סימן אז די אינוואזיע גייט נישט גיין פאר ר' אהרן ווי געפלאנט. אבער פאוואליע. עס איז נאך ווייט פארטיג. זייער ווייט.
יעדער ארוני איז געווען אין שול, אפילו די ערענסטע און באזעצענע, ווייל מען האט פארשפארט זייער ביהמ"ד, און דער טענט "הענקי" האט מען נאך געהאלטען אין מיטען בויען לכבוד יו"ט, כדי שמחת תורה ביינאכט זאל שוין זיין א "ופרצת" אויפן העכסטען אופן. אבער ר' אהרן איז נישט צום געפינען.
דערנאך האבן זיי זיך מיט א רציחה גענומען איבערקערן די הויכע פארענטשעס אינמיטן בית המדרש, עס אראפגעווארפען צווישן דעם המון עם, אן זיך רעכענען מיט די סכנת נפשות וואס דאס האט געקענט גורם זיין און וואס ביי יעדע טראסקע האט מען געציטערט צו עס האט נישט חלילה באגראבען און צודרוקט אונטער זיך קינדער און ערוואקסענע. דאס אראפטראסקען די אייזערנע פארענטשען האט געמאכט אזא גערודער ווי באמבעס פאלען. עס איז געווען א שרעקליכער ציטער ווען די פארענטשעס זענען געטראסקעט געווארען.
די גאנצע צייט האבן זיך זייערע געמיינע קוויטשערייען נישט אפגעשטעלט. און נישט בלויז דאס, נאר עס איז נאך אלץ געווען ולא נח דעתם. איינע פון די מערסטע שפל'דיגסטע מאמענטן וואס האט געמאכט אויפציטערן יעדן איד וואס האט א חרדה ויראה פאר השי"ת מפחד והדר גאונו, איז געווען ווען זיי האבן גענומען א הייליגן ארון קודש און עס איבערגעקערט אינמיטן בית מדרש, ניטאמאל וויסענדיג צו עס איז דא דערין א ספר תורה אדער נישט. הונדערטער ערליכע אידן וואס זענען דערביי געשטאנען מיט פארקלעמטע הערצער צוקוקנדיג אין וואס פאר א הפקר יונגען די חברה זענען פארוואנדעלט געווארן. עס האט זיך נישט געגלייבט אז אידישע מענטשען מיטן חסיד'ישן לבוש זענען עלול איבערצודרייען בשאט נפש אן ארון קודש, וואס איז דאס הייליגסטע ביי אידן, און נאכדערצו באגלייט מיט א "הורא" און הוללות'דיגן געלעכטער.
דאס אלעס איז געווען נאר א טייל פון זייערע בייזוויליגע פלענער און גרויליגע סצענעס. ווי זיי אליין האבן שפעטער פארציילט האבן זיי נאך געפלאנט אויסצוגיסען אויל אויף די פלאר מ'זאל נישט קענען טאנצען, אראפרייסען די טשאנדאליערס א.א.וו. פשוט חרוב מאכן דעם ביהמ"ד, און דערנאך אריינרופען ר' אהרן וואס האט געווארט צו הערען די גוטע בשורה אז זיין ברודער האט מען רח"ל... און ער קען שוין קומען איבערנעמען דאס ביהמ"ד און טאנצען "הייליגע" הקפות.
אין דער צייט האבן ר' זלמן לייבס עסקנים אנגעהויבען צו מאכען ארדענונג און אויסקריסטאליזירען דעם מצב. צו דאווענען מעריב איז צוגעגאנגען דער בארימטער בעל תפילה ר' יעקב אונגאר און באלד דערנאך איז דער רב צוגעטרעטן צו פראווען די הקפות.
באלד נאכדעם וואס דער רב האט געענדיגט "אתה הראית לדעת כי ה' הוא האלקים אין עוד מלבדו" איז דער רב אריינגעקומען אינמיטן בית המדרש וואו דער רב מיט א זעלטענע גבורות הנפש האט זאפארט אנגעהויבען טאנצען די הקפות ווען דער גאנצער "נארמאלער" ציבור זקנים עם נערים ארום האלט מיט פאראייניגט און טאנצט מיט גרויס התלהבות. ע סאיז נישט געווען מער ווי א ד' על ד' אין די ערשטע פאר מינוט. אבער ווי א מינוט איז אדורך איז דער רינג געווארען ברייטער און ברייטער. מע האט אנגעהויבען איינעמען שטחים אויף שטחים...
די עסקנים האבען זיך געמוטשעט צוריק מסדר זיין די פארענטשעס פאר די בחורים און קינדער. עס איז אנגעקומען מיט שווערע כוחות אפצוטיילען דעם נארמאלען עולם, פון די "סינדראם" יונגען. די חיות טורפות און דער צעווילדעוועטער אספסוף האבן שוין שוין אנגעהויבען שפירען אז דער ביהמ"ד וועט נישט זיין זייערס. דער ערליכערער ציבור זייערער ווי ר' יקותיאל הערש ווערצבערגער און זיינס גלייכען האבען זיך איינער נאכען אנדערען ארויסגעשארט פון ביהמ"ד ווייל זיי האבען "ענדליך" איינגעזען אז ר' אהרן וועט דא היינט נישט טאנצען, און זיי אויך נישט, ממילא מוזען זיי ערגעץ שנעל לויפען ערגעץ אפרעכטען די הקפות.
די "עספערדזשערס סינדראם" יוגענט וואס מיט זייער אומרעאליסטישען בליק האבען זיי געמיינט אז מיט אזא פאגראם וועט ר' אהרן ערגעץ אנקומען, זענען צוביסלעך ארויסגעווארפען געווארען דורך די עסקנים, און ביסלעכווייז האבן זיך די מחללי הקודש אפגעטראגן בחרפות ובושות און פארלאזט דעם ביהמ"ד בחרי אף; נישט צוליב פארשוועכען דעם קדושת המקום, נאר פארן דורכפאל פון די געוואגטע מיסיע. די קראנקע יוגענט האבן צוביסלעך פארלאזט דאס בית המדרש. ביי די דריטע הקפה איז שוין נישט געווען קיין איין איינציגער פון די "געטרייע שליחים" פון ר' אהרן. איצט האט דער גאנצער עולם געטאנצט כאיש אחד בלב אחד, זיך פרייענדיג און דאנקענדיג דעם באשעפער על רוב רחמיו וחסדיו, וואס מען האט ב"ה זוכה געווען צו דעם "ברוך אלקינו שהבדילנו מן התועים" און מיר מיר האבען די זכיה צו פארמאגען א רב א להבדיל פון זיין ברודער.
ווען מען האט געענדיגט די הקפות האט ספאנטאן זיך ארויסגעריסן א געזאנג ביי די טויזנטער פארזאמעלטע "חסדי ה' כי לא תמנו" וואס האט אנגעהאלטן אויף די גאס וואו א ריזען ציבור אויך פון אנדערע שולען האבען אהיימבאגלייט דעם רב מיט א געזאנג, וועלענדיג אים און זיך מחזק זיין, אויף וואס די מענטשהייט איז היינט דורכגעגאנגען.
דער פלאן פון ר' אהרן האט זיך געענדיט מיט א שרעקליך טאטאלען דורכפאל פאר אים און זיינע מענטשען. ער האט פארשטינקענע פיש געגעסען און פון שטאט ארויסגעווארפען. בעסער געזאגט, דער נייער משל פאר אזא סארט נמשל, איז איצט געווארען, "ר' אהרן האט איבערגעדרייט א ביהמ"ד און מען האט אים און זיינע מענטשען ארויסגעטראסקעט באבל וחפו ראש."
איצט האבען מיר געשריבען טרוקן די מעשה אזוי ווי עס איז געווען. און איצט וועלן מיר געבען א גאר קורצען אנאליז אויף די געשיכטע:
ר' אהרן איז אריינגעקומען פון קרית יואל מיט אלע זיינע מענטשען, וויסענדיג אז דער רבי וועט נישט טאנצען. זיי האבען אפגעמאכט אז אויב דער רבי איז נישט אין שול וועט ר' זלמן לייב אויך נישט טאנצען. זיי האבען מיט אים באשלאסען אז מען גייט פארמאכען זיין שול אויף הופער און ער גייט זיין אין סיגעט. ער האט געוויסט אז אין סיגעט קען מער ווי הונדערט מענטשען נישט אריינגיין. האט ער נישט געגעבען אן אלטערנאטיווע פלאץ ווי זיינע מענטשען גייען ביינאכט אפרעכטען די הקפות. און טאקע דאס האט ער געוואלט, אלעס זאל גיין קיין ראדני.
ר' אהרן מיט זיין סתירה צו רעאליטעט איז געווען זיכער ביי זיך אז ער האט גאנץ סאטמאר, און דער ברודער, זעראו, גארנישט. ער האט אמתע חסידים, און דער ברודער, זעראו, גארנישט. אים צו זאגען אז דער ברודער האט היינט א ישיבה וואס איז גרעסער פון זיינס, אדער אים צו זאגען אז דער ברודער האט רוב סאטמאר-וויליאמסבורג אונטער זיך, קען מען נישט, ווייל איינער וואס ליידט אויף "עספערדזשערס סינדראם" קען דאך נישט זיין רעאליסטיש. ממילא איז ר' אהרן געווען קלאר ביי זיך אז עס וועט נעמען מינוטען און מען וועט אים קומען רופען קיין ראדני פירען די הקפות.
אוי, איך מוז זיך צוריקערען צו היינט אינדערפרי, הושענא רבה. ר' אהרן האט געוויינט מיט בכיות נוראות. ער האט געהאלטען א דרשה וואס דער רבי זי"ע קען זיך פארשטעקען פאר אים, און פאר זיינע בכיות.
אבער אויב וויל איינער פארלייקענען אז ר' אהרן איז א קראנקער מענטש און ליידט נישט אויף "עספערדזשערס סינדראם", דאן מוז זיין אז ר' אהרן איז א כופר בעיקר, א לץ, א משכיל, איינער וואס די הייליגע טעג זענען ביי אים א בלויזער שפיל, איינער וואס זיינע בכיות זענען פאלש פון קאפ ביז פיס, איינער וואס טאר נישט זיין א רב אפילו אין א רעפארמער קהילה.
ווייל ווי קען זיין אזא זאך אז א רב, א הוגה מוסר פאר אידען, זאל א שעה פארן דאוונען הושענה רבה אינדערפרי, זיצען און מיטינגען מיט שלעגערס, שקצים, קלים ורקים, און אפשמועסען מיט זיי אז מען גייט פארוואנדלען א ביהמ"ד פאר א שלאכט פעלד, מען גייט פארוואנדלען א שמיני עצרת אין א האלאקאסט, מען גייט שטערען הייליגע הקפות, מען גייט נעמען א דור פון בחורים און קינדער און מען גייט זיי חרוב מאכען לעולם ועד, מען גייט ווייזען פאר די בחורים און קינדער אז שמיני עצרת איז נישט א ערענסטער יו"ט. ווי קען דאס זיין?
דער פאגראם איז נישט געווען א ספאנטאנער כעס אויסברוך. עס איז געווען געפלאנט און ארקעסטירט מיט יעדע דעטאל, גוט צוגעגרייט פון אגאנצען טאג.
שטעלט זיך א פראגע, קען דען זיין אז ר' אהרן האט היינט ביי דרשה באמת געוויינט אויף אריכת הגלות? אזא איינעם טוט דען וויי דאס אריכת הגלות? אזא איינעם טוט דען וויי אז משיח איז נאך נישטא? ביי אים איז דאך אלעס א שפיל, ביי אים איז דער חינוך פון זיינע חסידים'ס קינדער א שפיל, ביי אים איז זיין גאנצער עולם א שפיל, והא ראי', ער האט זיי געשיקט קיין ראדני זיך שלאגען אין איינע פון די הייליגסטע טעג פון יאר, ספעציעל אין סאטמאר, ווען ער האט געוויסט אז זיי וועלען נישט האבען ווי צו טאנצען, און ער האט זיי געלאזט פייפען און געטאנצט די הקפות אין סיגעטער ביהמ"ד וואס איז אויך געווען פארשפארט אז קיינער זאל נישט אהינקומען נאר גיין קיין ראדני. קען אזא איינער וויינען הושענא רבה? קען דען זיין אז די הקפות מיינט ביי אים עפעס אנדערש ווי א "שוי שפיל"?
איז שוין זיין עולם אזוי נידריג אז זיי זאלען האבען אויף זיך אזא געמיינעם רבין? זיצען הושענה רבה אינדעפרי און זיין בלויז ביזי מיט זיך? עס איז נאך אזא רבי נישט געווען ביים כלל ישראל מיום היותם לגוי. א רבי וואס טוט זיך אן א קיטל, מאכט לאנגע נענועים, עס איז הושענא רבה, פון די גרעסטע טעג פון יאר, מען דארף אויסבעטען און איינרייסען פאר א גוט און געזונט יאר פאר זיך און פאר חסידים, און דערווייל איז ער פארנומען א שעה צוריק וויאזוי צו אינוואדירען א ביהמ"ד, אזאנס איז נאך נישט געווען ביי ערליכע אידען. ניין.
איצט, אויב איז ער נישט א ליידענדער פון "עספערדזשערס סינדראם", און ער איז יא א געזונטער און נארמאלער מענטש פון זעכציג יאר אלט, דאן מוז זיין אז ער גלייבט נישט אין קיין שום העכערע זאך, ביים אים איז קיין באשעפער נישט פארהאן, און ביי אים איז קיין הייליגער טאג נישט פארהאן, רח"ל.
אויף זיין עולם מוז מען זאגען אז זיי ליידען אויף קאנטעידזשעס "עספערדזשערס סינדראם" וואס זיי האבען אריבערבאקומען פון אים. אז מענטשען זאלען זיך איינרעדען אז מיט געשלעג, מחלל יו"ט זיין, מבזה זיין א ביהמ"ד, נישט געדאווענט קיין מנחה מעריב און הקפות, זאל ר' אהרן ווערען רבי אין סאטמאר, מוז זיין אז זיי רעכענען איינס מיט איינס איז א חלה-דעקל.
*
איצט וועלן מיר גיין צו עפיזאד נומער דריי: רופען זיין טאטען אין קארט תשס"ה.
אנפאנג זומער תשס"ה האט זיך די מענטשהייט דערלעבט צו א נייעם מציאות. א רב, א "גאב"ד", א "גאון אדיר", א "לוחם מלחמות ה'", א "קנאי" פון ערשטען קלאס, איז געגאנגען אין געריכט קעגען זיין אייגענעם טאטע און רבי, וואס דער טאטע איז א רבי פאר טויזענטער אידען.
די היסטאריע פון דעם רופן א טאטען א רבין אין געריכט, איז פון די געשעענישען וואס ווייזט אז ר' אהרן איז א שווער קראנקער מענטש, איינער וואס זיין מח רעכענט אז איינס מיט איינס איז א חלה-דעקל. א מענטש פון זעכציג יאר, א רב אין א גרויסע קהילה, זאל טאן עפעס וואס אין די היסטאריע האט נישט זיינס גלייכען, א פערזענליכקייט וואס זאל טאן עפעס וואס די היסטאריע וועט אים קיינמאל נישט מוחל זיין דערויף, מוז זיין א מענטש אן קיין מח, אן קיין קאפ. ער וועט דאס קיינמאל נישט קענען אונטער רוקען אונטערען טעפיך. עס וועט בלייבען א שווערער פלעק אויף ר' אהרן, וואס אויסער ער האט מיאוס פארלוירען דעם געריכט און ער איז געווארען שמוציג פון קאפ ביז פיס ביי דעם געריכט, איז דאס עצם אויפקומען מיט די השגה, געווען אויסערגעווענליך נאריש, זינלאז, נישט אויסגעהאלטען ע"פ תורה, און נישט אויסגעהאלטען ע"פ מענטשהייט, נישט אידיש און נישט גויאיש. ער האט לכתחילה נישט געהאט קיין איין פראצענט שאנס אז ער גייט געווינען דעם געריכט. עס איז געווען א שריט וואס די "ילדים העומדים לפניו" האבען אויסגעטראפען, אז דאס גייט זיין א שריט וואס וועט מאכען ר' אהרן צוריק "רב הצעיר" און "רב דקהילות קדושות".
ר' אהרן האט ביי דעם קארט ווייטער גארנישט געוויסט פון גארנישט. ער איז געזעצען און געלערענט די "סוגיא מתוך" און זיינע קינדער און די קינדער פון זיין געוועזענעם שוואגער ר' בעריש מייזעלס האבען אונטערגעשריבען א "לאו סוט" אז זיי ווילען איבערנעמען דעם זיידען, וואס ליידט פון פארקאלעכונג און מען לאזט זיי נישט צו.
איין זומער פארנאכטס איז געקומען א גוי און איבערגעגעבען די געריכט פאפירען פארן רבין, וואס איז איצט אלט געווען העכער די ניינציג. די בילד פון די שרעקליכע מאורע איז געבליבען איינגעקריצט ביי די אלע וואס האבען דאס געזען. דער זיידע האט זיך דערלעבט. ניין פון זיינע העכער אכציג אייניקלעך זענען געגאנגען אין פייער זיך אנצונעמען פאר זיין געזונט. ער האט זיך דערלעבט אז אלע איבריגע אייניקלעך האבען באשלאסען אים צו לאזען זיין פארנעבעכט און פארלאזט, און בלויז ניין געטרייע אייניקלעך זענען אים געבליבען געטריי. אזאנס זיך צו דערלעבען. נאך איבעלעבען א היטלער, נאך איבעלאזען א רעביצין און דריי קינדער אין אוישוויטץ און האט ב"ה דערלעבט אויפצושטעלען א נייעם דור פון צענדליגער צענדליגער אייניקלעך און אור אייניקלעך, איז ער אנגעקומען צו א מצב אז בלויז ניין אייניקלעך האבען באשלאסען אז יעבור עליהם מה, און זיי וועלען אלעס אויף דער וועלט טאן, דעם זיידען צו ראטעווען פון...
עס איז געווען אונטער געשריבען אויף די געריכט פאפירען, אשת מענדל טייטלבוים, חיים הערש בן ר' אהרן, יוסי ואחיו זלמן לייב מייזליש, די טעכטער פון ר' אהרן, אשכנזי, טייטלבוים, דושינסקיא, און די איידעמער העניך אשכנזי און ברוך טייטלבוים.
די אנדערע קינדער פון ר' אהרן, דער איידעם שמעון זאב מייזליש מיט זיין פרוי, מענדל טייטלבוים און דער איידעם דושינסקי האבען נישט אונטערגעשריבען. זיי זענען נישט געווען געטריי פארן זיידענס געזונט.
אויך איז קודם געווען אונטערגעשריבען חיים הערש מייזליש פון בני ברק, אבער ער האט געמוזט צוריקציען אויפן באפעל פון גאב"ד ירושלים.
די ערשטע זאך וואס די ניין אויסערגעווענליך געטרייע אייניקלעך האבען פארלאנגט פון געריכט איז, אז דער געריכט זאל אריינשטעלען צוויי "געטרייע" מענטשען אין הויז פון זיידען וואס זיי זאלען זיין די בעלי אחראי אויף זייער זיידען פארוועם זיי זענען אזוי געטריי. די צוויי געטרייע מענטשען זענען: אריה לייב גלאנץ און הירצקע צוויבעל.
דער קעיס איז אנגעקומען צום פאמיליע ריכטער "דזשאהן לעווינטאל" יר"ה. די געטרייע אייניקלעך האבען מיאוס אריינגעביסען מיט דעם ריכטער. ער האט בעפאר אלעם אויסגעמעקט די פארלאנג אריינצולייגען די "גלאנציגע צוויבלעך". אבער דער וועלטס חכם אריה לייב איז ווייטער ארומגעגאנגען זאגען פאר יעדען אז ער וועט אריינלאזען יעדען אייניג. ער וועט אלע קינדער און איינקלעך האלטען בכבוד און ער וועט אויך קענען האנדלען מיט משה דעם גבאי... אזוי געטריי איז ער געווען.
שוין ביים ערשטען הירינג, וואס איז פארגעקומען אלול תשס"ה, האט דער ריכטער לעווינטאהל איינגעזען אז ער האט דא צו טאן מיט געמיינע פארברעכער אייניקלעך, וואס שפילען א שפיל פון געטרייע אייניקלעך צו א זיידען אבער באמת זענען זיי דאס ווייטסטע פון געטריי. ער האט גלייך איינגעזען אז דא מיינט מען נישט צו העלפן א זיידען, נאר צו העלפען באגראבען א זיידען. און ער האט זיי געוויזען א לעקציע וואס נאר "עספערדזשערס סינדראם" ליידענדע האבען דאס נישט פאראויס געקענט זען.
ביי יענע הירינג, האט דער ריכטער געפרעגט צו משה גבאי איז דא אין געריכט, ווען מען האט אים געזאגט אז ניין, האט ער געזאגט פאר די לויערס אז ער וואלט זייער געוואלט בעטען אז משה גבאי זאל אריינלאזען צום רבין יעדען איינעם פאר די הייליגע טעג וואס גייט איצט זיין. ווי נאר דער ריכטער האט געזאגט די ווערטער איז געווארען ששון ושמחה אין די ארונישע "עספערדזשערס סינדראם" קרייז. יא, עס איז א קארט ארדער אריינצולאזען יעדען און זיי גייען אלע גיין און זיי גייען איבערנעמען און זיי גייען ווייזען, זיי גייען צייגען, זיי וועלען און וועלען און וועלען... אין בלאט האבען זיי געשריבען איין מודעה נאכן צווייטען אז דער געריכט האט באפוילען אריינצולאזען יעדען איינעם און יעדער זאל קומען. ווי גלייך מען האט אמאל נישט אריינגעלאזט איינעם.
איין טאג אין עשי"ת איז דער "בנו בכורו", ר' אהרן געקומען צו פארען פון קרית יואל זיך צו אנווינטשען ביי זיין טאטען. און ער איז נישט געקומען ווי א זון אדער ווי א חסיד. ער איז געקומען ווי א פראוואקאצירער. ער איז געקומען מיט הונדערטער פון זיינע צעיושטע באנדעס בחורים און יונגעלייטלעך. מען גייט אינוואדירען. די גאסען אויף בעדפארד קארנער ראסס איז געווען פול מיט יונגע, "ילדים העומדים לפניו". עס איז בין כסא לעשור און דער צוקומפטיגער הגה"ק האט פלאנירט א "מאוו". ער גייט קומען מיט מיליאנען מענטשען און מען וועט ווייזען.
אבער משה גבאי האט נישט געהאלטען ביים זען וואס ר' אהרן וויל אים ווייזען. ער האט גלייך גערופען די פאליציי צו מאכען ארדענונג. ווי נאר די פאליציי זענען אנגעקומען האבען זיי אנגעהויבען פארטרייבען די מאסען פון די דעמאנסטראציע. (אין יענע יארען האט ר' אהרן נאך יא געהאלטען פון מאסען דעמאנסטראציעס...)
און ווי די פאליציי טרייבט אוועק די באנדעס האט ר' אהרן געזען אז יא, משה גבאי פייפט אויפן קארט און ער איז געבליבען ביים ווייזען, האט ער זיך גענומען בעטען ביי די פאליציי: איי עם עי סאן אוו דהי ראביי". גלייך האט אים א פאליצאנט א זאג געטון: סאו יו אר דהי בעד סאן". (אהא, דו ביסט דער שלעכטער זון.) פון ווי דער פאליצאנט האט דאס געזען, ווייס איך נישט פאר זיכער, אבער אויב מעג איך פראבירען צו צוטרעפען, וועל איך זאגן, אז ווייל ר' אהרן אליין האט נישט אונטערגעשריבען צווישען די "געטרייע" אייניקלעך, האט ער זיך פארגעשטעלט אז ער איז נישט פון די "געטרייע"...
אלענפאלס, היינט ווייסט שוין יעדער אז דער ריכטער איז אליין אראפגעקומען צום רבין אין שטוב נאך סוכות, און האט גערעדט מיטען רבין און אויף דעם האט ער געפאסקענט א געפערליכען פסק פאר ר' אהרן און זיינע "געטרייע" קינדער.
ער שרייבט אינעם פסק: עס איז צו מיר אנגעקומען א קלאגע וואס ניין פון אכציג אייניקלעך האבען אריינגעגעבען אז זיי ווילען קעיר נעמען פון זייער זיידען. קיין קינדער פון דעם מענטש (רבין) האבען נישט אונטערגעשריבען. איך האב אליין באזוכט ביים רבין אין שטוב און געזען אז דארט איז אלעס די שענסטע און בעסטע. איך האב גערעדט מיטען רבין פערזענליך און ער האט געוויסט וואס טוט זיך. "זיי" מיינען אז דער קארט וועט זיין דער "עוועניו" פאר זייערע אינערליכע קריגערייען, און זיי וועלען באקומען פון דעם געריכט וואס אנדערע ריכטער האבען זיי נישט געוואלט געבען. אבער דער קארט ווארפט אלע זייערע פארלאנגען און דער קעיס איז פארטיג.
איצט וועלען מיר אביסעלע אנרירען ר' אהרןס קראנקהייט וואס האט זיך אפגעשפילט ביי דער געשיכטע: יצחק ראזענבערג און נפתלי משה אינדיג, צוויי פון די נאנסטע "קאורט" עצה געבער פארן "עספערדזשערס סינדראם" ר' אהרן, האבען פאר ר' אהרן אין געהיים "מגלה" געווען, אז זיי האבען "מרוב כחמתם" אויסגעפינען א מעכטיגע באמבע, ממש אן אטאם: אז אויב געבען אריין עטליכע קינדער א קלאגע אז דער זיידע איז נישט גוט קעיר גענומען, באקומען זיי דעם זיידען אין "נאו טיים", ד.ה. ווי נאר דער ריכטער באקומט דעם קעיס, וועט נישט זיין אפילו צוויי הירינגס, און ער וועט גלייך אן א פיפס איבערגעבען דעם זיידען פאר די אייניקלעך אדער פארוועם זיי ווילען, וואס אין דעם פאל איז דאס געווען צוויבעל און גלאנץ.
אבער, האבען זיי צוגעגעבען, מען מוז אבער שיקען א סופינע פארן רבין אליין. דאס טייטש אז א שליח וועט מוזען איבערגעבען פארן רבין אין די האנט א סופינע. דאס איז שוין א שטיקל פראבלעם. וואס טוט מען דא. עס וועט דאך זיין א געפערליכער שטינק אין די וועלט, אזאנס איז דאך נאך נישט פארגעקומען זייט די וועלט שטייט. צו שיקען א סופינע פאר א טאטען און רבין איז דאך עפעס וואס מען האט נישט געהערט אין די היסטאריע? נישט געזארגט. שמואל ווידער האט זיך אונטערגענומען א מאסיווע אונטערנעמונג.
שמואל ווידער האט געגרינדעט א "וועד להצלת רבינו" וואס ער האט אזוי געפאמפעט אז אלע ארונים האבען שוין נישט נישט געהאט קיין פראגעס. עס איז געווארען גאר א הייליגע מצוה צו "ראטעווען" דעם "הייליגען" רבין מידי "עשקו". און פון די ארונים האט מען שוין קיין ווארט נישט געהערט. און וואס טוט זיך מיט די נארמאלע מענטשען וואס באלאנגען נישט צו ר' אהרן און זיין "עספערדזשערס סינדראם" פארטיי, איז מען אויפגעקומען מיט צוויי גראנדיעזע אויפטרעפונגען. 1) ר' אהרן וועט נישט אונטערשרייבען אויף די קלאגעס. ער ווייסט גארנישט. נאר זיינע קינדער און בערישעס קינדער וועלען אונטערשרייבען, ממילא וועט מען נישט קענען האבען טענות אויף ר' אהרן. 2) זיי האבען ברוב חכמתם אויפגעקלערט דעם חכם דינן ר' אהרן, אז דער קעיס גייט מען אזוי שנעל געווינען, און ר' אהרן וועט צוריק ווערען אזוי שטארק, אז קיינער וועט מער קיין קשיות נישט קענען פרעגען. מען וועט אזוי שנעל אפווישען איינעם וואס וועט נאר מהרהר זיין אחרי רבו, אז עס וועט אין די מינוט צוריק ווערען די "אמאליגע צייטען", ווען ר' אהרן האט געקענט פייפען אויף די גאנצע וועלט.
ר' אהרן האט גלייך געזען די גאולה שלימה. ער האט זיך שוין געזען אלץ רבשכבה"ג, ער באקומט אלעס און מער ווי אלעס, צוריק. אלעס גייט צוריק צום אלטען. ווי נאר ער באקומט דעם רבין, וועט ער אים הייסען אונטערשרייבען וויליאמבסורג פאר אים און ער וועט גלייך לויפן צום געריכט, און דער געריכט וועט גלייך ארויסקאפען דעם ברודער, און אזוי וועט ער צוריק ווערען "רב דקהילת הקדושות", און "די בעל אתר ואתר". זייער א פשוטער חשבון. אויסגעהאלטען לויט אלע פרעספעקטיווען.
אבער אזא סארט רעכענונג רופט זיך: איינס מיט איינס איז א חלה-דעקל.
די צוויי קארט פירער און ר' אהרן, האבען געמאכט זייער א גוטען חשבון. יא, מען וועט קלאגען דעם זיידען, און מען וועט אים גלייך באקומען. אבער דעם פשוטסטען חשבון: אז משה גבאי גייט אויך אויפנעמען א לויער איז זיי גארנישט איינגעפאלען. אזא קליינליכען חשבון איז אין זייערע בונדעל מוחות נישט ארויף געקומען. און אז משה גבאי גייט אויפנעמען א לויער וועט שוין דער קעיס נישט גיין אזוי פשוט. אבער ערנסט גערעדט. זיי האבען נישט גענומען אין חשבון אז ווען א אלטער מענטש, אפגערעדט ווי געזונט ער איז, אויב נעמען זיינע קינדער קעיר, און דער עלטערער געפינט זיך אין א געזונטע ענווייראמענט, וועט קיין ריכטער קיינמאל נישט נאך געבען אפאר אפגעריסענע אייניקלעך. עס איז ממש נישט פארהאן קיין נארישערע דמיונות ווי זיי האבען געדמיונט.
ווער רעדט נאך ווען דער ריכטער האט געזאגט אז ער בעט משה גבאי זאל אריינלאזען יעדען, דאס איז שוין געווען א קלארער באווייז אז דער קארט גייט ווי געפלאנט, און עס ועט נישט נעמען לאנג און דער זיידע וועט זיין ביי ר' אהרן אין קרית יואל און עס גייט זיין פורים שחל להיות ביום ההדלקה. ר' אהרן האט אלעס געזען אין ווייסע פארבען. ווייל ביי אים איז איינס מיט איינס א חלה-דעקל.
צום סוף איז דאך אוודאי ארויפגעשווימען דער אמת, ווי דער כלל לויטעט: סוף גנב לתליה, און עס איז דורך א צופאל ארויסגעקומען דער שרעקליכער אמת אז ר' אהרן האט אנגעפירט דעם גאנצען געריכט, און באשלאסען מיט זיין "עספערדזשערס סינדראם" אז ער וועט פאפען די וועלט און ער וועט שיקען זיינע קינדער אז זיי זאלען אריינגעבען די קלאגע קעגען זייער זיידען און ער וועט שפילען ווי ער ווייסט גארנישט. און דער צופאל איז געשען דורך א איינגעשטעלטער "קארט עוועליועיטאר", "פיליפ קאמערעס", וואס האט געשיקט א אומשילדיגער בריוו פארן ריכטער אז די צוויי צדדים האבען אים געדארפט באצאלען פאר זיין ארבעט וואס דער ריכטער האט אים געשטעלט אז ער זאל אפשאצען דעם רבינס מצב, ווייל אזוי האבען זיינע "געטרייע", אייניקלעך "הגאונים והצדיקים שליט"א" באשלאסען, אבער דערוויל האט נאר איין צד, פון רבינס זייט, אים באצאלט, אבער פון די אנדערע זייט, די זייט פון די "געטרייע", אייניקלעך "הגאונים והצדיקים שליט"א", האט ער באקומען א טשעק פון איינעם "עראן טייטעלבאום" און עס האט געקראכט. אה דער קאץ איז ארויס געשפרינגען פון זאק. נישט ממש אליין ארויסגעשפרינגען, מען האט אים ארויסגעשלעפט פון זאק. ער האט באצאלט מיט זיינס א טשעק. איינס מיט איינס איז א חלה-דעקל...
און נאכדעם איז דאך באוויסט געווארען ווי צוקריגט ער איז געווארען מיט זיין איידעם שמעון זאב מייזליש ווייל ער האט אפגעזאגט די "באפעל" פון זיין שווער, אונטערצושרייבען דעם קלאגע, און היינט איז באוויסט אז ר' אהרן האט "געשאלטען" זיין טאכטער און איידעם אז זיי וועלען נישט מוציא שנתם זיין, ווייל דורך זייער נישט אונטערשרייבען האט געברענגט אז די אנדערע קינדער פון ר' אהרן וואס האבען יא ארויסגעוויזען "געטריישאפט" פארן זיידען, האבען זיך צונאר געליייגט און שמעון זאב האט זיי געלאכט אין פנים נאכדעם וואס דער קארט האט מיאוס אויפגעפראסקעט זיינע שוואגערס אין זיין פסק.
און באמת, ווען ר' אהרן וואלט געגאנגען צו א סקייעטריסט און אים נאר פארציילט די איינע עפיזאד פון רופען זיין טאטען אין געריכט, און ער וואלט אים פארציילט ווער ער איז, און ווער זיין טאטע איז, און וואס דער שו"ע איז, און וואס א רב באדייט, און וואס א רבי איז, און וואס סאטמאר איז, איז נישט קיין פראגע אז דער סקייעטריסט וואלט אים גלייך דיאגנעזירט מיט "עספערדזשערס סינדראם", און ער וואלט אים זיכער געגעבען די ריכטיגע הילף מיטלען אז ער זאל קענען באלאנסירען זיין מח מיט אנדערע מענטעשןס מוחות. נו, זענען זיינע מענטשען אויך אנגעשטעקט מיט די "עספערדזשערס סינדראם", ממילא האלטען זיי ווייטער אז איינס מיט איינס איז א חלה-דעקל.
*
איצט צו עפיזאד נומער פיר: אינוואדירען דאס גרויסע סאטמאר ביהמ"ד תשס"ו
זומער תשס"ה האבען ר' אהרןס מענטשען פון קרית יואל אריינגעגעבן א תביעה אין אראנדזש קאונטי געריכט אונטערן נאמען פון קהל יטב לב דקרית יואל, מיט א פארלאנג צו באשטעטיגן אן אומלעגאלן טרענספער אויף האלב פונעם בעלות איבערן בית החיים דקהל יטב לב אין קרית יואל.
ביים ערשטן געריכט פארהער פארן – היינט באקאנטען קארופטירטער – ריכטער ראזענוואסער זענען ערשינען די אדוואקאטן פון בערל פרידמאן אונטערן נאמען קהל יטב לב ברוקלין, מיט די טענה אז זיי זענען גאר די ריכטיגע ראשי הקהלה, טראץ דעם וואס זיי זענען שוין יארן לאנג נישט אין די פירערשאפט פון די קהלה.
ריכטער ראזענוואסער האט מכלמורשט פארארדענט ביידע צדדים זאלן אריינגעבן זייער ארגומענטן בכתב מיט די הוכחות פארוואס זיי זענען די אמת'ע ראשי הקהל, און דערנאך וועט ער ארויסגעבן זיין פסק, לויט זיין פארשטאנד פון די פאפירן, און הערשט דערנאך וועט ער דן זיין איבער דעם בעלות פון בית החיים.
מאנטאג ערב סוכות תשס"ו האבן די לויערס פון סאטמארער-וויליאמסבורג איבערגעגעבן זייער לעצטע פאפירן אין וועלכע זיי ווייזן איבער אז די לעצטע פינף יאר פירן זיי אן מיט די קהלה ווירטשאפט און זיי זענען באשטעטיגט געווארן פון אפעלאט געריכט צו פירן די קהלה. און מיטוואך דעם צווייטן טאג יום טוב סוכות האט דער אדוואקאט זשעפרי באסס וועלכער פארטרעט יאסי בראך, בערל פריעדמאן און יצחק ראזענבערג אריינגעגעבן זיינע פאפירן מיט די טענות אז זיי זענען די וואס פירן אן די קהלה און זיי זענען די סטאטוס-קווא.
פרייטאג דעם צווייטן טאג חוה"מ סוכות האט ריכטער ראזענוואסער פארארדענט די ראשי הקהלה צו ברענגען איבערצייגענדע באווייזן אז דער רבי האט ארויסגעשטעלט בערל פרידמאן פון די הנהלת הקהלה בשנת תשס"א, ביז נאוועמבער 30 ווען ער וועט אויסהערן די טענות פון ביידע צדדים.
ראזענוואסער איז זיין ארדער שרייבט אז ער וויל נישט איבערדרייען דעם באשלוס פון ריכטער באראש, וואס האט געפסקנ'ט אז דער רבי איז דער פולקאם בעל הבית אין אלע עניני הנהלת הקהלה, נאר ער פארלאנגט דאס איבערצייגן אין געריכט דורך רופן דעם רבי'ן פערזענליך אין געריכט אדער מיט אנדערע קראנטע באווייזן.
דער קארופטירטער ריכטער האט אין זיין ארדער אריינגעשריבן זיינע אבזערוואציעס אויף ריכטער באראש'ס פסק, אז דער סטאטוס-קווא פון די קהלה וואס ריכטער באראש האט געלאזט אין אמט, איז בערל פרידמאן און זיינע ערוועלטע צוליב וואס עס איז נאכנישט איבערגעצייגט געווארן אין געריכט אז דער רבי האט אים מעביר געווען, טראץ דעם וואס בערל פרידמאן האט אפעלירט ריכטער באראש'ס פסק. דערפאר האט ער געגעבן די רעכטן פאר בערל פרידמאן צו נעמען אדוואקאטן צו פארטרעטן די וויליאמסבורגע קהלה, ווילאנג עס ווערט נישט איבערגעצייגט ביז נאוועמבער 30 אז בערל פריעדמאן איז טאקע ארויסגעשטעלט געווארן.
ערב שבת קודש חול המועד סוכות, הארט פארן זמן הדלקת הנרות, איז פארשפרייט געווארן די ידיעה איבער'ן צייטווייליגן ארדער, און ר' אהרן מיט זיינע מענטשען האבן זיך ווי ביי יעדער געשעעניש אין די לעצטע פאר יאר, ווידער ערקלערט אלס זיגער איבער די קהילה און אירע נכסים, און תיכף מפרסם געווען אז די קומענדיגע צווייטע טעג יום טוב וועלן זיי איבערנעמען דעם ביהמ"ד, און ר' אהרן וועט טאנצן די הקפות אין גרויסן בית המדרש אויף ראדני סטריט.
הושענה רבה אינדערפרי האט ריכטער ראזענוואסער געשפילט א שפיל ווי ער פארופט א קאנפערענץ פון אלע לויערס, אויפן פארלאנג פון די אדוואקאטן פון סאטמאר-וויליאמסבורג צוליבן שרעק עס זאל זיך נישט איבערחזר'ן די ראיאטן פון פאריאר, וועלכע האבן פרובירט בזרוע צו פארשטערן די הייליגע הקפות שמיני עצרת אויפדערנאכט (ווי געשריבען פריער). דער ריכטער האט זייער גוט געשפילט די שפיל, און נישט געוואלט אויסהערן קיין טענות ווייל ער האט זייער קלאר געמאכט אין זיין ארדער אז די רעכטן וואס ער געט פאר בערל פרידמאן איז נאר בנוגע דינגען אדוואקאטן אויף די תביעה פון די קרית יואל'ער קהלה בנוגע דעם בעלות אויפן בית החיים, אבער קלאר נישט צו טוישן די הנהגת הקהלה.
די גרופע האט אבער געוויסט פון פריער וואס דער ריכטער מיינט באמת, ווייל ריכטער ראזענוואסער מיט יעקב ישראל פריינד פון קרית יואל זענען געווען גאר שטארק אדוק ומקושר, און דער ריכטער איז דעמאלטס געלאפען פאר א לאנגען טערמין און יעקב ישראל האט אים פארשפראכען אז אויב וועט ער טאן וואס עס פעלט זיך אויס איז זיין געווינס א זיכערער. צום ענדע האט זיך ארויסגעשטעלט אז ראזענוואסער איז געווען איין שטיק קארופציע און ער האט דעליווערט פאר ר' אהרן אלעס וואס יעקב ישראל האט אים פארגעשריבען, און דאך האט ער "שיין" פארלוירען. און אלע זיינע פסקים לטובת קרית יואל זענען איינשטימיג אפגעווארפען געווארען אין "אפעלאט געריכט". און, ער איז געווארען נאכגעקוקט פון די געריכטליכע איסטאנצען, ווייל עס איז אנטדעקט געווארען געהיימע "כאבאר" באצאלונגען פון "פארשידענע מענטשען" פארן ריכטער ביים סאטמארען קעיס. (אגב, יענע אויספארשונג האט זיך קיינמאל נישט געענדיגט, פאר נישט באקאנטע סיבות.)
יצחק ראזענבערג און זיינע צעיושטע יונגען האבן געמאלדען פאר די פאליציי אז זיי ווילן קומען מיט ר' אהרן איבערנעמען דעם גרויסן בית מדרש און פארלאנגט די פאליציישע הילף. די לויערס פון סאטמאר-וויליאמסבורג האבן זיך דאן געוואנדן צום אפעלאט געריכט אפצושטעלן די קראנקע עלעמענטען, אויס מורא נישט צו פארשטערן די הייליגע טעג פון שמיני עצרת דורך די שלעגערס און ר' אהרן. דער אפעלאט געריכט האט נישט געזען פאר וויכטיג צו געבן א סטעי ווען דאס געריכט האט סייווי קלאר געשטעלט אז דער ארדער איז נאר באגרעניצט אויף דינגען אדוואקאטן פאר'ן קעיס איבער'ן בית החיים אבער נישט צו טוישן די ווירטשאפט אין די קהילה.
צוליב די אפעלאט ארגומענטן וועלכע איז נאך אנגעגאנגען ביים כניסת שמיני עצרת, האט ר' אהרן און זיינע "ילדים" געמוזט אפלייגען זייערע געפלאנטע ראיאטן אויף א שפעטערע געלעגענהייט, און זיך געגאנגען פראווען די "געהויבענע" הקפות אין "שאטער הענקי".
גלייך נאכען פראווען די "געהויבענע" הקפות נאך איידער "גוט יו"ט" ווינטשען פאר ר' אהרן, האט זיך אויפגעשטעלט אויף די בימה אין "שאטער הענקי" נפתלי הירצקע שטיין און אויסגערופען: אי"ה מארגען צופרי וועט מען זאגען תהילים אין גרויסען ביהמ"ד א פערטעל צו אכט, און זמן שחרית אין האלב צען. נישט מער און נישט ווייניגער. ר' אהרן איז געשטאנען לעבען דעם הירצקע שטיין בשעת ער האט דאס אויסגערופען. און צו מאכען דאס ליצנות נאך גרעסער, האבען זיי געהאט דארט עטליכע פאליציאנטען וואס זענען געשטאנען אין די הייך, וואס דאס האט געוויזען פאר די אלע מיליאנען אקסען אז די פאליציי איז מיט אונז... די פאליציי זענען דארט געשטאנען ווייל מען האט זיי דארט ארויפגעפירט, ווי מען פירט זיך אין "חסידישע קרייזען" בשעת עס איז דא א גרויסער עולם ברענגט מען שישקעס פון די פאליציי, זיי צו ווייזען דעם "עוז וגבורה" פון זייער רבין. אבער זיי האבען באמת נישט געוויסט וואס מען זאגט דא איצט און אז אויפן חשבון פון זייער אנוועזענהייט בויט מען דא ריזיגע פלענער...
א קלארערער סיגנאל פאר די אינוואזיע איז נישט פארהאן. און, שמיני עצרת אינדערפרי האבן זיך פארזאמעלט הינדערטער ארונים אויסצופירן דעם באפעל פון ר' אהרן, צוזאמען מיט צענדליגער "שווארצע באונסערס", און אויפגעבראכן די טירן פון בית המדרש הגדול, אריינגעלאפן אין אין ביהמ"ד און באפאלן די עלטערע אידן וועלכע האבן געזאגט תהלים און געלערנט און זיי ארויסגעטריבן פונעם בית המדרש, ווייל דאס בית המדרש איז אונזערס. איינער פון די "מוצי"ם" אין קרית יואל, יוסף הערש סופר האט זיך געזעצט מיט נאך צוויי קאלבען, און האט פארגעלערענט "דברי יואל". דער ביהמ"ד איז "געהעריג" אונזערס.
היינט האט שוין יעדער געזען די "ווידעא קליפס" וואס קהל האט אינסטאלירט פאר יו"ט, צו קענען אלעס האבען אין קלארע באווייזען, ווי מען זעט ווי עטליכע "עספערדזשערס סינדראם" יונגען האבען אנגעפירט די אינוואזיע און ארויפגעשטעלט די גוים אויפן ארון הקדוש אין אויף דעם עמוד פון רבין און רב און זיך ארויסגעלאזט אין א פייערליכן טאנץ פייערן דעם נצחון, זיי האבן געשלאגן און גערצח'ט ווער ס'איז זיי געקומען אונטער די האנט. יעדער האט געזען די "קליפס" ווי "עמרם כהן" פון קרית יואל טאנצט "חסדי ה' כי לא תמנו", עקיבא וויינשטאק פון קרית יואל טאנצט און קלאטשט ווי ר' אהרן, אן א קאפל אויפן קאפ, רח"ל. דער ביהמ"ד איז "אונזערס". מען האט אויסגערופען אז אין צען מינוט קומען אריין "דער רב", ר' אהרן...
עס האט גענומען א שטיק צייט און די פאליציי האט זיך אריינגעמישט צו פארסירן דעם געזעץ, נישט לאזנדיג די חיות טורפות אנגיין מיט זייערע קראנקע נערווען אויסבראכען. די פאליציי האט ב"ה גאנץ שנעל געברענגט ארדענונג און ארויסגעפירט די שלעגערס פון בית המדרש.
ר' אהרן איז געזעצען ביי זיך אין די דירה אויף יוז סט. און געווארט אויף די ענדגילטיגע בשורה טובה, אז דער ביהמ"ד איז "קלין" און ער קען רואיג קומען איבערנעמען דאס ביהמ"ד. ער האט געוויסט פאר זיכער מיט זיינע חשבונות פון איינס מיט איינס
בערך עלף אזייגער האט מען מיט גרויס חכמה געמוזט אויסזאגען דעם אמת פאר ר' אהרן אז עס איז צרות און די פאליציי האט זיי אויסגעשפילט און מען מוז בחרפתינו גיין צוריק אין "שאטער הענקי".
צו זיינע צרות האט ער נישט געקענט גיין פון ליע עוועניו ווייל די גאסען זענען געווען געשפארט פון די מחנות "ראיאטן פאליציי" וואס זענען אנגעקומען קיין וויליאמסבורג. ער איז געלאפען ער האט זיך געשפירט ווי א שרעקליכער "לוזער". זיינע מענטשען האבען פראבירט צו בעטען די פאליציי אז מען זאל אים דורכלאזען ווייל ער איז א "גרויסער ראביי", האט אים די פאליציי געזאגט אז ער איז נישט א ראביי, ער איז א ראיאטען פירער.
און אזוי האט זיך געענדיגט די אינוואזיע פלענער צום צווייטען יאר נאכאנאנד. נעבעך.
איצט וועלען מיר זען וויאזוי די "עספערדזשערס סינדראם" פון ר' אהרן האט דא געשפילט די גרעסטע ראלע. ר' אהרן האט הושענה רבה ווידער געוויינט מיט בכיות נוראות אויף גלות השכינה. ער האט געקייכט פון דעם צער וואס די שכינה האט. ער האט געמאכט גאר לאנגע נענועים מיט די ד' מינים און געזונגען די באקאנטע סאטמארע נענועים ניגונים און ווידער מיט בכיות. שפעטער ביינאכט האט ער געפראוועט "געהויבענע" הקפות און געטאנצט מיט די ספר תורה און זיך געפריידט מיט די הייליגע תורה.
איין סעקונדע נאכען ענדיגען די "געהויבענע" הקפות, ר' אהרן האלט די נאך די תורה'לע אין זיינע "הייליגע" הענט, און עס שטעלט זיך אויף איינער אין זיינע צוואנציגער יארען, א אפגעריסענער שעפס און רופט אויס הויך אין פארנט פון ר' אהרן אז "מארגען צופרי גייט מען זאגען תהילים אין ראדני סטריט א פערטעל צו אכט".
האלטס איין רגע טייערע ליינער. נאכאמאל לאמיר דאס איבערחזרן: "מארגען צופרי גייט מען זאגען תהילים אין ראדני סטריט א פערטעל צו אכט". וואס? האט מען אויסגעשאסען אין א געלעכטער דעמאלטס אין "שאטער הענקי" ווען מען האט געהערט די ווערטער? איז דאס געווען א פאני דשאוק? האט מען זיך טועה געווען אז עס איז פורים? שטייען טויזענטער אידען, למספרם, און הערען ווי מען רופט אויס אז מען גייט זאגען תהילים אין ראדני? האט זיך קיינער נישט אויפגעשטעלט שרייען: משוגענער, גיי אראפ פון די בימה!, דו שייגעץ, מען האט איצט געטאנצט הייליגע הקפות, און דו ווילסט שפילען א שפיל פון תהלים?
ר' אהרן שטייט דארטען בשעת מעשה. אפשר קען איינער צוטרעפען, וואס האט ר' אהרן געטראכט אין יענע רגעים? האט ער באמת געהאלטען אז זיין עולם שווערט זיך אז ער כאפט נישט אז ער פירט אן אלע פלענער פאר א אינוואזיע און בשעת ער וויינט ביי די דרשה הושענה רבה, איז אלעס "עספערדזשערס סינדראם" תוצאות? לכאורה קען מען נישט מיטהאלטען זיינע מחשבות פון יענע מינוטען.
עס גייט ארום א לעגענדע אין סאטמאר אז ביי איין מאסען דעמאנסטראציע קעגען "גאלדע מאיר" די פרעמיערשע פון מדינת ישראל, האט ר' ליפא פריעדמאן אויסגערופען אז דארט און דארט זענען דא אייער און קיינער זאל נישט אהינגיין. עס איז נישט א אמתע מעשה אבער אזוי גייט ארום א געשיכטע.
דא ביי אונזער ר' אהרן האט זיך די לעגענדע אפגעשפילט אויפן העכסטען פארנעם. מען רופט אויס אין פראנט פון אים אז מען גייט "זאגען תהלים", און יעדער איינציגער מענטש האט פוקטליך געכאפט וואס ער מיינט דא באמת. אויב אזוי, פארוואס האט מען נישט אויסגערופען אפען און קלאר אז דער ריכטער האט געגעבען ראדני פאר אונז און מארגען וועט יוסף הערש סופר אויך דארט זיין צווישען די שלעגערס און עמרם כהן וועט טאנצען אויף די בימה און עקיבא וויינטשאק וועט קלאטשען, און מען וועט נישט דאווענען אין טענט נאר אין ראדני. עס וואלט געווען די זעלבע רעזולטאטען און די זעלבע דורכפאל. פארוואס האט מען געמוזט נעמען א גרויסען עולם און זיי זאגען, רבותי, עטץ זענטס שעפסען און אקסען. מען קען מיט ענק טאן וואס מען וויל. ענקערע מוחות זענען קלענער ווי א מילב, און ר' אהרן לאכט פון ענק וואס פארא קעלבער עטץ זענס. גייט זאגען תהילים אין ראדני.
דער תירוץ איז: איינס מיט איינס איז א חלה-דעקל.
די פינפטע עפיזאד איז, די געשיכטע פון די לוי' פון ר' עיזואל פערלשטיין ז"ל. די שרעקליכע עפיזאד האב איך שוין לאנג און ברייט באשריבען און קוקט עס נאך דארט אויפן פלאץ.
די אלע עפיזאדען זענען נאר א קומץ קטנה. עס זענען פארהאן צענדליגער אויף צענדליגער באווייזען אז ר' אהרן ליידט ערענסט אויף "עספערדזשערס סינדראם".
למשל, איין טאג האלט ער א פייערדיגע דרשה קעגן אנצינדען הדלקה'ס אין ל"ג בעומר פאר אידען אין חוץ לארץ. עטליכע יאר שפעטער: ער פראוועט ריזיגע הדלקה'ס. אין דעם זעלבען יאר וואס זיין מלוכה איז צעפאלען, אין יאר תש"ס, האט ער באשלאסען אז ער גייט פראווען א הדלקה. דאס פלאץ דערפאר האט ער א ריזיגע אין פארנט פון ביהמ"ד הגדול אין קרית יואל, בילדער וועט זיין אבנארמאל שיין; פרויען וועלען זיך קענען געהעריג באטייליגען אויפן פארקינג לאט, און ער צינדט שוין אזוי הדלקה'ס באלד צען יאר.
איי, האסט דאך געזאגט אמאל אז ל"ג בעומר איז נישט א יו"ט אין אמעריקע, האסט דאך געזאגט אז הדלקה'ס אין אמעריקע איז הוללות, נישט קיין פראבלעם. שמואל ווידער וועט מאכען דעם דזשאב. ער וועט אויפקומען מיט א ריזן ספין.
דער בלאט האט געשריבען ביי די ערשטע הדלקה תש"ס וואס ר' אהרן האט געפראוועט, אז דערפאר גייט ר' אהרן אנצינדען א הדלקה, ווייל זיין טאטע דער ברך משה האט אים באפוילען!... שעפעלע, וואס טוט מען נישט פאר כיבוד אב... "עספערדזשערס סינדראם".
*
ער טרינקט פארדארבענע מאסט, און עס ווערט גלייך געקרוינט אלס "עפל סיידער". "עספערדזשערס סינדראם".
*
מיט וועם ער קען זיך נאר פיקטשערען פירט ער גלייך אין בית השחיטה "המהודרת"... ווי גרעסער יענער איז א שונא פאר סאטמאר, אלס מער כבוד וועט ער אים צוטיילען. "עספערדזשערס סינדראם".
*
אין זיין בית השחיטה "המהודרת" איז לעצטענס נולד געווארען א פראבלעם פון "צומת הגידין". וואס טוט ר' אהרן, ער שטעלט זיך אויף כ"ו אב תשס"ט ביי דער סעודת הילולא פון רבין זי"ע, און זאגט ברבים אז אלע בתי השחיטה האבען דעם פראבלעם. איי, ער איז דאך נישט געווען אין קיין איין בית השחיטה; און איי, זיין דיין ר' געציל שרייבט אז נאר קרית יואל האט דעם פראבלעם; און איי, פיל מיט רבנים זענען ארויסגעקומען אז אין אנדערע בתי השחיטה איז דער פראבלעם נישט פארהאן? "עספערדזשערס סינדראם" איז דער ענטפער.
*
ר"ה תשס"ח איז פאר ר' אהרן שלעכט געווארען ביי שחרית. וואס טוט איינער וואס ליידט אויף "עספערדזשערס סינדראם", הייבט אויף זיינע הייליגע האנט ביי די דרשה פון תקיעת שופר, און צייגט די אינטערווינעס וואס דאס זאל מעורר זיין די שעפסען וואס פארא צרות כלל ישראל ליידט. נעבעך.
*
פארגאנגענעם יאר איז געווען אן אסיפת הרבנים לטובת ילדי תימן אין סקולענער ביהמ"ד. עס האבען זיך דארט באטייליגט אלע רבנים פון ניו יארק אויסער ר' אהרן, וואס, ווי געשריבען, קומט נישט דארט וואו דער ברודער קומט אויך, אפגערעדט ווען דער ברודער און זיינע מענטשען זענען די וואס פירען עס אן.
וואס טוט אונזער ר' אהרן, ער רופט גלייך "פרעזידענט אבאמא" און די זאך איז מסודר. "עספערדזשערס סינדראם".
*
ר' אהרן האט קלאר געוויסט וואס יעדער האט געוויסט אז 'משה פרידמאן' איז ביי זיין טאטען, דער ברך משה, דאס הייליגסטע. ר' אהרן באשליסט אבער זיך אריינצולאזן אין א בלוטיגן קאמף מיט דעם מאכטפולסטען מענטש אין סאטמאר, ווייל מען האט מען אים איינגערעדט אז אזוי וועט ער גרויס ווערן. "עספערדזשערס סינדראם".
*
פארגאנגענעם ר"ה תש"ע זענען ארויפגעקומען צום רבינס הויז, רעביצין סאשע און איר טאכטער, צו באזוכען די שוויגער און די באבע. די ערשטע פראגע וואס סאשע האט געפרעגט, ווי איז די "בעיסמענט? וואס איז אין בעיסמענט, פרעגט מען איר? דער ענטפער: נישט דארט האט מען געלייגט די שוויגער?
ר' אהרן רעדט איין פאר זיינע מענטשען אז זיין מאמע ווערן געטריעט אויפן ארגסטן, הגם מילתא דעבידא לגלוי' לא משקרא אינשי, אבער אויף איינעם וואס ליידט פון "עספערדזשערס סינדראם", איז נישט פארהאן קיין קשיות.
איין פראגע וואלט איך יא געוואלט פרעגען ר' אהרן. אפשר וואלט געווען אין פלאץ ער זאל איצט געגאנגען אין געריכט אז ער וויל באקומען זיין מאמען? אתמהה.
*
אלעמאל האט ר' אהרן גרויסהאלטעריש אראפגעריסן די ישראל'אישע פרעסע, און אין א שיינעם טאג נעמט ער זיך אינטערוויוען יעדען שני וחמישי פאר די דארטיגע פרעסע. "עספערדזשערס סינדראם".
*
דאס איז א באשרייבונג וואס די ארונים האבען באשטעלט ארויפצולייגען אויף די העברעאישע "הייד פארק". זיי שרייבען מורא'דיגע נפלאות'דיגע מעשים פון דעם "עספערדזשעס סינדראם" רבין אין עיוה"ק תש"ע.
"ירצה צום עמך" • וידאו מיוחד ומרגש
אלפי חסידי האדמו"ר מהר"א מסאטמר התכנסו ערב כניסת היום הקדוש בהיכל הטישים בקרית יואל, ושמעו שיחה דומעת מהאדמו"ר. המקורבים זכו להשתתף בבקשת מחילה מהספרים • 'בחדרי חרדים' מגיש וידאו
יוסי כץ, כתב בחדרי חרדים
אלפי חסידי סאטמר עוברים בערב יום כיפור להתברך מפיו של האדמו"ר מהר"א מסאטמר.
מעמד מרגש מלווה בבכיות נוראות היא מעמד "בקשת מחילה". האדמו"ר נכנס לחדר הספרים, מוציא את הש"ס ואת ספרי הראשונים האחרונים, וספרי החסידות, ומבקש סליחה ומחילה אם לא למד די בהם ולא הגה בתורתם כראוי.
למעמד הזה מורשים להיכנס רק המקורבים, אולם יש העולים להציץ מן החרכים ולהשגיח מן החלונות, וגם הם זוכים לראות מקרוב את המעמד הקדוש.
מיד אחר מעמד זה מגיע הרבי לערוך את שולחנו הטהור. האדמו"ר מדבר בבכיות נוראות במשך כל הטיש, בהשתתפות חסידים ואורחים מחוץ לעיר, הסועדים על שולחנו.
מעמד מיוחד באמצע עריכת השולחן, הוא שירת הפיוט "ירצה צום עמך" בניגון אהבה רבה המסורתית לבית סאטמאר, המושר בפי האדמו"ר.
דער בילד צייגט אז אינמטען מאכען מיט די הענט, קען ער פלאנירען ווי אזוי צוריק ווערען "רב הצעיר" און "רב דקהילות הקדושות די בכל אתר ואתר"
*
אבער עס איז נישט פארהאן די צייט, פאפיר און "די טינט" צו אלעס באשרייבען. אבער דער בילד איז קלארער ווי קלאר, און באשיינפערליכער ווי באשיינפערליך.
איך וועל ענדיגען מיט דעם, אז לכאורה זענען מיר אלע מחיוב איבערצובעטען ר' אהרן אז מיר האבען געהאלטען אז ער איז א געמיינער מענטש, א הולך לערכאות, א מרים יד בתורת משה, א.א.וו. ער איז ל"ע א קראנקער מענטש וואס דארף זיך גיין לאזען היילען. ער מוז ווי גיכער אנקומען צו מעדיצינישע הילף, וואס דאס וועט פארגרינגערען נישט נאר פאר אים, נאר אויך פאר זיינע מענטשען. זיי מאכען זיך מיט, דאס גיהנם מיט זיינע טאג טעגליכע "עספערדזשערס סינדראם" פראבלעמען.
זייטשע אונז מוחל ר' אהרן, אבער לאזט אייך היילען.
*
דאס ווייטערדיגע איז די באשרייבונג פון די ימים טובים סוכות פון יאר תש"ס ביז תשס"ו, וואס איז אפגעראכטען געווארען אין סאטמאר ביהמ"ד אין ראדני סטריט. ליידער ליידער זענען די באשרייבונגען פול מיט טונקעלע פארבען, ווען ר' אהרן אין זיינע מענטשען האבען אויף זיך גענומען די "מבצע" פון צו צושטערען די הייליגע ימים טובים אין אונזער הייליגע קהילה.
לכבוד אונזערע חשובע ליינערס
מיר הייבען אן איצט אן ארויף צושטעלען נייע חומר פאר דער צווייטער טייל פון דער היסטאריע פון די חלוקה אין סאטמאר.
ווי איר זעט אלע, פראבירען אראפצולייגען א געלונגענע ארבעט בנוגע די היסטאריע פון די חלוקה אין סאטמאר, און ווי אויך האבן מיר אריינגעלייגט אסאך ארבייט דמים תרתי משמע אין דו צוויי חלקים פון דו סוכות ביילאגע און מיר האלטן שוין פעסט אינמיטן סאטמערע חלוקה חלק ב'.
אבער וויסן זאלט איר אז אזא לאנג פארצווייגטע באשרייבונג קאסט אסאך געלט. סיי די צייט וואס דאס געדויערט, און סיי פארשידענע ארבעט וואס מיר דארפען פון מאל צו מאל ארויס געבען פאר דרויסענדע ארבייטער, און ווי אויך האבען מיר אין אונזער באזיץ פארשידענע ווערטפולע געהיימע טעיפס – און אויך דאס נאכגיין גאר קראנטע אינפארמאציע איז פארבינדען מיט געלט – וואס מיר פריוואט האבען שוין באצאלט און ווילען אי"ה באצאלען ווייטער.
עס ליגט שוין אין אונזער באזיץ אוצרות מיט סחורה וואס עס איז נאך נישט געווען אויפן גאס קיינמאל, וואס ווארט אז מען זאל עס בעארבעטן.
דעריבער אפעלירן מיר צו אונזער חשובע ליינערס אז מען זאל זיך אנרופען ווארעם מיט געלט און איך פארשפרעך אז עס וועט זיך אויסצאלן כפל כפלים.
לכבוד דעם האבן מיר געפענט א "פעיפאל" אקואנט אזוי אז יעדער קען אריינשיקן זיין נדבה מיט א קרעדיט קארד אין גייט גלייך צו אונזער אקאונט.
עס ארבייט ווי פאלגענד: מען גייט צו פעיפאלס וועב סייט אויף פעיפאל.קאם. אויבן אויף די לינקע זייט איז דא א קנעפל SEND MONEY
ווען מען קליקט אויף דעם קומט ארויף א באקס וואס פרעגט פאר וועלעכע אימעיל איר ווילט שיקן דאס געלט. דארף מען אריינלייגן אונזער אימעיל: [email protected]
איר לייגט אריין וויפיל געלט די סכום וויפיל איר ווילט אונז שיקן. נאכדעם לייגט איר אריין אייער אינפארמעישאן און די קרעדיט קארד אינפארמעישאן, און דורך דעם ווערט איר א מעמבער ביי "פעיפאל" און איר באקומט א "יוזער-נעים" און א פעסווארד, וואס בלייבט געהיים ביי די קאמפאני וואס נאר איר האט צוטריט צו דעם, און אפילו מיר קענען נישט וויסן ווער איר זענט.
מיר האפן אז די חשובע ליינערס וועלן פארשטיין דאס נחיצות פון אונזער ארבייט און מיט אייער הילף וועלן מיר אי"ה אהער שטעלן גאר רייכע ארטיקלען וואס וועט אפילו איבערשטייגן די ביז יעצטיגע ארטיקלען.
א גרויסן יישר כח למפרע
אייער פריינט, פארמעגליך
תוקן על ידי פארמעגליך ב- 01/10/2009 20:32:08